אייאוואסקא צערעמאניע

פארװאס דארף איך עס אָנהענגען אין מיסטישע אדער סיבות צוטוהן מיט דעם "ריטואל" װען איך קען פשוט קוקן אין ויקיפדיה װאס די פֿיזיאָלאָדזשיקעל ריזענס פאר'ן ברעכן אדער דײַעריע זענען?!:
View attachment 9407
View attachment 9406
אוודאי איז עס א פיזישע זאך.
אבער, פאר די וואס האבן עס שוין געטון ווייסן, אז די ברעכן קומט נישט סתם אזוי, געווענליך וויאזוי ס'גייט צו איז ווי פאלגנד.
א געפיל קומט ארויף, אויף מעדעצין איז א יעדע פילינג 10x, די געפיל איז אזוי שטארק אז מ'פרובירט עס אוועקצושטעלן, ס'קומט צוריק שטערקער און מ'שטופט עס נאכמער אוועק, וחוזר חלילה.
נאכדעם קומט עס מיט אזא מין קראפט, מ'פילט ווי מ'פאלט ארויס פון די אייגענע גוף, אסאך מאל הייבט מען אָן שרייען און דערנאך קומט עס, און נאך ווי ס'קומט, נישט סתם ברעכן, ס'איז ברעכן פון אזא טיפע פלאץ.....
אסאך מאל איז די form of purging וויינען, pee or poop, געווענליך האט מען גענוג קאנטראל צו קענען גיין צו א ביה"כ.

די שטילקייט נאכדעם איז...... כ'גיי בלייבן שטיל....

דעריבער פילן געוויסע, און אזוי איז אויך די אנגענומענע מיינונג און די מעדיצין קאמיוניטי אז ס'א קלינינג!
 
מען דארף זאגן דאס פאר די אלע הכנות גײער פאר'ן דאװענען שחרית, זײ זאלן טרונקען אביסל אײאװאסקע.
קודם דארף מען דאך איינצאהלן א פופצען מאות פאר דע פריווילעגיע, וואס מען ווערט צוטרענצלט און צופיצעלט, בפני כל העם הנאספים, איש לפי אכלו תכוסו (ווייסט מען דאך דער טייטש) מען ווערט צולאזט, און די מוחות הייבן אהן צושוועבן, און עס טהוט זיך דערמאנען אלע חטאות נעורים מיום גמול עלי אמו עד הנה, מען ווערט פלוצלינג א זוכר כל הנשכחות, און מען איז משוטט בעולמות, ביז מען קומט צוריק - און מען עקסעפט זיך אזוי ווי מען איז כהיום - עס איז אלץ דא א ריסק, אז מען בלייבט א משוטט אהן א סאפט לענדינג, כך קבלתי פון א איש כגבורתו, וואס איז א דארך דעם פראצעדור, עטליכע מאהל בהצלחה לפי דבריו, און עס איז אהנוועזנד גיוועהן ארום 30 פארזאנען מסלתה ומשמנה, דיינים מוצ׳״ם און מבקשים, וואס האבן עס מלבש גיוועהן אלץ השגה, אין עבדות הבורא, גאו פיגור. איז יעצט שוין נולד א נייער פירוש אויף והבדילנו מן התועים.
 
@ריבי כ'מיין שוין די העכסטע צייט פאר דיר צו גיין פאר אביסעל סייקעדעליקס🤣. א ת"ח ביסטו אדער קען זיין א מו"צ גאר אויך, וועסט קענען משיג זיין הויכע דערהויבענע סתרי תורה
 
וואס מען ווערט צוטרענצלט
און צופיצעלט,בפני כל העם הנאספים
א מענטש וואס איז גרייט צו זיין הומען און וואלנערבול, זיין צוקלאפט אין פארענט פון נאך אידישע קינדער וואס זיצן מיט אמתע ברודערליכע אחדות
איז ווייל מ'איז אקעי מיט בושה און שוואכקייטן וואס איז א גרויסער מדריגה
און ווייל מ'זעהט מענטשן מיט אן אמתער בליק וואס איינער וואס גייט אדורך בושות און כשלונות ווערט נישט קיין טראפ קלענער דערפון.

דאס איז לכאו' די ענטפער אויף דיין תמיה 👇
און עס איז אהנוועזנד גיוועהן ארום 30 פארזאנען
מסלתה ומשמנה, דיינים מוצ׳״ם און מבקשים,וואס האבן עס מלבש גיוועהן אלץ השגה, אין עבדות הבורא , גאו פיגור.

אבער למען האמת. די עבודה פונעם נאכט איז נאר צוואנציג צו פופציג פראצענט פון די ארבעט. די איבריגע ארבעט הייבט זיך אהן ביים צערעמאניע פונעם לעבן ווי מ'איז דער מעדעצין מענטש/שאמאן/בעל שם אינעם אייגענעם לעבן.
 
