איז מיין רעגעניש ריכטיג?

וואס האלט איר

  • ריכטיגער רעגעניש

    Votes: 5 45.5%
  • ס'איז סתם א ווערטל

    Votes: 6 54.5%

  • Total voters
    11
  • This poll will close: .

לשם שמים

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 24, 2025
מעסעדזשעס
5
רעאקציע ראטע
40
פונקטן
13
אמאל בין איך נישט זיכער אויב מיין רעגעניש איז ריכטיג, עפן איך דא א שנירל ווי מ'קען זיך אויסשמועסן רעגענישן און שוקל זיין אויב ס'איז סתם טריגערס אדער אמתע רעגענישן.

ופוק חזי מאי עמא דבר
וואס שפירט איר?

כ'הייב אהן מיט מיין ערשטן דילעמא.
כ'קוק זיך אום און כ'ברויז!

1000094302.webp


רעד ווי שיין און וויכטיג ס'איז צו גיין צו אומאן.

וואס האמערסטע אריין אין מענטשן אז מיטן נישט גיין צו אומאן איז שלעכט פאר זיי?!

איז דאס נאר מיר אלץ לשם שמים און ס'איז סתם א ווערטל?
ווייל איך שפיר ווי דעם ווערטל האט סם.

ק/פ פון א גרופע.

מה המסר בזה לאנשים?
שאם לא באים לאומאן "רע להם"

זה שפע של "אני טוב לי, ולך רע"

טאקטיק של כוח הרע בעולם להשפיע לאנשים המחשבה 'שרע להם'.

אני מאמין שבאמת טוב, ויש רק טוב, יש איש שטוב לו באומאן ויש איש שטוב לו בביתו.

אני מאמין שטוב לך, ומאמין שטוב לי.
ואני מאמין שזהו המסר שאנחנו צריכים לשמוע
 
פשוט דיר צו בארואיגן, מען קען דאס אנקוקן ווי א געוואלדיגע שיינע מעסעדזש אז בעצם איז מיין לעבן טאקע יא גוט! ס׳יא דא געלט ווי וואסער, די שלום בית איז אין לשער ואין לתאר, און כבוד איז דא ביז איבערן קאפ, כ׳בין יא אהוב לשמים ואהוב לבריות, די קינדערלעך זענען צו גאט און צו לייט ב״ה, איך וואוין אין א דירה נאה ומורחבת מיט פיינע שכינים.

איי די באנק איז רויט און ביינאכט לויף איך ארום צו חתונות ביז אין די קליינע שעה׳ן, און דער גבאי אין שול ווייסט ניטאמאל כ׳עקזיסטיר, און די חבירים געדענקן שוין נישט וויאזוי איך קוק אויס, און די שולד געפילן צאַפּן וויאזוי מיין דאווענען קוקט אויס, און די קינדער זענען ראציג אזש די קעצלעך אנטלויפן פון זיי און פון די ראטן אין מיין דירה סרוחה, און די שכינים סעקירן אויס דאס לעבן? נו, דאס איז פשוט נאר כי לא סגור לי עכשיו טיסה לאומן לראש השנה, גיב נאר א קליינע שמיי דריי און אלעס איז פארראכטן, איך בין יא אין קאנטראל, דאס יאר אדער קומענדיגס יאר, ס׳שפילט דען א ראלע? דער באשעפער איז דאך אזוי גוט, ועוד יותר טוב ועוד יותר טוב, נאך א קליין ביסל און אלעס וועט בעסער זיין בעז״ה.
 
רעד ווי שיין און וויכטיג ס'איז צו גיין צו אומאן.

וואס האמערסטע אריין אין מענטשן אז מיטן נישט גיין צו אומאן איז שלעכט פאר זיי?!
אמר”ש דערמאן איך מיך סתם ווי א ברסלב‘ר האט אמאל געהאט א שמועס מיט א צווייטן וואס איז געווען איין יאר אין אומן און ער האט געטענהט אז ער האט נישט געהאט עפעס קיין מורא‘דיגע גוטע יאר און ממילא פארט ער נישט נאכאמאל
האט אים דער ברסלב‘ר איד צוריק געטענהט די ווייסט נישט וויפיל ערגער עס וואלט געווען דיין יאר ווען נישט די גייסט קיין אומן

אזא מין גערעדאכטץ האט נישט קיין שום וועג ווי אזוי די קענסט אים אפפרעגן שלאג מיר
 
כ'האב מעורר געווען צוויי מענטשן וואס האבן עס ארום געשיקט, איינער ענטפערט
Calm yourself, it's a joke

דער צווייטער ענטפערט
😂
It’s a joke

I’m curious if more ppl took it serious 😉
Not that jokes have no some truth

But it’s in the joke dimension
I’m gonna be shocked if more ppl took it serious
מען דארף א ביסל צ׳ילען
 
ס'איז געבויעט אויפן ווארט: אין אדם רע, יש אדם שרע לו.

ס'איז א ווערטל וואס גייט ארום ס'איז בכלל נישט ערענסט.
 
ס'איז א ווערטל וואס גייט ארום ס'איז בכלל נישט ערענסט.
עס פאסט נישט דו זאלסט דאס זאגן. דו האסט זיך דאך שוין געלערנט אז אלעס איז אין קאפ. אזוי קומט מיר פאר פון דיינע הערליכע מאמרים.
 
Back
Top