מיין מיינוג האט אזוי פיהל געוויכט פונקט ווי יעדער וועטעראן, און ס'איז שוין געווארן אויסגעפסקנט. (מ'קען מיט פופצן(?) וועטעראנען ארויפברענגן א וואוט פון פריש)
כ'רעד נאר הייפעטעריש לויט מיין יעצטיגער סאפער און נישט עפעס א שיטה...
יש לדון בזה אויב קרעמל וועט ווערן א פארמיאוסטע פלאץ.
דו ווייסט ווי סאך שלעכטע זאכן זענען דא אויף יו טוב?
אבער איך גיי דערויף און וואטש וואס איך וויל אריינלייגן אין מיין קאנשעסנעס. (היות דו ווילסט זייער שטארק וויסן וואס איך וואטש וועלך דיר זאגן שטילערהייט... ניגונים, פארש ווידיאוס וואס
@אלפא און
@אפענער וכדו' לייגן אין קרעמל. און אמאל זיך אויסלופטערן מיט קורצע ווידיאוס פון עסן וואס ווערן געמאכט אויף די גאסן אין יענע זייט וועלט. א.א.וו.

)
אבער סתם סקראלן און זעהן מענטשן שיסן זיך, בייזערען זיך, וכדו' האלט איך נישט ביים געבן פאר מיין קאנשעסנעס אזעלכע דשאנקי מחשבות און ענערגיעס, פארוואס זאלעך באוואסערען די קערענדליך פון ענקזייעטי און כעס וואס איך האב.
נו ארי וואס איז די נמשל? די נמשל איז, ווי שטארק כ'האב ליב קרעמל ליין איך נישט יעדע שנירל. אמאל לשון הרע, מאלעסטער אין די נייעס, וכדו' איז שעדליכע עסן (פאר מיר עכ"פ).
כ'ליין שנירלעך פון קלוגשאפט, טאלאנט, רגש, סתם ידיעות, ווערטלעך, וכדו'.
סאו כ'גיי אויף יו טוב און כ'גיי אויף קרעמל און כ'זעה וואס איך וויל...
אבער קען זיין ס'איז אנדערש ווייל קרעמל איז אויך ווי א קהילה און ס'ווילט זיך ביי געוויסע שטיין ווייט פון אזעלכע מענטשן, משא"כ יו טוב איז געווידמעט נאר פאר קאנטענט פונקט ווי גוגל. ויש לדון בזה. (און אזוי קוקט עס לכאו' אהן רוב וועטעראנען).
צוריק צום נושא. בילדער פון שיינע פרויען וואלט נישט געווען מיין פעווערבול אפציע. הגם כ'קוק נישט אראפ אויף איינער וואס וויל עס.
הייפעטעריש א באזונדערע פארום וואס ווערט נאר געפענט פאר ווער ס'וויל וואלט נישט געווען א שלעכטע געדאנק לעניית דעתי. (והיינו ווילאנג קרעמל בלייבט אפיס פרענדלי)
אבער כ'קען זיך נישט פארשטעלן אז איינער פון די העלפערס וועט זיין אינטרעסירט צו זיין אינוואלווד אין דעם אפגעטיילטן פארום. (מיין ווייב וואלט נישט געוואלט אז שבתי זאל זיך פארענען אין אזא פארום. מילד גערעדט.)
מ'וואלט געדארפט טרעפן א באזעסענער ערוואקסענער נארמאלער טראסטבארער מענטש וואס האט די ריכטיגע סאושל סקילס און כוח, וואס האט עס ליב און וויל זיין פארנימען מיט דעם טעגליך (?!...)
זיך באקענען מיט אים און בויען טראסט פאר גענוג לאנג ער זאל קענען קעיר נעמען פונעם פארמאכטן פארום אליין.
מאכן עדדאן'ס וואס זאל ערמעגליכן מאד רעכטן, באריכטן, וכדו' אויף א פארום וואס זאל נאר אנקומען צו אים און נישט צום פלאץ ווי די געהעריגע באריכטן קומען אהן.
ס'וועט נעמען אסאך כוח און ענערגיע נאר אויף אנצוהייבן.
פאר דעי געלט לאמיר עס שוין ענדערש לאזן אויף טעלעגראם...