כוואליעס ארטיקל ישעיה'ס אוטאפיע

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,022
רעאקציע ראטע
7,316
איך עפן די שנירל פאר יעדעם צו לאזן הערן קאמענטארן אויפן ארטיקל וואס איז ערשינען אין די פסח 'כוואליע'.

אויב קאמפלימענטן, דאן איז דאך אוודאי גוט, אבער אפי' איר האט קריטיק (פארשטייט זיך קאנסטראקטיוו) וועל איך זייער דאנקבאר זיין, איך האלט מיר נישט פאר א פראפעסיאנעלע שרייבער, און איך בין אייביג גרייט מיך צו פארבעסערן.

אויך וועל איך דא צוביסלעך צולייגן מקורות און עיונים, סיי איבער די פארשידענע פשטים וואס איז דא און די שאלות דערויף, און סיי איבער ארכעאלאגישע און היסטארישע מקורות אויף געוויסע ענינים ערווענט, וואס איך האב נישט אריינגעלייגט אינעם ארטיקל זעלבסט.
 
איך האב ספעציעל הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, עס איז אינטערעסאנט אנצוצייכענען די רמב"ם אין מורה נבוכים פרק כ"ט שמועסט זייער קלאר אויס אז ישעי' נוצט א ספעציעלע ברייטע שפראך אין זיינע ווערטער זענען נישט ליטעראל
https://www.sefaria.org/Guide_for_the_Perplexed%2C_Part_2.29?lang=bi
 
אינטערסאנט, ער ברענגט דארט שפעטער די פסוק אין ישעיה (כד, יז) וואס דערמאנט "פחת ופח", די קעפל פון @מאָצל'ס ארטיקל.
 
סהאט מיר גענומען אפאר וואכן צו ענדיגן אלע צייטונגען פון פסח, פיינעלי האב איך געליינט דיין ארטיקל, זייער שטארק, נעקסטע מאל הייב איך גלייך אן ביי דיר.
 
איך האב ספעציעל הנאה געהאט פון דעם ארטיקל
יישר כח, מיין פלעזשער!

רמב"ם אין מורה נבוכים פרק כ"ט שמועסט זייער קלאר אויס אז ישעי' נוצט א ספעציעלע ברייטע שפראך אין זיינע ווערטער זענען נישט ליטעראל
כדרכם פון די מער ראציאנאלע מפרשי המקרא.

למשל, דער אבן עזרא אויפן פלאץ (ישעי' יא, ו) שרייבט:
"וגר זאב וגו'. דרך משל מהשלום שיהיה בימיו."

דער רד"ק אויפן פלאץ שוועבט צווישן ביידע פשטים. ער פאר זיך וויל זאגן אז ס'איז ליטערעל. ער ברענגט אבער די אנדערע צד אז ס'איז א משל.... און ער זאגט די מערסטע ענליך צו מיין פשט.

וגר זאב וכו': ..... (צוערשט ברענגט ער די ליטערעל פשט, און זאגט אז די אריגענעלע טבע איז געווען פאר די חיות טורפות צו זיין וועזשיטעריען, און צו דעם וועלן זיי צוריקגיין לעתיד לבא, והא ראי' נח האט געדארפט פיטערן די חיות אין די תיבה און פון ווי האט ער געהאט פלייש? ער האט דאך נאר געהאט צוויי אדער זיבן פון יעדע מין...)

דערנאך ברענגט ער די צווייטע פשט.
ויש מפרשים כי כל זה משל כי הזאב והנמר והדוב והאריה הם משל לרשעים העושקים והגוזלים שהם לחלשים כמו החיות הטורפים לנטרפים, והכבש והפרה והעגל והגדי הם משל לענוי ארץ, ואמר כי בימות המשיח יהיה שלום בארץ ולא ירעו איש את חברו,
זייער ענליך צו מיין פשט, אבער ער איז נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי עס אנלייגן אז די עושקים זענען גאר די פירער.

