איין מיטן שורש - קיינמאל נישט פורש

אהבה בתענוגים

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
נאוו. 2, 2024
מעסעדזשעס
15
רעאקציע ראטע
93
פונקטן
13
לכבוד טאטי מאמי תחי'

ווען איך פרעג זיך ווער איך בין
די ענטפער נאר אין שטילקייט איך געפון
כ'בין א המשך פון מיינע עלטערן
יעדער צעל פון מיין גוף טראגט זיי דערין


איך האב נישט קיין באזונדערע מיך
אויב איך ריק אוועק מיינע עלטערן פון מיין גוף און זיך
בלייבט נישט איבער קיין 'איך'


איך וויל אקאצעפטירן אז פונקט ווי איך בין נישט קיין מושלם, כ'ווייס נישט אלעס. אזוי אויך מיינע עלטערן און זייערע עלטערן.
מיין רעספעקט פאר זיי דארף נישט קומען פון זאגן אז זיי זענען פערפעקט. נאר פון דעם אז איך בין זיי און זיי זענען אין מיר.

כ'וועל שעצן די גוטס פיזיש און גייסטיש וואס כ'האב באקומען. און דאס אז ענק האבן ממשיך געווען מיין לעבן און עקזיסטענץ.

און אנשטאט פון זיין בייז אז דער וועלט איז נישט גאנץ און טעותים זענען מיט געקומען, וועל איך זיין צופרידן אז כ'קען טוישן.

ברא כרעא דאבוה. ווען איך קום נענטער צום שורש הבריאה ברענג איך ענק מיט. און מיינע קינדער וועלן מיר אויך ברענגן צו פלעצער ווי איך קען נישט אנקומען. יעדער דור קען גיין נאך אביסל ווייטער ווייל די פריעדיגע האבן שוין געגראבן טיפער צום שורש.
יעדער דור, קען מזכך זיין נאך אביסל גלות, זיך אינווייטן צו מער גאולה.

כ'שרייב עס נישט פאר קיין אנדערע סיבה נאר צוריק צו קאננעקטן מיט מיינע שרשים, כ'בין מודיע צו אייך מיינע שרשים פונעם קייט פון שרשים אז כ'בין באוויסטזיניג אז כ'טראג ענק אין מיר. פון היינט און ווייטער וועלך ענק טראגן מיט מער שעצונג און עהרע.

כ'שווים טאקע אויף די וועג ווי מיין נשמה ציהלט, און כ'הער אויס נאר זי.
אבער כ'טראג ענק מיט רעספעקט און שטאלץ!

איך דאנק דעם באשעפער אז איך בין ענק
אהבה בתענוגים

(Inspired by Silence (Thich Nhat Hanh

1000020581.png
 
סאדהגורו טענה׳ט אז אין יסוד איז נישט קיין סתירה/מחלוקה ווען א קינד וויל טון אנדערש פון די עלטערן, ווייל בעצם די שורש רילעישענשיפ באשטייט פון ליבשאפט פון די עלטערן צום קינד, בס״ה ווען ס׳קומט אויף למעשה זענען זיי זיך מחולק אויף דעם קינד׳ס דרך און די עלטערן האלטן אז ס׳איז נישט גוט פאר אים. אבער, אויב די עלטערן זעהן איין אז דאס קינד קען נישט זיין צופרידן נאר אויב ער גייט אויף זיין אייגענעם דרך וועלן זיי צום סוף אויך זיין צופרידן.

איך עגרי בדרך כלל ביי נארמאלע געזונטע עלטערן.

וואס טוטסעך אבער ווען עלטערן…
  • האבן מלכתחילה געהאט דאס קינד בכדי צו מקריב זיין צו עפעס אן עבודה זרה? (הא? האלסט אז ס׳מאכטסעך נישט היינט? טינק עגעין!)
  • האלטן אז די מהות פון זייער קינד איז נישט עכט ער, נאר ס׳איז א חולי וואס מ׳דארף פיקסן?
  • גלייבן אז די לעבן דארף זיין פעינפול און מיזרעבעל? (זיי רעדן זיך איין אז דאס איז אן הבטחה צו א געשמאקע עפטער לייף…)
כ׳מיין אז דאן טוישט זיך דאס גאנצע בילד. האט איינער א עצה פאר אזא קינד??

איך האלט אז מ׳לאזט זיי פייפען און מ׳גייט זיך ווייטער.. איי, זיי האבן דיר אויפגעברענגט, געהאלטן סעיף און געגעבן צום לעבן..? נו, נאכאמזל אז זיי גלייבן אין די תורה הק׳ וואס זאגט ״אם אין קמח אין תורה״… זיי האבן קיינמאל געמיינט דעם קינד׳ס טובה, איז פ״וו זאל זיך דאס קינד רעכענען איצט מיט זיי??
__

איך ווייס אז כ׳בין אריינגעקומען היפש שארף, דעריבער קעניך באשטיין צו הערן וויאזוי ענק חברים קוקן אָן דעם נושא.. ביטע לאזט זיך הערן, א דאנק.
 
איך האלט אז מ׳לאזט זיי פייפען און מ׳גייט זיך ווייטער.. איי, זיי האבן דיר אויפגעברענגט, געהאלטן סעיף און געגעבן צום לעבן..? נו, נאכאמזל אז זיי גלייבן אין די תורה הק׳ וואס זאגט ״אם אין קמח אין תורה״… זיי האבן קיינמאל געמיינט דעם קינד׳ס טובה, איז פ״וו זאל זיך דאס קינד רעכענען איצט מיט זיי??
כ'מיין אז ס'איז אזא אלי ואלי...

