- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 80
- רעאקציע ראטע
- 577
קאמאל אל סאליבי איז א לעבאנעזער קריסטליכער אראבער וואס האט שטודירט אין אן ארטיגער אמעריקאנער אוניווערסיטעט. ער קומט איין טאג ארויס מיט א באמבע, א בוך מיטן נאמען מיטן שרייענדיגער טיטל .BIBLE CAME FROM ARABIA. ער דערקלערט קלאר אז ער האט נישט קיין אגענדע, ער איז א קריסט, און ס׳וואלט נישט געווען אין די מוסלעמענע אינטערעסן אפציזיגלען דרום אראביע וואס איז אדמת קודש לערביים אלץ ארץ ישראל, נאר דאס פעלט זיי אויס. נאר א ריינער אקאדעמישער מאטיף האט אים גישטיפט דערצו. ער האט געהאט קשיות לערנענדיג דעם ביבל, נעמען האבן נישט געשטימט מיט די מאפעס. און אז ער האט איינמאל זיך מעמיק געווען אין די מאפעס פון אסיר וואס גרעניצט זיך מיט תימן האט ער געשפרינגען, עס האט אים געקלינגען גאר היימיש, דאס איז אים געווען קענטליך פון ארץ ישראל פון תנ״ך, וואס דאס האט אים געפירט זיך אריינצולאזן אינעם ענין, ספק געטריבן ביי אמת אדער אבסעסיע שוין, און עווענטועל צו דעם קאנטערווערסיאלער בוך.
האב איך אין גרויס נייגער באשטעלט דעם דאזיגן בוך, נאר איידער עס איז צו מיר אנגעקומען האב איך שוין געזעהן קאמענטארן אויפן געוועב וואס צייגט אויף סילופים מצידו פון דעם קאמאל סאליבי, במיזיד׳יגע אדער מתוך חוסר דיוק. האב איך מחליט געווען, ביז וואו וואס ווען איידער איך קריג דעם בוך און כ׳קען זעהן במו עיני וואס ער זאגט, לאמיר זיך אליינס ארויף שארן די ארמל, באטראכטן די מקורות וואס איך האב צו די האנט איבער ארץ ישראל, און זעהן וואס אני הקטן האב צו זאגן איבערן ענין.
קודם, איידער מיר לאזן זיך אריין אין די ראיות אז דאס בארגיג לאנד אין דרום סעודיע מיטן נאמען אסיר נעבן די גרעניצן מיט תימן קען זיין א מעגליכער קאנדידאט פארן אמת׳דיגן ארץ המובטחת, לאמיר אנהייבן מיט ראיות אויפן מדבר הגדול והנורא אז דאס איז נישט דאס וואס מען רופט היינט מדבר סיני, ד.ה. דער סיני האלב אינזל, נאר דער גרויסער ריזיגער מדבר פון סאודיע אראביע.
צו דעם האב איך מיך נישט געדארפט צופיל מטריח זיין, ווייל איך האב געטראפן אויפן היימיש אידישן פארום וועבזייטל ״אייוועלט״ א לענגס און א ברייטס איבער דעם ענין, א הערליכער מאמר, אט איז עס, מיט מיין הגה ותוספות נופך משלי, שמעו ותחי נפשכם:
געפונט דער בארג סיני אינעם אזויגערופענער ״סיני האלב אינזל״ אדער אין סאודיע אראביע?
אזוי ווי איך האב לעצטענס אריינגעקוקט אין דעם נושא אין מען קען היינט צוקומען גרינג סיי צום סיני און סיי צו סאודיע אראביע, צוליב דעם וואס סאודי אראביע האט געעפנט זייערע גרעניצ'ן. וועל איך דא אויסלופטערן מיינע ספיקות און חששות.
די שיטה אז הר סיני זאל זיין ביים ״סיני פענינסולע״, האט בעיקר 2 שטארקע הוכחות, 1) די נאמען איז מוכח. עס איז דא א כלל אז אויב האט א פלאץ א נאמען שוין דורות לאנג די זעלבע ווי די תורה, איז עס מוכח אז עס איז די זעלבע. 2) די ערבי נחל הידוע וואס ברענגט די חלק פון די סנה אין די שטיינער. ער שרייבט וז"ל הק' (פרשת שמות): ונודע שצורת סנה נראה בכל אבני ההר ההוא הר סיני והועד עליו דבר פלא שאבן מהר סיני יש בו צורת סנה ואם ישבר האבן לשנים יש בכל א' צורת סנה קטן מבראשונה וכו'.