א מענטש וואס איז גרייט צו זיין הומען און וואלנערבול, זיין צוקלאפט אין פארענט פון נאך אידישע קינדער וואס זיצן מיט אמתע ברודערליכע אחדות
איז ווייל מ'איז אקעי מיט בושה און שוואכקייטן וואס איז א גרויסער מדריגה
און ווייל מ'זעהט מענטשן מיט אן אמתער בליק וואס איינער וואס גייט אדורך בושות און כשלונות ווערט נישט קיין טראפ קלענער דערפון.

דאס איז לכאו' די ענטפער אויף דיין תמיה 👇

אבער למען האמת. די עבודה פונעם נאכט איז נאר צוואנציג צו פופציג פראצענט פון די ארבעט. די איבריגע ארבעט הייבט זיך אהן ביים צערעמאניע פונעם לעבן ווי מ'איז דער מעדעצין מענטש/שאמאן/בעל שם אינעם אייגענעם לעבן.
יישר כח פאר בירור הדברים, למען ידעו דורותיכם אז עס איז דא מבקשים און יראי ה׳,וואס זענען זיך גערן מבזה אין פראנט פון אנדערע, און מיט דעם זוכט מען משיג צוזיין די מדת השתוות, און מען קומט צו תיקון המדות וכושר המעשים, אפשר איז עס דומה במקצת צו די חסידי תל״ק (שנת תק״ל) פון רבי אברהם קאליסק, וואס כדי זיי זאלן אהנקומען צו די מדה פון השתוות - נישט נתפעל צו ווערן פון מלעיגים - און אויך עס זאל זיין ביי זיי אייניג צו מען זאגט א שבח אדער א גנאי - פלעגן זיי פראווען אינמיטן די גאס קוליקעס - זיך גישטעלט אויף די קאפ אראפ, און מיט די פוס ארויף - דער גר״א האט עס אהנגיקוקט ווי א בזיון און חרפה פאר יידן און יידישקייט, האט ער זיי אראפ גיריסען, אז דאס איז עבודה זרה פון בעל פעור - אהנוועזנדליך ווייל זיי האבן גיוויזען די אחוריים שלא כנימוס,
די כינוסי אייאוואסקע, איז פון אן ענליכע יצר הרע פון בעל פעור, זיך מגלה צוזיין וואס עס באלאנגט אין די נסתרות, כאילו מען מאכט א התחלה אין עבדות השם מיט 20% און עס בלייבט נאר 80% צו צוקומען צו די גאול, לפי האמת איז די 20% אויך נאר א יצר פון גילוי הנסתר, דער פסוק זאגט מכסה פשעיו יצליח, במסתרים תבכה נפשי, מען דארף נישט שעהרן אינטימע זאכן, כאילו מיט דעם איז מען מגולל אבן מן הלב און מען קומט קרוב אל ה׳
דער תניא איז גיוועהן גאר נאהנט מיט רבי אברהם קאליסקער , ווען רבי אברהם האט עולה גיוועהן קיין ארץ ישראל, מיט זיין רבי רב מנחם פון וויטעבסק איז דער תניא גיוועהן פאר יאהרן דער תומך מיט געלט, זיי זאלן האבן א קיום פון פרנסה אין טבריא איז שפעטער גיווארן א פירוד צווישען די גרויסע מענטשן, דער בעל התניא און רבי אברהם (נאך די פטירה פון רב מוויטעפסק) שרייבט דער אלטער רבי (תניא) אז נאך בימי חייו פון דעם מגיד פון מעזריטש (ליקוטי אמרים) האט נאך דער מגיד צוליב די ווילדע קוליקעס, מרחק גיוועהן רבי אברהם, און ער דער אלטער רבי האט עהם מפייס גיוועהן בשמו, ער זאל קענען צוריק אריין אין די חבריא קדישא, פון די מייסדי חסידות.
עכ״פ איז משמע אז טהון דברים של בזיון און חוסר כבוד בני אדם איז נישט קיין דרך ה׳, נאך פריער א דור איז גיוועהן דער מנוול יעקב פראנק, וואס האט גיהאט א פאלאואינג פון מבקשים אויך אויף אן אופן פון גילוי ברבים, מיט פארשידענע הסברים צומאכן תיקונים, און עס איז גיגאנגען מדחי אל דחי, ביז מען איז אהנגיקומען אז די גילויים מיט די מאשרומס, וועט זיין מער דזשענואין, אז עס וועט זיין אנשים ונשים, און יעדער וועט זיך אויס געבן צוזאמען, ביז ער איז נתגלה גיווארן אין לאנדצקורן מולדובה, דארך דער שטאט שמש, וואס האט גימערקט קולות פון א בעיסמענט, און ער האט אריין געבליקט דורך א שפאלט פון א פענצטער, א יונגע פרוי ערומה באמצע מיט א ספר תורה, וכל העם עומדים צפופים ומשתחווים רווחים פאר די קדשה, עס איז דענסטמאל ארויס א חרם אויף דעם יעקב פראנק, וואס ער איז נאכדעם גיווארן א באקאנט אלץ א שבתי צבי׳ניק, ער איז אנטלאפן קיין קאמעניץ-פודולסק מיט זיינע אהנהענגער, און ער האט זיך מתנצר גיוועהן לבושת ישראל, (איז מעקרווירדיג אז אין דעם מקום קאמעניץ-פודולסק איז פארגיקומען די ערשטע מאסן רציחה פון יידן ביי די וועלט מלחמה)
לפי הבנתי איז דער עיקר פול פון די אייאוואסקא מיטינגס, איז די רייץ און תאוה זיך ארויס צוגעבן די נסתרות, און אויך הערן פון אן אנדערן זיינע באהעלטענישן, און נאכדעם בלייבט די ארבעט וואס מען קען עוסק זיין אויב מען וויל און מען איז דערביי, פונקט כבתחילה
 