נישט האבן קיין שייכות איז אמאל גאר א וויכטיגער זאך וואס טעראפיסטן עצהנן אמאל מ'זאל ענדליך קענען שטיין אליין און מער נישט פראבירן צו פליזן מיטן חלילה אויפגעבן די אייגענע זיכערהייט און שטארקייט וכדו'.

אבער דאס מיינט נאכנישט אז מ'זאל נישט זעהן אז מ'איז א חלק פון זיי. אדרבה מ'איז מחשיב (פון דערווייטענס) דעם פאקט אז זיי זענען הומען און מ'קומט פון זיי. און מ'ארבעט טאקע אויף זיך צו קומן נאך נענטער צו זיך.

אזוי טרעפט מען דעם אייגענעם אמת'ן פלאץ ווי מ'איז אינעם גאנצן עקזיסטענץ.
 
אבער דאס מיינט נאכנישט אז מ'זאל נישט זעהן אז מ'איז א חלק פון זיי. אדרבה מ'איז מחשיב (פון דערווייטענס) דעם פאקט אז זיי זענען הומען און מ'קומט פון זיי. און מ'ארבעט טאקע אויף זיך צו קומן נאך נענטער צו זיך.

אזוי טרעפט מען דעם אייגענעם אמת'ן פלאץ ווי מ'איז אינעם גאנצן עקזיסטענץ.
איך פארשטיי נישט דיין נקודה.

וואס מיינט ׳מ׳איז א חלק פון זיי׳?
בסך הכל זענען זיי כאילו די ׳ברידזש׳ וואס מיין מציאות איז צושטאנד געקומען, דורך געפארן מאין ליש דורך זיי. ׳הכרת הטוב׳ פאר די (וואס האבן געבויעט דעם) בריק קומט זיך טאקע, אבער די סעקונדע מ׳איז אריבער געפארן דעם בריק פארגעסט מען דערפון, מ׳איז נישט א חלק דערפון. מאי שנא הכי?

׳מחשיב אז זיי זענען הומען׳?
כ׳וואלט ענדערש געזאגט אז ׳איך בין לאקי אז מיינע עלטערן זענען הומען׳. וואלטן מיינע עלטערן געווען מאלפעס וואלט איך… עם… וואס?… נישט געהאט אזוי פיהל שאלות און ספיקות וויאזוי זיך צו באציען צו עלטערן 😉🤣

צו טרעפן די ׳אייגענע אמת׳ע פלאץ ווי מ׳איז אינעם עקזיסטענץ׳ דארף מען קוקן בלויז אויף זיך און אויף די עקזיסטענץ. שיין קוק איך אויס אויב מיין גאנצע עקזיסטענץ זענען 2 מענטשן פון צווישען אפאר ביליון מענטשען און באשעפענישן לאין מספר..

איך פרעג נישט אפ. איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין..
 
בסך הכל זענען זיי כאילו די ׳ברידזש׳ וואס מיין מציאות איז צושטאנד געקומען, דורך געפארן מאין ליש דורך זיי.
דאס איז אפשר פאר די נשמה (אויב מ'קוקט עס אהן ווי עפעס באזונדער וואס קומט אריין פון אויבן).
די שורש פון דיין גוף - איז זיי.

שיין קוק איך אויס אויב מיין גאנצע עקזיסטענץ זענען 2 מענטשן פון צווישען אפאר ביליון מענטשען און באשעפענישן לאין מספר..
בכלל נישט צוויי מענטשן, כ'רעד טאקע פון די ביליון מענטשן ארויף, זיי זענען אין דיר. די גאנצע שלשלת ליגט אין דיר און איז דיר.
 
די שורש פון דיין גוף - איז זיי.
איך האב נישט גערעדט דוקא בנוגע די נשמה. מצד די גוף איז ניטאמאל שייך צו האבן הכרת הטוב צו זיי מער ווי צו זיך אליין. זיי האבן נישט געטשוסט די סארט גוף און נאטירן מער פון מיר אליין.
בכלל נישט צוויי מענטשן, כ'רעד טאקע פון די ביליון מענטשן ארויף, זיי זענען אין דיר. די גאנצע שלשלת ליגט אין דיר און איז דיר.
זיי זענען מיר??
מיין מהות איז געפארעמט מיט ענדליכע שטריכן צו וואס זיי האבן געהאט.

אויב בינעך נישט צופרידן פון געוויסע פיוטשערס וואס כ׳אב גע׳ירש׳נט פון זיי האב איך נישט וואס צו זיין בייז אויף זיי מער ווי אויף מיר.

אויב קען איך זיך עקסעפטן אזוי ווי איך בין, דאן דארף נישט זיין קיין פראבלעם זיי אויך צו אקצעפטירן פאר דאס וואס זיי זענען.

מ'איז מחשיב (פון דערווייטענס) דעם פאקט אז זיי זענען הומען און מ'קומט פון זיי.
יעצט כאפ איך דעם עומק פון עקסעפטן און מחשיב זיין צו זיין הומען, כאטש א מענטש (לעומת אנדערע בעלי חיים) האט די חסרון פון קענען דענייען זיך אליין צוזאמען מיט די אייגענע קינדער ה״י.. נו, שוין. האבן אונז אויף וואס צו ארבייטן 😊
 
יעצט כאפ איך דעם עומק פון עקסעפטן און מחשיב זיין צו זיין הומען, כאטש א מענטש (לעומת אנדערע בעלי חיים) האט די חסרון פון קענען דענייען זיך אליין צוזאמען מיט די אייגענע קינדער ה״י.. נו, שוין. האבן אונז אויף וואס צו ארבייטן 😊
🔥🔥🔥
 
Back
Top