אבער אויף דעם איז דא שטארקע קשיות, און איך וועל אויסרעכענען עטליכע:
1) ווי איז לויט דעם מדין? עס שטימט נישט אז משה רבינו זאל גיין פאשענען אזוי ווייט אוועק פון מדין (וואס עס איז אנגענומען אז עס איז צפון מערב סאודי אראביע) אזש ביז די סיני פענינסולע, און ביז אזוי ווייט ווי דער מקום ווי דער אנגעבליכער בארג סיני געפונט זיך, וואס איז א מהלך רב פון מדין.
2) די תורה זאגט מדבר הגדול והנורא, אבער די סיני פענינסולע איז א קלייניקייט קעגן די מדבר אין סאודי אראביע.
3) דער שיטא אז קריעת ים סוף איז פארגעקומען ביים לינקן ארעם פונעם ים סוף (וואס הייסט דער סואיץ ארעם. ווי באקאנט איז דער ים סוף פארמירט ווי א Y שאפנדיג א צעטיילונג ביי איר צפון עק איינס ציהט רעכטס און איינס לינקס) איז צווישן אנדערן געבויט מיטן חשבון אז דער לינקער ארעם איז פאר דעם סיני האלב אינזל קומענדיג פון מצרים, מה שאין כן דער רעכטער ארעם (דארטן ווי אילת איז, וואס הייסט דער אקבא ארעם) איז שוין אויפן אנדערן זייט פונעם סיני פענינסולע.
דער פראבלעם מיט דער שיטא איז אבער פילפאכיג. קודם כל, די תורה זאגט אז דער אייבערשטער האט ארויסגעצויגן די בני ישראל פון מצרים שוין די ערשטע טאג, לויט דעם וואו פונקטליך איז דער גרעניץ פון מצרים? ווייל לכאורה איז דער לינקער ים סוף זעלבסט דער גרעניץ, איז וואס האבן די אידן געטוען די ערשטע זעקס טעג אין אזא נאנטע שטרעקע? ארום שפאצירט? ווייטער, וואס האט פרעה געהאט צו לויפן צוויי טעג מיט שנעלע רייטער ביז אהין? פון פרעה׳ס פאלאץ ביז צום לינקן ים סוף איז נישט יתכן אזא מרחק.
4) און פון דא גיימער צום צווייטן פראבלעם מיטן שיטא פון קריעת ים סוף ביים לינקן ארעם, ד.ה. דער סואיץ ארעם וואס שטייט ביים אריינגאג צום סיני פענינסולע. ווייל לויט דער שיטא האט עס פאסירט ביים שפיץ ארעם וואס איז די ברייטסטע טייל פונעם ארעם, באקאנט אין ענגליש מיטן נאמען MOUSA COAST, וועט אבער דער קשיה זיין, אויב אזוי זענען דאך די אידן נישט געווען בלאקירט מיטן ים, און צו וואס אויב אזוי שרייען ביים ים ווען ממש אביסל ארויפצו איז דער וועג אפן צום סיני פעניסולע און מען קען דארטן אנטרינען פון פרעה?
5) און צום לעצט די לינקע זייט פון די ים סוף, איז נישט גענוג טיף כדי צריכת נס.
אשר על כן וואלט געווען נכון צו זאגן ווי פאלגנד:
לגבי דאס אז עס איז אנגענומען אז עס איז ביי די סיני פענינסולע, דארף מען וויסן אז פאר די נאמען סיני פאר די פענינסולע איז נישט דא קיין שום מקור ביז ווען די נוצרים זענען געקומען און געבויעט דארט די תיפלה, דאס איז א סיפור באריכות, אבער בקיצור נמרץ, מיט ארום פופצן הונדערט יאר צוריק האט א רוימישער קריסטליכער נסיכה גערייזט ארום די מייעסטעטישע בערג פון יענעם האלב אינזל און דערזעענדיג דעם הויכן פראכטיגן און השראה׳דיגן בארג האט זי מחליט געווען אז דאס מוז זיין דער בארג סיני. למעשה איז שטארק מסתבר אז עס איז נישט דארט. און לגבי דעם באקאנטן ערבי נחל וועגן די שטיינער בצורת הסנה אויף יענעם ארט, דארף מען פארשטיין אז ער ברענגט עס נישט פון קיין מאמר חז"ל גמ' וכדו', נאר בתורת שמועה ובדרך פרפראות בעלמא און מען קען נישט בויען דערויף קיין געביידעס.
