יומען העיר שייטלעך - ע"ז?

שומו שמייעם

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 23, 2025
מעסעדזשעס
133
רעאקציע ראטע
663
פונקטן
113
כ'וויל וויסן אויב איינער קען אביסל צילייגן די נושא, וועגן 'יומען העיר' שייטלעך, וואס איז די חשש אז ס'איז תקרובת עבודה זרה, וואס זענען די צדדים לאיסור ולהיתר, און אויב ס'איז דא א חילוק פון די קאמפעניעס, בקיצור, וואס איז די מעשה דא?
 
בכדי עפעס זאל ווערן תקרובת ע''ז איז דא דריי תנאים.
א. עבודתו בכך.
ב. די מתגלחת דארף אינזין האבן לשמה
ג. דער מגלח דארף אינזין האבן לשמה.
אויב פעלט איינער פון די תנאים איז עס מותר.
הרב בעלסקי זצ''ל האט אויפגעוויזן אז אלע דריי תנאים פעלן.
עס איז נישט עבודתו בכך און קיינער איז נישט מכיון לשמה.
רבנים האבן אבער אפראבלעם מיט דיי היינטיגע שייטלעך ממילא רעדט מען פונעם טאכטער און מען מיינט די שנור.
ר' אשר עקשטיין האט געזאגט ברבים אז די אלע רבנים וועלכע האבן געחתמ'ט אויפן קול קורא אז אלע טשייניז האר קומט פון אינדיע ווייסן נישט וואס טשיינע איז און נישט וואס אינדיע איז...
איך האב פערזענליך גערעדט מיט עטליכע און זיך איבערצייגט אז ביי די וועלכע איך האב גערעדט מיט זיי עכ''פ, זענען מודה אז ע''פ הלכה מעג מען נאר ''ווייסטעך, די היינטיגע שייטלעך...'
 
ר' אשר עקשטיין האט געזאגט ברבים אז די אלע רבנים וועלכע האבן געחתמ'ט אויפן קול קורא אז אלע טשייניז האר קומט פון אינדיע ווייסן נישט וואס טשיינע איז און נישט וואס אינדיע איז...
ר' אשר געט א 'הכשר' אויף 'מילעניום' שייטלעך, (און לכבוד דעהם קאסט עס מיט 2K טייערער...) פארוואס נישט אויף אלע???
 
@דאקטאר-ראבינער אפשר שרייבסטו איינער וואס איז מתיר וואס כ'קען אנריפן פרעגן
(אויב מעגליך לייג זיין קאנטעקט אינפא. די רעדסט דאך מיט זיי...)
כ'פרעג ערנסט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
הרה''ג ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט''א - דומ''ץ קיט''ל סאטמאר אנטווערפן איז דאס קלאר מתיר

ער האט עס זייער שטארק דורך געטון, און געשריבן עטליכע תשובות, און געדריקט אין זיינע ספרים, ווי ער שרייבט אז די אלע זענען נישט קיין שום שאלה
 
ר' אשר געט א 'הכשר' אויף 'מילעניום' שייטלעך, (און לכבוד דעהם קאסט עס מיט 2K טייערער...) פארוואס נישט אויף אלע???
אויב אלע קאמפעניס וועלן איהם צאלן, וועט ער געבן אויף אלע.

(ס'נישט א גרינגע זאך געבן א הכשר אויף דעהם, מ'דארף נעמן א אינגערמאן א ירא שמים, אראפשיקן קיין אינדיע אריין אין סאלון, זיצן דארט א גאנצע טאג קוקן אויף פרוען'ס קעפ, נעמען די ריסק אז אפשר גייט ער דורכפאלן...):)
 
פארהאן א תשובה אין ספר אור יצחק פון הרב יצחק עבאדי חלק ב' יו"ד סימן כ' וואו ער איז מבאר בטטו"ד אז ס'נישט פארהאן קיין שום איסור און ס'מותר לכתחילה.
כ'קען עס פשוט נישט אריינפעיסטן, ווייל כ'ווייס נישט וויאזוי, דער ספר איז קאפירט אין א PDF
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
@דאקטאר-ראבינער אפשר שרייבסטו איינער וואס איז מתיר וואס כ'קען אנריפן פרעגן
(אויב מעגליך לייג זיין קאנטעקט אינפא. די רעדסט דאך מיט זיי...)
כ'פרעג ערנסט
פרעג ר' אשר עקשטיין אויב ער איז דיך כשר.
איך מיין ר' געציל איז עס אויך מתיר.
מהרז''ל פילאפף פארט אריין אינעם דברי חיים, אבער אויב האסטו א שפראך מיט אים איז ער עס מתיר.
ר' חיים יענקל טויבער אויב קענסטו זיינע קנעפלעך איז ער עס מתיר.
 
האב איך נעכטן אנגעריפן ר' מיכל שטיינמעץ, (געזען זיין נאמען אויף די אייוועלט שנירל בין המתירים)
האט ער זיך געטרייט ארויסצידרייען מיט אלע וועגן...
"ס'איז דא מיט הכשרים, דאכצעך ר' מרדכי גראס.... קויף יענע"
"איך פרעג אויף די אנע הכשרים"
"די גאנצע יומען העיר איז נישט אזא גלייכע זאך...."
"איך פרעג אלס ע"ז חלק, נישט צניעות וכו'"
"קויף מיט א הכשר"
כ'האב איהם פראבירט שטיפן צום וואנט, עפעס האט ער געמורמעלט "ס'דא אויף וואס זיך צי פארלאזן..." און אראפגעלייגט

ס'קען זיין ער האט מורא צי רעדן אויפן טעלעפאון... (מטעמי בטיחות?)
 
Back
Top