איז קדם גרעיפ דזשוס א מענאפעלי?‎

אוקיי, דו ביסט נאך נישט גענוג קלוג צו זיין א תמים, 'עלן מיר מסביר זיין.
וועלטש'ס גרעיפ דזשוס ווערט געמאכט, לויט זייערע יוטיוב ווידיאוס, דורך קוועטשן די זאפט פון די טרויבן. דעמאלס איז די זאפט געהעריג (א היימישע ווארט, נאר פאר דיר) יין מגתו וואס ווערט גע'אסרט במגע גוי. ערשט דערנאך ווערט עס געקאכט. קאכן איז נישט מתיר סתם יינם, נאר מגע עכו"ם אסר'ט נישט סתם יינם. סימן לדבר עי' יו"ד קכ"ג סעי' ה'.
אקעי, אזוי ווי דו ברענגסט כאטשיג צו א מראה מקום און א געוויסע מציאות (וועלטש'ס גרעיפ דזשוס) קען מען כאטשיג האבן א פראדוקטיווע שמועס.

איז אזוי. אין יו"ד סימן קכ"ג סעיף י"ז זאגט דער מחבר: "מאימתי נקרא יין ליאסר במגע עובד כוכבי' משהתחיל לימשך, דהיינו משנמשך על הגת בעצמו, כי הגת הוא מדרון ואם פינה החרצנים והזגים והיין לבדו נמשך מצד העליון לצד התחתון ונשאר היין לבדו עומד נקרא המשכה ונאסר כל מה שבגת אפי' לא נגע אלא בחרצנים ובזגים אם יש בהם טופח על מנת להטפיח, אבל כל זמן שלא הבדיל היין (עד שולי הגת) (ב"י בשם תוספות והרא"ש ומרדכי) מן החרצנים והזגים לא הוי המשכה".

לימשך, ווי דער מחבר איז מסביר, מיינט נאכן אויסקוועטשן די טרויבן ווען די קערנדלעך און הויט דאס מיינט די סאלידס ווערן אפגעטיילט פון די ליקוואד, נאר נאכן אפגעטיילט ווערן איז פארהאן די דינים פון יין נסך/סתם יינם, אבער נישט ווען די שטיקלעך זענען נאך אריינגעמישט צוזאמען מיט די נארוואס אויסגעדריקטע דזשוס.

רוב גרעיפדזשוס פראדוצירערס טוען פעסטיריזירן גלייך נאכן אויסדריקן נאך איידער די אפטיילונג פראסעס במילא האט די גרעיפדזשוס נישט קיין געלעגנהייט צו ווערן אסור במגע גוי.

יעצט בנוגע וועלטש'ס האב איך אויך דורכגעקוקט זייער פראסעס מרישא ועד גמירא, און לויט ווי ס'קוקט אויס פון דארט טוען זיי פעסטיריזירן נאר נאך המשכה. אבער פון דער אנדערע זייט, אפילו נאך המשכה ווערט עס נאר אסור דורך דעם וואס א גוי רירט עס אן, און אויב דו וועסט דורכקוקן דעם גאנצן פראסעס וועסטו זעהן קלאר אז וועלטש'ס - פונקט ווי אלע אנדערע קאמערציעלע קאמפאניס אין פארגעשריטענע לענדער - קומען די דזשוס נישט אין בארירונג מיט מענטשן'ס הענט נאר ס'לויפט פון מאשין צו מאשין דורך אנגעשטעלטע קאמפיוטער'ס ממש פונעם קוועטשן די פרישע טרויבן ביז נאכן באטלען ועד בכלל, און טאקע דערפאר ברויך עס נישט קיין השגחה.
 
נאך א מזל דו ביסט נישט די רעק״א, ווען יא וואלסטו גע׳ענדיגט יעדע שטיקל מיט א וצריך עיון…
די דזשיניוס פון רבי עקיבא איגר איז להפליא , זיין חיבור
אלף קושיות וואס באשטייט פון 1000 קושיות מיט צריך עיון, און פאר אן עווערעדזש תלמיד חכם דארף יעדער קושיא פאר זיך צוויי וואכען יגיעה אין די סוגיא צו פארשטיין די עמקות וואס ער זאגט איז מיינד באגלינג.
וה’ יאיר עיני .
 
אבער עס זעהט אויס אז וויין וואס ווערט פראדוצירט דורך א גוי און עס איז אונטער זיין בעלות, איז אסור אפילו אהן נגיעה פון א גוי וצריך עיון
נאך א מזל האסט צו גענדיגט מיט א וצריך עיון.
אפשר ביסטו מבאר אויף וואס דו בויעסט דיין פרישע הלכה???
 
אינגערמאן? ער איז שוין אין די פופציגערס
נתקטנו הביצים. היינט צוטאגס הייסט מען נאך אינגערמאן ביז די 61. מ'קען הערען פופציג יעריגע נוצען נאך די ווארט דאָאָד, וכדומה.
 
Back
Top