און נישט פארגעסן, נוצרים האבן נישט געקענט צוקומען צו אראבישע לענדער אלע יארן, און ממילא קען מען פארשטיין פון ווי די טעות איז געקומען און פארוואס זיי האבן נישט געהאט די געלעגנהייט צו פאררעכטן דעם טעות, צי בדווקא אדער לאו דוקא.
האבנדיג דאס אראפגעשטעלט, ווערן מיר פטור פון די אויבנדערמאנטע תמיהות און קשיות. דער מדבר איז נישט דער סיני פענינסולע נאר א גרעסערער מדבר, און דער הר סיני איז נישט א ווייטער מהלך פון מדין. דארף מען שוין נישט דעם קריעת ים סוף ביים לינקן ארעם פאר דעם אזויגערופענעם סיני פענינסולע מיט אירע קשיות, ווייל אויך קריעת ים סוף איז ערגעץ אנדערש, עס איז פאר דעם ריכטיגן מדבר סיני. אזוי ווי מיר וועלן שרייבן ווייטער, כדלהלן:
אין 1978 האט ראן ווייעט, א ביבליסטישער שטודירער פילמירט א נסיעה וויאזוי ער האט זיך אריבערגעכאפט צו צפון מערב סאודי אראביע.
ראשית כל פאר מיר גייען ווייטער איז וויכטיג קלאר צו מאכן אז, סאודי אראביע האט נישט געהאט קיין שום אינטערעסע פאר פערציג יאר צוריק און נאך פריער צו שטופן אן אגענדע אז דער הר סיני איז ביי זיי, זיי האבן דאן בכלל נישט געזוכט די טוריזם. אבער דארט איז דא א בארג וואס הייסט שוין יארן מיט די נאמען, דזשאבעל הארעב (הר חורב), ווי אויך איז דא דארט א הייל JETHRA CAVES, (יתרו) און דער נעבן דער בארג JEBEL AL LAWZ וואס מאנכע זאכן אז דאס קענען מיינען די בארג פון געזעצען אזויווי Law אין די לאטיינישע שפראכן. ווייטער איז דא דארט נישט ווייט א מקום וואס הייסט אילים - און עס איז דא דארט קוועלער ווי מיר וועלן באלד זעהן, און דאס אלעס איז אן דעם וואס איינער זאל האבן אן אינטערעסע צו בויען טוריזם, אויב עפעס איז פארקערט.
שרייבט ער דער ראן ווייט אזוי: כלפי דער מקום פון קריעת ים סוף צייגט ער אן אויף א געוויסער נייער ארט אויף וואס קיינער האט נישט אן געצייגט ביז אהער, וואס מען קען זיך דערמיט דינגען אפשר יא אפשר נישט. ער צייגט דארט אן אויף היסטארישע שטוינענדע זוילן, לויטן שאץ געבויט געווארן 3500 יאר צוריק, אין די זוילן איז געווען איינגעקריצט בוכשטאבן אין אלט כתב עברי באצייכענענדיג ווערטער ווי פרעה, מצרים, עבדים וכו'. וואס קען שטארק אנדייטן אז די אידן האבן דאס געבויט אלס אנדענק פון זייער באפרייאונג. די זוילן האבן זיך געפונען אויף ביידע זייטן פונעם ים סוף, איינס אין ״נואייבא״ (סיני פענינסולע פראווינץ) און איינס אנטקעגן איבער דעם ים סוף אין סאודי אראביע.
ווען דאס איז אנטדעקט געווארן האבן די סאודיער צעווארפן די זויל אויף זייער טעריטאריע נישט וועלנדיג לאזן א אידישער איינדריק אין זייער לאנד. די אנדערע זויל שטייט נאך היינט און מען קען עס זעהן.
