- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,085
- רעאקציע ראטע
- 9,928
- פונקטן
- 943
איך האב געמאכט א טויש? בכלל נישט כ'האב פשוט צוביסלעך געטון מער און מער וואס מיין הארץ וויל.
כ'האב געטראפן חברים וואס איך קוק ארויף און ווער קלוגער פון זיי, חברים וואס האבן ענוה און אמת'דיגקייט.
כ'האב געטוישט קליידער? כ'האב פשוט נישט אנגעטוהן קיין הוט און רעקל און מיט די צייט האבעך אנגעטון מכל הבא ליד, ביז מיין ווייב (גירל פרענד דאן) האט מיר געקויפט שיינע קליידער און פארוואס נישט.
כ'האב אפגעלאזט אידישקייט? מיין נשמה און אינערליכן קינד איז אויסגעפארעמט אלץ א איד. מיינע השגות זענען פשוט געוואקסען, סאו מיין אידישקייט קוקט אויס אנדערש.
מיין לעבן איז פיהל מיט צער און פיין? ווענד זיך, אויב כ'שטיי אויף מיט קאפוויי און מיין ווייב האט א שווערע פיריעד, און כ'בין אין א נערווירענדע מאאד איז דאך אלעס שווארץ... אבער אין א געווענדליכער טאג ווערט מיין לעבן נאר בעסער, זיסער און שטערקער.
ווי מער מ'הערט זיך אליין אויס אלץ מער זיך איז מען, ווי מער זיך מ'איז, מער שלום ושלוה מ'איז.
די אמתע שאלה דא איז נישט איבער זיין פרום אדער נישט. זיי וואס דו ווילסט. אויב איך וויל איין טאג זיין א פרומער צדיקל גיי איך זיין!
די שאלה איז אויב ס'לוינט זיך אויסצוהערן די אייגענע אמת און לעבן ווי אזוי מ'וויל באמת. (אין יעדער הינזיכט, פרומקייט, חברים, לבוש, וואוינארט, ארבעט, ווייב, זיך ערלויבן צו זעהן זיך אליין, די אייגענע כוח און אויך די אייגענע צער)
ס'דא וואס טענהן אז ס'איז ענדערש צו פארקלאפן און פארהאקן דעם זיך - און ס'נאך דא וואס קויפן עס נאך אפ

איך בין בוחר איין מאל און נאכאמאל צו נאכגיין מיין הארץ און מיין אמת, צו אויסוועהלן צו לעבן ווי אזוי איך וויל. זיך טראסטן און זיך ליב האבן. צו זעהן זיך אליין און זיין דער מענטש וואס איך זעה!