ירושה צוטיילונג צווישן בני בעל ברך משה

זאלי האט אויך צוויי הייזער , סיגוט בארא פארק ווי יעקב בער וואינט ,און 550 בעדפארד ווי זאלי וואינט
550 בעדפארד באלאנגט פאר קהל, אלע מעמבערס האבן געדארפט באצאלן א באזונדערע פי ווען מהאט עס געבויט,

וואס איז מיטן הויז אין ק"י אויף אוהעל, ווען אין ווער האט עס געבויעט/געקויפט?

סיגוט בפ איז די ברך משה'ס הויז? ווי וואינט שלום אליעזר?
 
Fwd:
🔥🔥🔥
יא! ס'איז א פאקט!!!
ס'קומט טעג וואס מ'וועט זיך דארפן ציפן צו זעהן אויב מ'איז וואך!!!
🔥🔥🔥
פרישע פארשריט ווערט אצינד אויפגעדעקט וואס האט זיך געטון אינטערן טיש, די לעצטע פאר טעג און וואכן.
די שאקירנדע און אומגלויבליכע נייעס ווערט אצינד פארשפרייט, אז יא! מיר גייען דערלעבן היסטארישע טעג!!!
'טעג' וואס וועט איינגעקריצט ווערן ביי תלמידי וחסידי סאטמאר, אלס ספציעל היסטארישע מאמענט!
די רעדע איז פון די אומערווארטעטער און אימגלויבליכע נייעס אז אי"ה קומענדיגע מאנטאג, יום כ"ו ניסן יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק ז"ל וועט פארקומען אן מסיבת לחיים רבתי!
פון אינטערן טיש איז אויפגעדעקט געווארן די רשימה פון די משתתפים, הלא המה:
האדמו"ר מהר"א,
אב"ד זענטא,
האדמו"ר מהרי"י,
אב"ד סאטמאר 15,
אב"ד סאטמאר בארא פארק,
גאב"ד סאטמאר מאנסי,
אב"ד סאטמאר מאנטריאל,
אזוי אויך וועט זיך באטייליגן:
אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג,
הרב חיים שלמה פישער,
הרב יהושע מענדלאוויטש,
הרב נפתלי הירצקא שטיין,
הרב דוד עקשטיין,
הרב שמואל הכהן פריעדמאן,
הרב מתתיהו דייטש,
אב"ד סיגוט בארא פארק,
הרב אליעזר קעסטנבוים,
הרב משה פרידעמאן,
הרב ליפא פריעדמאן,
הרב משה יצחק ווערטהיימער,
הרב שמואל טייטלבוים,
עס וועט זיין א מסיבת לחיים לרגל די צוואנציגסטע יום הילולא, און לרגל די חלוקת הירושה.
עס וועט פארקומען און די נאכמיטאג שעות,
בבית ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש בקרית יואל המורחבת.
יא! עס גלייבט זיך שווער! אבער די היסטארישע מינוט איז אנגעקומען!!!!!!!!!!
פון אינטערן טיש הערט מען אויך אז דאס איז אן התחלה אויף גאר גרויסע זאכן, !!
🔥🔥🔥
דאס קומט נאך לענגערע געשפרעכן פון אלע צדדים, ובראשם איז געווען ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש אינאיינעם מיט ר' ליפא פריעדמאן און משה יצחק ווערטהיימער,
אזוי אויך איז שטארק געווען אריינגעלייגט אין די נושא ר' אליעזר קעסטנבוים, וואס ווי באקאנט זוכט ער שוין די לעצטערע יארן צו איבער בעטן און צו שלום מאכן,
ב"ה מיר האבן עס דערלעבט!!!
ווי ס'קוקט אויס, איז דא געווען מערערע קאמפליצירטע ענינים, מ'דארף נאר ווארטן עס זאל זיך אויפדעקן פאר די ריזן ציבור חסידי סאטמאר.
נזכה נחיה ונראה , עס וואלט וועהן געוועהן שענער, ווען מען קען וועהן ארויס לאזען די אלע מחרחרי ריב וואס זיי האבען געצונדען די אש המחלוקת, און יעצט וועלן זיי פיגורירען אלץ די שלום מאכערס .
 
נזכה נחיה ונראה , עס וואלט וועהן געוועהן שענער, ווען מען קען וועהן ארויס לאזען די אלע מחרחרי ריב וואס זיי האבען געצונדען די אש המחלוקת, און יעצט וועלן זיי פיגורירען אלץ די שלום מאכערס .
אמת ויציב. עס וואלט אבער לכאורה נישט געשען אָדערווייז, ס'שיינט אז ס'איז זייער שולדגעפיהל (גילט בלע"ז) וואס מאטיוויזירט די גאנצע שלום מערכה. זיי ווילען נישט גיין צום לאָך לאחר מאה ועשרים מיטען באוויסטזיין אז זיי האבען אנגעשטינקען און נישט אפגעווישט נאך זיך, און געדענקט ווערן לשמצה פאר דורי דורות אלס די מבעיר הבערה.
 