דערמיט ציהט ער א מסקנא אז די הר סיני געפינט זיך אין סאודי אראביע אין די זאנע פון די אמאליגע "מדין". ער שטעלט אראפ א מהלך בערך אזוי:
די אידן זענען ארויס פון גושן וואס איז צפונית מזרחית פון מצרים, גייענדיג צו מזרח ביזן רעכטן פליגל פונעם ים סוף , ד.ה אריבער שפרייזענדיג און אויסקרויזענדיג דעם סיני פענינסולע אין די ערשטע זיבן טעג. דארט האט זיך עס געשפאלטן און די אידן זענען אריבער ביז סאודי אראביע-מדין וואו זיי זענען אנגעקומען צום בארג וואס ווערט היינט גערופן "זשאבאל על לאז" (וואס מיר האבן שוין אויבן דערמאנט אלץ דער ״געזעץ בארג״). אינמיטן דעם בארג איז פארהאן אן עפענונג צו א הייל וואס קען זיין אז דאס איז דער מערת אליהו ווען ער איז אנטלאפן פון אחאב צו הר חורב.
וראה זה פלא - דער גאנצער שפיץ פונעם בארג איז שטארק אפגעברענט ווי דער פסוק זאגט "ואת ההר סיני עשן כולו מפני אשר ירד עליו ה' באש".
די הכרח אז הר סיני געפינט זיך אין מדין איז דאך א בפירוש'ער פסוק ווען משה איז אנטלאפן קיין מדין האט ער דאך געפאשעט יתרו'ס שאף, ביז ער האט געטראפן דעם סנה האט אים דער אייבערשטער געזאגט "בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה".
אזוי אויך ציטירט ער פון יוסיפין אז הר סיני איז דער העכסטער בארג אין לאנד מדין.
זיינע ראיות זענען באזירט אויך אויף אנדערע פלא׳דיגע טרעפונגען אינעם ארט ווי למשל ריזיגע שטיינער איינגעקריצט דערין צורת עגל וואס קען אנדייטן אז די ערב רב האט איינגעקריצט א אנדענק פון זייער אפגאט. אויך זעט מען דארט א גרויסער שטיין וואס איז וואונדערליך געעפענט אין צווייען (פתח צור ויזובו מים) און צופוסנס דערקענט מען אזוינע וואסער אפלויפן וואס קען שטארק מעגליך זיין די סלע וואס האט געגעבן וואסער. דערנעבן טרעפט מען א קליינער טאל מיט א גרופע פון טייטלביימער און גענוי 12 קוועלער ווי דער פסוק זאגט "ויבאו אלימה ושם שתים עשרה עינות מים ושבעים תמרים", טראץ דעם וואס אינעם גאנצן ארום וואקסן נישט קיין שום געוויקסן.
ער דאקומענטירט נאך א צאל ראיות ווי למשל אז נעבן דער פלאץ וואו בארג סיני געפינט זיך הייסט "אל-באאד", אין די אמאליגע מאפעס האט עס געהייסן "מאן על זשעטרוי" (שטאלן פון יתרו) וואס איז נאך א שטארקער באווייז. אין פאקט איז דא דארטן געבויט אזוינע גרויסע פעסטונגען מיט היילן אין א בארג מיט פארצייטישע שטאלן איינריכטונגען. די דרויסנדיגע פעסטונגען זענען דאקומענטירט פון בערך צוויי טויזנט יאר צוריק אבער די היילן אדער שטאלן זענען פול עלטער.
עד כאן איז פונעם שרייבער אויפן אייוועלט
ומה נפלא ווען מען האט לעצטנס געהערט פון ארכעלאגן העוסקים בעבודת חפירות עתיקים אז מען האט בלב מדבר ערב, אינעם הארץ פונעם אראבישן מדבר, געפונען א אור אלטער מיסטעריעזער בית הקברות וואס קיינער ווייסט דאס נישט מסביר צו זיין וואס וואו ווען, ווייל דארטן ארום האט מען נישט געפונען קיין אלטע ישובים און שטעט. איז ווי קומט דאס א בית הקברות פון שווערע טויזנטע אזוי אינמיטן דערינען אן קיין שטעט ארום??? און אט דער בית הקברות גייט צוריק דריי טויזנט מיט דריי הונדערט יאר. דאס הייסט גענוי אין די צייטן פון די מדבר. צו זענען זיי די מיתי מדבר???
