יישר כח פאר בירור הדברים, למען ידעו דורותיכם אז עס איז דא מבקשים און יראי ה׳,וואס זענען זיך גערן מבזה אין פראנט פון אנדערע, און מיט דעם זוכט מען משיג צוזיין די מדת השתוות, און מען קומט צו תיקון המדות וכושר המעשים, אפשר איז עס דומה במקצת צו די חסידי תל״ק (שנת תק״ל) פון רבי אברהם קאליסק, וואס כדי זיי זאלן אהנקומען צו די מדה פון השתוות - נישט נתפעל צו ווערן פון מלעיגים - און אויך עס זאל זיין ביי זיי אייניג צו מען זאגט א שבח אדער א גנאי - פלעגן זיי פראווען אינמיטן די גאס קוליקעס - זיך גישטעלט אויף די קאפ אראפ, און מיט די פוס ארויף - דער גר״א האט עס אהנגיקוקט ווי א בזיון און חרפה פאר יידן און יידישקייט, האט ער זיי אראפ גיריסען, אז דאס איז עבודה זרה פון בעל פעור - אהנוועזנדליך ווייל זיי האבן גיוויזען די אחוריים שלא כנימוס,
די כינוסי אייאוואסקע, איז פון אן ענליכע יצר הרע פון בעל פעור, זיך מגלה צוזיין וואס עס באלאנגט אין די נסתרות, כאילו מען מאכט א התחלה אין עבדות השם מיט 20% און עס בלייבט נאר 80% צו צוקומען צו די גאול, לפי האמת איז די 20% אויך נאר א יצר פון גילוי הנסתר, דער פסוק זאגט מכסה פשעיו יצליח, במסתרים תבכה נפשי, מען דארף נישט שעהרן אינטימע זאכן, כאילו מיט דעם איז מען מגולל אבן מן הלב און מען קומט קרוב אל ה׳
דער תניא איז גיוועהן גאר נאהנט מיט רבי אברהם קאליסקער , ווען רבי אברהם האט עולה גיוועהן קיין ארץ ישראל, מיט זיין רבי רב מנחם פון וויטעבסק איז דער תניא גיוועהן פאר יאהרן דער תומך מיט געלט, זיי זאלן האבן א קיום פון פרנסה אין טבריא איז שפעטער גיווארן א פירוד צווישען די גרויסע מענטשן, דער בעל התניא און רבי אברהם (נאך די פטירה פון רב מוויטעפסק) שרייבט דער אלטער רבי (תניא) אז נאך בימי חייו פון דעם מגיד פון מעזריטש (ליקוטי אמרים) האט נאך דער מגיד צוליב די ווילדע קוליקעס, מרחק גיוועהן רבי אברהם, און ער דער אלטער רבי האט עהם מפייס גיוועהן בשמו, ער זאל קענען צוריק אריין אין די חבריא קדישא, פון די מייסדי חסידות.
עכ״פ איז משמע אז טהון דברים של בזיון און חוסר כבוד בני אדם איז נישט קיין דרך ה׳, נאך פריער א דור איז גיוועהן דער מנוול יעקב פראנק, וואס האט גיהאט א פאלאואינג פון מבקשים אויך אויף אן אופן פון גילוי ברבים, מיט פארשידענע הסברים צומאכן תיקונים, און עס איז גיגאנגען מדחי אל דחי, ביז מען איז אהנגיקומען אז די גילויים מיט די מאשרומס, וועט זיין מער דזשענואין, אז עס וועט זיין אנשים ונשים, און יעדער וועט זיך אויס געבן צוזאמען, ביז ער איז נתגלה גיווארן אין לאנדצקורן מולדובה, דארך דער שטאט שמש, וואס האט גימערקט קולות פון א בעיסמענט, און ער האט אריין געבליקט דורך א שפאלט פון א פענצטער, א יונגע פרוי ערומה באמצע מיט א ספר תורה, וכל העם עומדים צפופים ומשתחווים רווחים פאר די קדשה, עס איז דענסטמאל ארויס א חרם אויף דעם יעקב פראנק, וואס ער איז נאכדעם גיווארן א באקאנט אלץ א שבתי צבי׳ניק, ער איז אנטלאפן קיין קאמעניץ-פודולסק מיט זיינע אהנהענגער, און ער האט זיך מתנצר גיוועהן לבושת ישראל, (איז מעקרווירדיג אז אין דעם מקום קאמעניץ-פודולסק איז פארגיקומען די ערשטע מאסן רציחה פון יידן ביי די וועלט מלחמה)
לפי הבנתי איז דער עיקר פול פון די אייאוואסקא מיטינגס, איז די רייץ און תאוה זיך ארויס צוגעבן די נסתרות, און אויך הערן פון אן אנדערן זיינע באהעלטענישן, און נאכדעם בלייבט די ארבעט וואס מען קען עוסק זיין אויב מען וויל און מען איז דערביי, פונקט כבתחילה