דערנאך פרעגט ער אפ די פשט:
ולא יתכן זה הפי'
לפי שאמר לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, ובימות המשיח בכל העולם יהיה שלום כמו שכתוב וכתתו חרבותם לאתים וחניתותיהם למזמרות ולא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה, ואמר ונכרתה קשת מלחמה, ואמר במשיח ודבר שלום לגוים,
אבער במחילת כבודו פארשטיי איך נישט זיין קשיא,

1. ווייל גלייך נאך דעם שטייט "ונס יהיה לגוים", בעיסיקלי עס הייבט זיך אן מיט "כל הר קדשי" און דערנאך גייט עס ווייטער און צושפרייט זיך איבערן וועלט. (אזויווי איך ברענג ארויס אין ארטיקל.)

2. "ולא ישא גוי אל גוי חרב", רעדט פון אמת'ע פיזישע שלום, משא"כ דא רעדט מען פון מאראלישע פרידן. ס'איז נישט די זעלבע נבואה... (ווי איך ברענג טאקע אויך ארויס אין די ארטיקל.)
 
איינע פון מיינע בעסטע ארטיקלן!

בנוגע צי וגר זאב עם כבש מיינט כפשיטו אדער א רמז אויף די שלום וואס וועט זיין ביצא חוטר מגזע ישי, וויל איך אנמערקן (אפשר אביסל בבדיחותא), אז לויט ווי מען ווייסט היינט פון די טעאריע פון עוועלאציע, קען מען טענהן אז דער נביא דארף מען לערנען כפשיטו, און דאס וועט מקיים ווערן ווען די חיות השדה וועלן גרייכן די זעלבע קאגנעטיוו מעגליכקייט ווי יומען'ס היינט. דאן וועלן די חיות אליין איינזען אז עס איז נישט גערעכט צו אטעקירן די שוואכערע בלויז ווייל זיי זענען אומבאשיצט.
 
איינע פון מיינע בעסטע ארטיקלן!
!Thanks

הומענס האבן שוין דערגרייכט די קאגנעטיוו מעגליכקייט פון הומענס, און איך זעה נישט זיי זאלן דאס אזוי שנעל איינזעהן. 😏
 
הומענס האבן שוין דערגרייכט די קאגנעטיוו מעגליכקייט פון הומענס, און איך זעה נישט זיי זאלן דאס אזוי שנעל איינזעהן
זְכַרְיָה י”ג:ח
וְהָיָה בְכָל־הָאָרֶץ נְאֻם־יְהוָה פִּי־שְׁנַיִם בָּהּ יִכָּרְתוּ יִגְוָעוּ וְהַשְּׁלִשִׁית יִוָּתֵר בָּהּ.

וויאזוי זאגט זכריה, אז צוויי דריטעל וועלט גייט דאך שטארבן, נו שטימט עס דאך געוואלדיג, די דריטעל איבערלעבער וועלן זיין בלויז די וועדזשעטיריען׳ס
 
קוק אויפן קעפל.
דא רעדט מען פון "ישעיה'ס אוטאפיע", נישט פון "זכריה'ס Apocalypse"! 😊
 
קוק אויפן קעפל.
דא רעדט מען פון "ישעיה'ס אוטאפיע", נישט פון "זכריה'ס Apocalypse"! 😊
‎גערעכט, אבער כדי ישיעה׳ס אוטאפיע זאל מקוים ווערן, מוז פאסירן א דיפאפולאציע דורך זכריה׳ס כאאָס, ממילה איז ישעיה נאר א המשך פון זכריה אדער גאר פארקערט, צו זיין מער פינקטלעך גאולת מצרים האט נישט געקענט פאסירן נאר נאך־דעם וואס כלל ישראל איז אראָפּגעקומען ביז צו די נ׳ שערי טומאה.🤪
 
Back
Top