יעצט לאמיר דערמאנען די ווערטער פון א בר אוריין און בר סמכא, דער בעל אבן ספיר, ער שרייבט קלארע דיבורים, אז וויילענדיג אינעם סיני האלב אינזל איז אים ארויף אויפן געדאנק אז דער מדבר סיני איז אפשר נישטא, נאר אין סאודיע אראביע, ער לייגט צו אז ער ווייסט אז אזא מחשבה וועט ארויס רופן מאדנע בליקן, אבער ער האט זיך שוין איבערצייגט אז עטליכע פון זיינע מאדנע שיטות איבער אנדערע ענינים האבן זיך שפעטער ארויס געוויזן צו זיין ריכטיג.
האבן מיר על כל פנים אן אילן גדול לתלות בו אונזער מהלך וועגן דעם מדבר סיני אז דאס איז נישט אויפן סיני האלב אינזל נאר אין סאודיע אראביע.
און אויך דאס אז ארץ מדין געפונט זיך אין דרום אראביע נעבן תימן, האבן מיר אן אלטער מקור, און דא שוין א תימן׳ער אליינס. דער תימן׳ער חכם ר' חיים בן יחיא חבשוש, אין זיין ספר "קורות ישראל בתימן" שרייבענדיג וועגן דער משיח שקר וואס איז אויפגעשטאנען אין דרום-מזרח תימן בשנת רנ"ה שרייבט ער צווישן אנדערן:
"חצרמות העתיקה... על דבר משיח השקר אשר יצא משם ועד עיר ביחאן, וערב רב עלה, ובכוח חיילותיו הרבים הרגיז והרעיש את זמרן ואת יקשן ואת מדן ואת מדין [כינויים לשבטי הערבים בתימן] עם שאר אחיהם יושבי תימן בכלל....
מען זעהט ווי ער רופט אן חלקים פון דעם לאנד תימן מיט גאנץ באקאנטע נעמען וואס מיר קענען פון די תורה. צום ערשטן האבן מיר חצרמוות, וואס איז א ידוע׳דיגער פראווינץ אין תימן עד היום הזה, און אידן פון יענעם געגנט האבן זיך גערופן יהודי חצרמוות. ווייטער האט מען נעמען ווי זמרן, יקשן, און מדן, אויך זיי זענען ידוע צו האבן געווען מקומות אינעם אראבישן האלב אינזל, און צום סוף פון יענער ליסטע דערמאנט ער מדין. משמע, אז די תמנים האבן א מסורה געהאט אז מדין איז טיף אינעם אראבישן האלב אינזל, און כידוע האבן די מדינים געוואנדערט ממקום למקום בתוך המדבר.
יעצט לאמיר גיין א טרעפל ווייטער, דער שטאט עציון גבר, וואס איז א שטאט דערמאנט אין פסוק אלץ דרום פון ארץ שעיר בקצה מלכות אדום על שפת ים סוף, דאס איז איינע פון די מ״ב מסעות און ווי אויך איז דאס דער ארט פון וואו שלמה המלך און יהושפט האבן געהאט שיפן צו גיין קיין ארץ אופיר און קיין תרשיש. היינט איז אנגענומען אז עציון גבר און אילת איז טאקע וואו דער היינטיגער אילת איז. זאגט אבער דער בעל אבן ספיר א חידוש נפלא וואס ער האט געהערט וויילענדיג אינעם שטאט אדען אין תימן פון די תושבי המקום, אזוי:
״על עיר עדן הזאת, אומרים יושביה היהודים התושבים מני אז שהיא “עציון גבר” הכתובה במקרא (דברים ב' ח‘; מלכים א’, ט' כ“ו; שם כ”ב מ“ט; דברי הימים ב‘, כ’ ל”ו), וכן כותבים באגרותיהם, כתובות וגיטין. ומראש כמו זר היה זה בעיני, כי הורגלנו לאמר אשר העיר סֻוַיס העומדת בסוף גבול מצרים על שפת ים סוף ברצועה המחברת אסיה ואפריקה – היא עציון גבר, והעיר עַקַבָּה אשר על חוף לשון ים השני, היא אילַת. אבל כבר כתבתי שזאת לא יתכן: כי סויס היא סמוכה למצרים על גבולה, והיא היתה מהמסעות הראשונות לצאת בני ישראל ממצרים קודם שעברו הים סוף (והקרוב בעיני שהיא בעל צפון או פי החירות), ועציון גבר היתה המסע הל“ב והיא אצל ארץ אדום, ככתוב כדברי הימים ב' ח' י”ז: “אז הלך המלך שלמה לעציון גבר ואל אילת על שפת הים בארץ אדום”, והיא באסיה, אבל סויס היא באפריקא של מצרים.
