ירידת הדורות - בעפאר ענד עפטער

עס האט נישט ממש שייכות מיט די גאנצע קעפל, אבער מיט די אנפאנג יא (און עס א געוויסע מענין לענין באותו בנין)
פארוואס האט מען געווארפן דעם בחור פון ישיבה?

תרנ"ז: ווייל ער איז אנגעשטעקט געווארן מיט השכלה.

תרס"ח: ווייל ער איז פון די חובבי ציון באוועגונג.

תרפ"ב: ווייל ער איז מחלל שבת בפרסיה.

תשי"ז: ווייל ער צאלט נישט שכר לימוד.

תשכ"ח: ווייל ער איז געוועהן א מחוצף.

תשמ"ג: ווייל ער איז פון די שונאים[מתנגדים].

תשנ"ב: ווייל ער איז א ברסלבע'ר.

תשס"א: ווייל ער עסט אן א הוט.

תשס"ח: ווייל ער מאכט בל תשחית.

תשע"א: ווייל ער הערט מיכאל שניצלער.

תשע"ג: ווייל ער האט א ראק באקס סענסע.

תשע"ה: ווייל ער קומט נישט צום דאווענען.

תשע"ז: ווייל מהאט אים געכאפט מיט א סעל פאון.

תש"פ: ווייל ער האט א אפענע סעל פאון.

תשפ"ב: ווייל ער האט נישט גענומען די וואקסין.

תשפ"ג: ווייל ער האט געקאלט עי איי.

תשפ"ד: ווייל ער ברענגט זיין סמארטפאון אין ישיבה.

ן🔽🔽🔽ן

תשפ"ה: ווייל ער ניצט זיין סמארטפאון אום שבת.

תשפ"ז: ווייל ער רייכערט דראג'ס.

תשפ"ט: ווייל ער איז over דאזע.

תשצ"א: ווייל ער נעמט נישט קיין פילן.

תשצ"ג: ווייל ער איז פארכאפט אין די 'Black Lives Matter' באוועגונג.

תשצ"ה: ווייל ער איז אנגעשלאסן אין די 'Proud Boys'.

תשצ"ז: ווייל ער שטיצט די פאלאסטינער.

תשצ"ח: ווייל ער איז געוועהן פארמישט אין א שיסעריי.

תשצ"ט: ווייל ער האט פארמאסערט די ראש ישיבה פאר די FBI.

ת"ת: די גאנצע ישיבה גייט געהעריג אן צווישן די תפיסה ווענט. און מ'ווארפט נישט קיינעם אפילו אויף בעיל..
גוט גוט, שוין לאנג נישט אזוי געלאכט..
 
עס האט נישט ממש שייכות מיט די גאנצע קעפל, אבער מיט די אנפאנג יא (און עס א געוויסע מענין לענין באותו בנין)
פארוואס האט מען געווארפן דעם בחור פון ישיבה?

תרנ"ז: ווייל ער איז אנגעשטעקט געווארן מיט השכלה.
זייער שיין.

איך וויל שוין לאנג מאכן אן ארטיקל איבער "ירידות הדורות - פארקערט". דהיינו, מען הייבט אן פון תשפ"ה און מען גייט צוריקצווועגס ביז אברהם אבינו למשל, און מען זעט ווי די דורות פאלן ליידער.

מען טוט זיך אויס די היטן און מען גייט מיט דאשיקס,
מען שמועסט מיט פרויען שכנים און סתם שטאטסלייט
מען הייבט אן גיין אין שולע יונגלעך מיט מיידלעך אידן און גוים
קינדער האבן גוי'שע חברים
מען הוליעט אין קרעטשמע מיט גוים
מען סטאפט צו גיין מיט שטריימלעך
פרויען הערן זיך אויף שערן די האר
מענער גייען מיט לאנגע האר
מען ווארפט אוועק די קאפלעך!
מען רייסט ארויס שטיקער פון דאווענען
מען ווארפט אוועק איין חומרא נאכן צווייטן
מנהגים און קפידות ווערן ווערן פארגעסן

אוי וויי געוואלד, ירידת הדורות!

איך האב זיך קיינמאל גענומען דערצו ווייל איך בין נישט די גרעסטע ידען. איך שענק גערן די געדאנק פאר ווער ס'וויל זיך דאס אינטערנעמען. הלוואי זאל עס איינער מאכן, ס'קען זיין א הערליכע זאך
 
פאר און נאך (אדער אינמיטן און נאך...)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250126_174521.jpg
    Screenshot_20250126_174521.jpg
    647.4 KB · געזען: 333
  • Screenshot_20250126_174508.jpg
    Screenshot_20250126_174508.jpg
    724.7 KB · געזען: 322
נאך אפאר
 

בייגעלייגטע פיילס

  • דאס ערשטע מאל.jpg
    דאס ערשטע מאל.jpg
    46.8 KB · געזען: 175
  • זיי גייען שוין ארויס אין פאבליק אפציעל.jpg
    זיי גייען שוין ארויס אין פאבליק אפציעל.jpg
    565.8 KB · געזען: 178
  • ער קען שוין די ארבעט גוט.jpg
    ער קען שוין די ארבעט גוט.jpg
    509.8 KB · געזען: 180
און נאך
 

בייגעלייגטע פיילס

  • א בילד.jpg
    א בילד.jpg
    454.7 KB · געזען: 185
  • ביים תנאים מיט דאס קינד ( א הינטל).jpg
    ביים תנאים מיט דאס קינד ( א הינטל).jpg
    2 MB · געזען: 191
  • פסח אין וועגאס.jpg
    פסח אין וועגאס.jpg
    319.7 KB · געזען: 186
איך זע נישט גליקלעך. איז זע נאר א שפיל פאר א קאמרע... גוט משוגע.

הלואי בלייבן זיי אזוי משוגע?
 
ביטע דאונלאעדן און לייגן א דרייוו לינק
אסאך משתתפי הקרעמל האבן נישט צוטריט צו אינסטגרם
קענסט ניצן די לינק Instagram Photo Downloader - Download Images From Instagram
 
דעס איז די געווינער!
נישט נאר ווייל איך קען אים פערזענליך, נאר עס געפעלט מיר ווי דער מאןהאט זיך נישט צופיהל געטוישט, סך הכל אביסל געפיצט, און דאס ווייבעלע איז הימל און ערד פון וואו זי קומט, א שיינע שיקסע.

 
Back
Top