למעשה,
סאיז אמת?

סאיז 99.9% הוילע דמיונות
 
לעצט רעדאגירט:
אמת ויציב. עס וואלט אבער לכאורה נישט געשען אָדערווייז, ס'שיינט אז ס'איז זייער שולדגעפיהל (גילט בלע"ז) וואס מאטיוויזירט די גאנצע שלום מערכה. זיי ווילען נישט גיין צום לאָך לאחר מאה ועשרים מיטען באוויסטזיין אז זיי האבען אנגעשטינקען און נישט אפגעווישט נאך זיך, און געדענקט ווערן לשמצה פאר דורי דורות אלס די מבעיר הבערה.
עס איז פארשטאנדיג וואס דו זאגסט , אבער עס כאפט אהן א גרויל נאר צו טראכטען פון דעם בילד ווי משה גבאי און אליעזר קעסטענבוים זיצען דארט דרך כבוד ווי
די שלום מאכערס און זיי זענען ווינדיקעיטעט,
 
עס איז פארשטאנדיג וואס דו זאגסט , אבער עס כאפט אהן א גרויל נאר צו טראכטען פון דעם בילד ווי משה גבאי און אליעזר קעסטענבוים זיצען דארט דרך כבוד ווי
די שלום מאכערס און זיי זענען ווינדיקעיטעט,
ווינדיקעיטעט וועט נישט זיין. די טיפע ווייטאג גייט נישט אזוי אוועק מיט א ריגעלע ריגעלע רוגז. אבער פאר די אדמורים'ס פערספעקטיוו איז לכאורה וויכטיג זיי זאלן אלע זיין דערביי עס צו צעמענטירן. למשל אויב איז משה גבאי אפוועזענד קען מען חושש זיין אז ער איז נישט דערמיט און ער קען אלעס איבערדרייען די קומענדיגע טאג. משא"כ אויב ער איז דארט, אפגעזען ווי אומבאקוועם ס'איז, גיבט זיך יעדער די האנט און מ'שמייכלט כלומפרשט, ווערט עס א פאקט, דאס הייסט אלע שונאים קאפיטולירען און לייגען אראפ די געווער לעיני כל.
 
נאך זיך קריגען פאר כמעט 30 יאהר, און אויפציען גאנצע דורות אין די עקעלדיגע מחלוקות פון אני ואפסי ואין עוד, און יעצט ווען יעדער איז שוין עסטעבלישד און ס'איז שוין כמעט נישט דא אויף וואס צו פייטען, גייען זיי אלע נאך טרייען צו באקימען קרעדיט פאר מאכן שלום
 
נזכה נחיה ונראה , עס וואלט וועהן געוועהן שענער, ווען מען קען וועהן ארויס לאזען די אלע מחרחרי ריב וואס זיי האבען געצונדען די אש המחלוקת, און יעצט וועלן זיי פיגורירען אלץ די שלום מאכערס .
סא די ווילסט מזאל שלום מאכן אן די אדמורים?
 
סא די ווילסט מזאל שלום מאכן אן די אדמורים?
נעע , די אדמורים ווערן מאניפולירט פון מקורבים און קאך לעפעל וואס האבען אייגענע אינטערעסען, אהן די שוויצערס וואלט וועהן נישט געוועהן די מחלוקת אזוי שארף ,יעצט די זעלביגע שוויצערס ווערן עלטער האט זיי אהנגעכאפט א געוויסען פון חרטה - עד מתי ,
אז מען רעדט שוין פון שלום דארף מען אריינעמען די פארקלאפטע שוהל וואס שטייט שומם שוין א דריי צעהנדליג יאהר אהן באנוץ,
 
נעע , די אדמורים ווערן מאניפולירט פון מקורבים און קאך לעפעל וואס האבען אייגענע אינטערעסען,
און וואס איז מיט די אייגענע אינטערעסן פין די אדמורים?

אהן די שוויצערס וואלט וועהן נישט געוועהן די מחלוקת אזוי שארף ,
אן די אדמורים וואלט בכלל נישט געווען קיין מחלוקת
 
ווינדיקעיטעט וועט נישט זיין. די טיפע ווייטאג גייט נישט אזוי אוועק מיט א ריגעלע ריגעלע רוגז. אבער פאר די אדמורים'ס פערספעקטיוו איז לכאורה וויכטיג זיי זאלן אלע זיין דערביי עס צו צעמענטירן. למשל אויב איז משה גבאי אפוועזענד קען מען חושש זיין אז ער איז נישט דערמיט און ער קען אלעס איבערדרייען די קומענדיגע טאג. משא"כ אויב ער איז דארט, אפגעזען ווי אומבאקוועם ס'איז, גיבט זיך יעדער די האנט און מ'שמייכלט כלומפרשט, ווערט עס א פאקט, דאס הייסט אלע שונאים קאפיטולירען און לייגען אראפ די געווער לעיני כל.