איינע פון די זאפטיגסטע שטיקלעך וואס איך האב געלייענט פון @ריבי אין א לאנגע צייט
lol.gif

איך האב גארנישט געוויסט פון די קוליקעס.
 
סתם געווארפן א לאטקע און איר זענט נאך א מדמה מילתא למילתא אויכעט, א פערטיגע פוסק.
ביז איר גייט נישט טרינקען גייט איר סייוי נישט פארשטיין און פילן וואס דעס איז.
 
כ'פארשטיי פארוואס דו זאגסט אזוי ריבי
פשוט צו קלאָר מאכן, מעדיצין האט גארנישט מיט מגלה נסתרות זיין פאר יענעם, ס'העלפט צו מגלה זיין מיינע אייגענע טיפע באהעלטענישן, וואס זענען מיט די יארן געווארן באהאלטן, פאר מיר אליין!

ס'פעלט בכלל נישט אויס עס צו טון אין א גרופע, קענסט עס טון פריוואט.
און יא ס'קען זיין העלפפול עס צו טון מיט נאך מענטשן, פונקט ווי אחינו הספרדים זינגען חטאנו לפניך אדער אונז אשמנו.

כ'בין בכלל נישט pro סייקאדעליקס זיכער נישט אייוואסקא, אבער כ'בין against עס אראפ רייסן מיט א מעשה פון 200 יאר צוריק....
 
אין די נפשי ביילאגע פון די מאמענט איז דא א אינפארמאטיווע ארטיקל איבער קעטעמין. מסתמא די ערשטע ארטיקל איבער סייקאדעליקס אין א היימישע אויסגאבע.
 
אין זיי באקימען אסאך היעט
 
אינטימעט קליינע חבריה מיטן גלעזל טיי ❤️

די קול דממה דקה וואס בעט זיך ממעמקים און בענקט זיך אהיים, איז דיין הזמנה פרטית צו דזשוינען אונזער דזשורני באגלייט דורכ׳ן ספעציעלן פאסיליטעטאר וואס איז יעצט דא אין ניו יארק.

קומענדיגן זונטאג, מאנטאג און דינסטאג

פאר מער פרטים שיק מיר אן אימעיל:
[email protected]
 
וויאזוי איז געווען?
 
וויאזוי איז געווען?
כ׳האב שוין לאנג נישט אריינגעטשעקט דא…

ס׳געווען לעילה ולעילה.. כ׳האב זייער הנאה געהאט! און יעצט אז דו דערמאנסט מיר קומען מיר ארויף די אנגענעמע זכרונות.. אהה.. ❤️❤️❤️
 
מן הסתם מיינט איהר לעילא ולעילא
פילייכט ביטע קענט איהר געבען דיטעילס פון די טריפ
ווי לאנג עס האט גילעסטעט
צו וועלכע זכרונות איז מען אהנגיקומען
צו איז געבליבען אן עפעקט נאכדעם א בענעפיט
 
יא, שכ׳ח פארן מתקן זיין, לעילא ולעילא איט איז 🥰

פון מיין פערספעקטיוו און עקספיריענס מיט די טיי מעדעצין איז אז די עפעקט איז ״פערמענענט״.

די שאלה איז נאר פון וועלכע עפעקט די רעדע איז. די עפעקט וואס אונז אלע ווילן און זיכן איז נישט קיין סוד. יעדע מענטש וואלט געקענט באשטיין צו אייביג זיין אויפגעליייגט, מלא שמחה ותענוג! און באמת איז דאך דאס די תכלית.. ״האדם לא נברא אלא להתענג על ה׳״

מיט אייאוואסקע קען מען גרינגער אנקומען צו דעם תכלית. אבער צו זיין ריאליסטיש פארשטייט זיך אליין אז ס׳איז נישטא קיין שארט-קאט, א גלעזל טיי קען נישט ריפלעיסן די ארבייט פון ארבייטן אויף זיך. זיך אויסלערנען וויאזוי זיך אומצוגיין און אויפנעמען פראבלעמען און שוועריקייטן.

