- זיך איינגעשריבן
- פעב. 4, 2026
- מעסעדזשעס
- 104
- רעאקציע ראטע
- 394
- פונקטן
- 63
ביי מיר איז די מאנטשעסטער רב און ר' הירצקא צוויבל באגלייבטע מענטשען הגם זיי זענען פארברענטע אהרונים, זיי זאגען אז די ברך משה האט זיי געזאגט אז ער ווייסט אז מ'גייט אים פארדרייען די קאפ אויף די עלטער. אינז אלע ווייסען אז דאס האט מען געטון מיט אים. וועסט נישט קאנווינסען קיין איין אהרוני אז די ברך משה האט דאס באמת געוואלט אין עני שעיפּ אדער פאָרעם. יעדער ווייסט פונקטליך וואס ער האט געוואלט.לפי השערתי איז דער ברך משה געוועהן בכעס אויף מהר״א צוליעב זיין רעפיוסעל צו עקסעפטען אז דער ברודער מהריי גייט האבען וויליאמסבורג, אבער ער אליינס איז געוועהן אינדעם שולדיג, ווייל ער האט אסך יאהרן נאר געפושט מהר״א, און טאטאל איגנארירט מהריי ,ער האט כמה פעמים געזאגט אז ער וויל סאטמר זאל בלייבען איינס אזוי ווי ער האט עס געקריגען פון פעטער , דער ברך משה האט געטשענזשט זיין מיינד - (ער איז געוועהן ענטייטעלט ,און למעשה איז די תוצאה געוועהן בענעפישעל פאר סאטמר ווייל מיט דעם שריט האט ער צוריק געברענגט א גרויס חלק פון זיינע שונאים,)
האט די ברך משה געהאט א נוצען פון צוריקברענגען זיינע שונאים? וויאזוי איז דאס געווען בענעפישל פאר "סאטמאר"??? ס'איז סה"כ אפשר געווען בענעפישל פאר קהילת מהרי"י, און אפילו פאר זיי ווייסן איך נישט אויב ס'געווען בענעפישל. זיי זענען שווערע מענטשן אין דזשענערעל.