״ועל כן שבתי וראיתי גם בזה לקרב המציאות אל הקבלה – כאשר שמתי לי לחוק ומשפט מראשית חקירותי. – – – – איך שיהיה לא נפלאת היא ולא רחוקה שעציון גבר היא העיר הזאת עדן, ועליה תסמוך הקבלה.
און אויף דער מהלך, ווערט אין אן אנדערער תימן׳ער מקור געברענגט דורך׳ן תימן׳ער חכם עמרם קרח, דער שטוינענדער מסורה אז טייל פון די אבות יהדות תימן זענען נאך דארטן נאך פון די צייטן פון די ימי המדבר. ווייל טייל אידן האבן פשוט נישט ממשיך געווען מיט משה׳ן די נסיעה און געבליבן אין תימן. "נשמטו מהם לגליל תימן ונתיישבו בנפת ארץ שבא בירת הממשלה". אזוי אויך לויט דעם זעלבן מסורה, זענען עס געווען די אידן וועלעכע האבן דערציילט דעם מלכת שבא, דאס הייסט, קעניגן פון ארץ תימן – וועגן גדולת שלמה המלך, ווייל די אידן זענען געווען סוחרים און געברענגט סחורות אהין און צוריק אויפן ״געווירצן וועג״.
און אז מיר האלטן שוין דא, לאמיר גיין נאך א טרעפל ווייטער און לאמיר זעהן וואס די תימן׳ער מסורה זאגט אויפן לאנד אדום, אוואו איז זי? און אגב אורחה וועלן מיר שוין הערן ווי ווייט עס איז געווען דער מהלך פון ירושלים בימי ירמיהו אינעם תימן׳ער מסורה ביזן לאנד תימן. שרייבט דער אבן ספיר אזוי, הער און שטוין:
קבלה בידם שאבותיהם באו לגור בארץ הזאת שתים וארבעים שנה קודם חרבן בית ראשון. כשמעם נבואת ירמיה “היוצא מעיר הזאת וחיה” נאספו ע“ה אלף מבני החיל והגבורים משוֹעי יהודה אשר נגע יראת ה' בלבבם, וכהנים ולוים עם עבדיהם וכל קנינם ורכושם, ועליהם חמשה ועשרים שרי בתי אבות (אשר עוד יקראום בשמותם על פי א"ב), ויצאו מירושלם לתור להם ארץ מנוחה. ועברו הירדן ושמוּ אל המדבר פניהם. ממקום שבאו לא”י, שם שבו ללכת. אחד עשר יום הלכו במדבר עד באו ארץ אדום ושעיר ולארץ הזאת. והמה ראו את הארץ טובה פריה וענפה, כגן ה' כארץ ישראל אין מחסור דבר (כאשר עד היום נקראת גן עדן שבתימן), גם אגודתו על א“י יסדה שמצאו בה כל הארבעה מינים שבלולב, ונחו שמה ויאחזו בה.