נאך זיך קריגען פאר כמעט 30 יאהר, און אויפציען גאנצע דורות אין די עקעלדיגע מחלוקות פון אני ואפסי ואין עוד, און יעצט ווען יעדער איז שוין עסטעבלישד און ס'איז שוין כמעט נישט דא אויף וואס צו פייטען, גייען זיי אלע נאך טרייען צו באקימען קרעדיט פאר מאכן שלום
נאכדערצו אז משה פריעדמאן האט נישט קיין חרטה וואס ער האט געטין, און באקומט נאך קרעדיט פאר שלום,
What a joke
 
נאכדערצו אז משה פריעדמאן האט נישט קיין חרטה וואס ער האט געטין, און באקומט נאך קרעדיט פאר שלום,
What a joke
די ווייסט אז ער האט נישט חרטה אדער די שטעלסט דיך פשוט אזוי פאָר? יתכן ער האט יא חרטה און וועט טון גרויסע זאכען צו מיטב זיין די געליטענע. פארוואס משער זיין ווען מ'קען פעסטשטעלן? ווי מ'זאגט "טיים וויל טעל".

צו מ'וועט מוחל זיין און אפווישן די שלעכט הארץ? דאס איז א שווערע קשיא. עס זעט אויס אומגלויבליך. אבער כנ"ל.

יתכן אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, מ'האלט דאך נאך פאר אלעם. יתכן עס וועט זיין ממש די מינימום שבמינימום צו ווערן אנגערופען שלום. מיין מח איז אויף א רייד מיט היפשע אפטימיזם אז עס וועט זיין עפעס שייןַ. פאר א טשעינדזש געב איך האפענונג פאר עפעס וואס זעט אויס אומגלויבליך און ווארשיינליך אויך אוממעגליך. ווי זאגט נאר דעי וואַטסעפּפּ סטיקער "האלט דיך פאזיטיוו", איך פרוביר מיין בּעסט.
 
געהערט אז ער זאגט קלאר אז אלעס וואס ער האט געטין איז וואס די ברך משה האט אים געהייסן,
שרייבסט גוט, עס גייט ווארשיינליך גארנישט געשען, אויסער אז די גאנצע נושא איז די בני ברק'ע בנינים
 
געהערט אז ער זאגט קלאר אז אלעס וואס ער האט געטין איז וואס די ברך משה האט אים געהייסן,
וויאזוי פארענטפערט ער די פאקט אז נאכן ארויסווארפן ר' אהרן פון די ברך משה האט אים די ברך משה אויפגענומען מיט כבוד ביי זיך אינדערהיים?
 
וויאזוי פארענטפערט ער די פאקט אז נאכן ארויסווארפן ר' אהרן פון די ברך משה האט אים די ברך משה אויפגענומען מיט כבוד ביי זיך אינדערהיים?
ווילסט ספינען..

ווייל א טאטע בלייבט א טאטע, און נאכדעם עט ער אז זאגן אז די ברך האט אים קיינמאל ארויס געווארפן, ער האט נאר געוואלט געבן וויליאמסבורג פאר זלמן לייב, און אהרן איז געווען א מחוצף איז ער געווען ברוגז, און נאכדעם האט ער גערופן די קהילה אין קאורט האט ער נישט געוואלט גיין צי זיינע שמחת ביז ער גייט ארויס פין קאורט
 
ס'דאך אבער נישט קיין ספין?
אדרבה וועלכע חלק איז נישט אמת?
לפי השערתי איז דער ברך משה געוועהן בכעס אויף מהר״א צוליעב זיין רעפיוסעל צו עקסעפטען אז דער ברודער מהריי גייט האבען וויליאמסבורג, אבער ער אליינס איז געוועהן אינדעם שולדיג, ווייל ער האט אסך יאהרן נאר געפושט מהר״א, און טאטאל איגנארירט מהריי ,ער האט כמה פעמים געזאגט אז ער וויל סאטמר זאל בלייבען איינס אזוי ווי ער האט עס געקריגען פון פעטער , דער ברך משה האט געטשענזשט זיין מיינד - (ער איז געוועהן ענטייטעלט ,און למעשה איז די תוצאה געוועהן בענעפישעל פאר סאטמר ווייל מיט דעם שריט האט ער צוריק געברענגט א גרויס חלק פון זיינע שונאים,) אבער דאס האט דירעקטלי גורם די מחלוקת,ווייל די באי ביתו האבען געטון וואס מען קען אלץ,להגדיל המדורה מיט אן ארויס געזאגטען ציעל אינגאנצען מרחק זיין מהר״א,וואס דאס איז מעולם לא עלתה על לבו, און זיי האבען גורם געוועהן צו די הבערת המחלוקת אין יעצט שפיעלען זיי ווי דער פיעס מעיקער תבא אמו ותקנח צואת בנה.
 
ער האט כמה פעמים געזאגט אז ער וויל סאטמר זאל בלייבען איינס אזוי ווי ער האט עס געקריגען פון פעטער ,
ווען האט ער געזאגט אז ער וויל סזאל בלייבן איינס?

אגב, ווען מהר"א קריגט נישט ווערט עס נישט צוויי?
 
Back
Top