Exactly
לאז די פעדער שרייבן און אחר המעשה ווען ס׳קומט ארויפצולייגן קענסטו אויסלאזן די שטיקער וואס דו פילסט נאכנישט גרייט מיטצוטיילן. די עיקר איז אז דו זאלסט הנאה האבן - אז נישט האט עס נישט קיין קיום (וואס איך מיין צו זאגן: סתם א טובה צו טון פאר חברה וואס זענען אינטערעסירט צו הערן איז נישט גענוג צו געבן חשק פאר א לענגערע ארבעט, ס׳דארף געטון ווערן אויף אן אופן וואס דו אליין האסט ליב וואס דו שרייבסט - דארף נישט זיין א ברייטע שפראך, דיין הארץ איז איבער גענוג. דער עולם וועט הנאה האבן ווייל עכטע מעשיות פילט אלעמאל ווי דו לאזט איינעם כאפן א בליק אין די טיפע באהאלטענע קעמערלעך פון דיין הארץ. ס׳פילט ווי א זכי׳.