שווער צו וויסן וואס דער שארפזיניגער מחבר האט געקלערט בשעת׳ן ציטירן די שורות, אבער פון וואס ער שרייבט קומט אויס אזא תמצית הדברים:
די אור עלטערן פון די תימן׳ע אידנטהום נאך זייענדיג אין ירושלים (וואו אימער עס זאל זיין), הערנדיג ירמיהו׳ס נביאה וועגן חורבן ירושלים, האבן זיי געפאקט פעק און זיך צוריק געקערט ״פון וואו זיי זענען געקומען״, דהיינו היות ווי אויבנדערמאנט זאגט דער תימן׳ער מסורה אז דער שטאט אדען אין תימן אין איינע פון די מ״ב מסעות, זענען זיי יעצט פארן חורבן צוריק געגאנגען קיין עציון גבר, דהיינו תימן. ווייטער דערציילט די מסורה, אז דער וועג האט גענומען די אבות התמנים - אחד עשר יום. דא וועט דאך יעדער קנייטשן מיטן שטערן, עלעוו טעג פון ירושלים ביז תימן??? דאס איז דאך א מרחק פון איבער דריי טויזנט קילאמעטער וואס פלעגט מלכים נעמען אן ערך פון זעקס חדשים, און דאס גייט מען אין א זאמדיגער מדבר צופיס אנשים נשים וטף מיט פעק און זעק... ווי מאכט מען אזא וועג אין א וואך און א האלב???
דערפאר חידוש׳ט מיך צו דער בעל אבן ספיר וואס האט שוין געהערט און געקלערט וועגן געוואגטע טוישונגען כלפי אנגענומענע געאגראפישע ציונים קדושים, צו ער האט געכאפט אז אין אט דער תימן׳ער מסורה ליגט א רמז, אז נישט נאר איז עציון גבר - אדען, נישט נאר איז מדין בגלילות תימן, נאר אויך ארץ ישראל געפונט זיך גאנץ נאנט צו תימן...
און קוקט נאר דעם אויספיר פון אבן ספיר׳ס תימן׳ער מסורה, שרייבט ער דארטן אז זיי האבן ביים ענד פון די עלעוו טאגיגער רייזע דערגרייכט ״ארץ שעיר״ און ״ארץ תימן״, משמע אז די ביידע לענדער זענען צמוד זה לזה. דאס פארט זיך מיטן אויבנדערמאנטן עציון גבר מסורה, דער עציון גבר וואס איז לויטן פסוק בקצה ארץ אדום, אז זי געפונט זיך דארטן וואו עס געפונט זיך היינט דער שטאט אדען - תימן. אפנים עס איז ביי די תושבי ארץ תימן קלאר אז אויכעט ארץ שעיר וואס דארף צו זיין לויטן פסוק נעבן ארץ מדין, געפונט זיך אין ארץ תימן.
ארץ שעיר אין פסוק געפונט זיך אן ספק ביים דרום גרעניץ מיט ארץ ישראל. איז דאס אלץ נישט קיין כמעט קלארער אנדייטונג אז דער תימן׳ער מסורה האט גערעדט פון אן אנדער ארץ ישראל פון וואס מיר ווייסן היינט? נאר די תימן׳ער אליינס האבן מיט די צייט פארגעסן אוואו דער ארץ ישראל פון זייער מסורה געפונט זיך און זיי האבן אנגענומען דעם אלוועלטליכן אנצייגונג אויף ארץ ישראל - דער שיינער לאנד ביים לעוואנט ביים ים התיכון.
און אז מען גריבלט שוין אין די מסורות התמנים, קען מען שוין ברענגען די ווערטער פון א באקאנטן איש משוגע אין תימן מיט ארום הונדערט פופציג יאר צוריק, א משיח שקר, וואס שרייבט אז אפילו דער הר נבוא געפונט זיך אין תימן. הגם דאס רעדט מען פון אן איש משוגע, אבער זיינע ווערטער זענען שטארק אין איינקלאנג פונעם תימן׳ער גייסט אז די לענדער פון די תורה ארום דרום פון ארץ ישראל איז בעצם תימן, אזוי אז גאנץ מעגליך אז ער האט געהערט דעם הר נבוא רעיון פון אן אנגענומענער מסורה צווישן זיינע תימן׳ער ברודער, נאר איר צוגעפיצט מיט קבאליסטישע אנשויאונגען. און אזוי שרייבט דער תימן׳ער משיח שקר אין א בריוו צו הרב הגאון ר׳ שמואל העלער מצפת:
"מצאנו בזוהר חדש שהמלך המשיח עתיד להתגלות בהר שיש לו קרניים כמו קרני הראם, ולא מצאנו שום הר [כזה] בעולם אלא הר ששמו אלטיאל שהוא בערי התימן, ולא עוד אלא ששם קבור משה הנביא רבינו ורבן של כל הנביאים הרועה הנאמן".