מיט די טיי אליין קעמען האבן א היי און זיין גוט אויפגעלייט פאר אזא 2 וואכן נאכן טרינקען. אבער, צוזאמען מיטן צולייגן מחשבה און ארבייט קעמען זיך אויסלערנען א וועג פון לעבן וואס בלייבט פערמענענטלי מיטן מענטש.

אלענפאלס, וועט די גלעזל טיי האבן א פערמענעט עפעקט דורך דעם וואס די טיי איז גאר מאכטפול און וועט באיזה אופן שהוא אויסוואשן ״פאָר גוד״ אלטע טראומע, ענקזייעטיס, דעפרעשן און עדעקשאנס! (לאו דוקא איין גלעזל אלע, אבער ׳פטור בלא כלום אי אפשר׳)

נישט קיין חילוק וואס דער מענטש טוט פון דא און ווייטער, וועט זיין לעבן מער נישט זיין די זעלבע ווי פאר דעם.. די מעדעצין קען ארויסנעמען דעם מענטש פון א טיפע גריב, אבער אויף צו נישט אריינפאלן אין א פרישן גריב דארף מען קוקן ווי מ׳גייט.

דאס איז אלעס באופן כללי. אז דו האסט מיר געגעבן די מייק האב איך שוין אויסגעניצט די געלעגנהייט 😄

יעצט בפרטיות אויף די פארגאנגענע צערעמאניע, האב איך געהאט א דיפרענט עקספיריענס. איך האב נישט געהאט זייער א טיפע דזשורני ווייל איך בין געווען ממונה צו זיין על המשמר אויב עמיצער וועט דארפן סיי וועלכע הילף. סאוי, אלץ העלפער האב איך געטרינקען ווייניג אבער איך האב נאכאלץ געהאט מיין אייגענע פראסעס. כ׳האב באמערקט זאכן אין מיר און געווארן קלארער בנוגע וויאזוי איך פיהל צווישן מענטשן, וויאזוי א טראומע פּאַרט אין מיר האט זיך נאך אלץ קינד אויסגעלערנט אז ס׳נישט סעיף צו זיין אינטערן ספאט-לייט און דעריבער בין איך אלץ געווען א שטילער.

בעז״ה איז די טיי געווען די גוטע שליח מיר ארויסצונעמען פון א שטארקע ׳סאשעל-ענקזייעטי׳. צופרי האב איך באקומען זייער שטארקע קאמפלימענטס אויף מיין ארבייט במשך די נאכט און אנשטאט זיך פארשטעקן פאר בושה, עפעס וואס איך פלעג טון אין די פארגאנגענהייט.. האב איך עס אנגענומען און געס וואט? ס׳האט געפיהלט גוט! קאמפלימענטס זענען געשמאק! (נישט קיין חידוש פאר דיר? פאר מיר יא..) יעצט דארף איך מאכן זיכער אז כ׳זאל נישט אריינפאלן אין גיאות ח״ו 😉

און באופן כללי איז עס געווען זייער א געשמאקע חבריא, יעדער האט געהאט זייער אייגענע פראסעסס און כ׳הער צוריק גאר גוטע פידבעק ב״ה.
 
מיט אייאוואסקע קען מען גרינגער אנקומען צו דעם תכלית. אבער צו זיין ריאליסטיש פארשטייט זיך אליין אז ס׳איז נישטא קיין שארט-קאט, א גלעזל טיי קען נישט ריפלעיסן די ארבייט פון ארבייטן אויף זיך. זיך אויסלערנען וויאזוי זיך אומצוגיין און אויפנעמען פראבלעמען און שוועריקייטן.
די זעלבע ווערטער האב איך געהערט אין די פרוי פון סקווער אויף סטראגלינג פאדקעסט, אז ווער סמיינט אז סייקאדעליקס איז א פיקס, איז אין פאר א טעות פונעם לעבן, סאיז הארד ווארק

און איך איבערצייג מיך דעס מער ווען איך באטראכט מערערע וואס גייען דורך דעם דזשורני פון סייקאדעליקס, דע וואס גייען פאר די פאן און האלטען נישט ביים אריינלייגען די שווערע ארבעט זיך צו טוישען, האבען אפאר וואכען א היי, זיי הייבען אהן פלאפלען אויף פאדקעסטס, אבער זיי פאלען נאכדעם צוריק. דעיע וואס ארבעטען אויף זיך צו טוישען זייער שוועריקייטען, העלפט זיי סייקעדעליקס זיך צו באפרייען
 
Back
Top