- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,769
- רעאקציע ראטע
- 8,737
- פונקטן
- 943
אקעי, אזוי ווי דו ברענגסט כאטשיג צו א מראה מקום און א געוויסע מציאות (וועלטש'ס גרעיפ דזשוס) קען מען כאטשיג האבן א פראדוקטיווע שמועס.אוקיי, דו ביסט נאך נישט גענוג קלוג צו זיין א תמים, 'עלן מיר מסביר זיין.
וועלטש'ס גרעיפ דזשוס ווערט געמאכט, לויט זייערע יוטיוב ווידיאוס, דורך קוועטשן די זאפט פון די טרויבן. דעמאלס איז די זאפט געהעריג (א היימישע ווארט, נאר פאר דיר) יין מגתו וואס ווערט גע'אסרט במגע גוי. ערשט דערנאך ווערט עס געקאכט. קאכן איז נישט מתיר סתם יינם, נאר מגע עכו"ם אסר'ט נישט סתם יינם. סימן לדבר עי' יו"ד קכ"ג סעי' ה'.
איז אזוי. אין יו"ד סימן קכ"ג סעיף י"ז זאגט דער מחבר: "מאימתי נקרא יין ליאסר במגע עובד כוכבי' משהתחיל לימשך, דהיינו משנמשך על הגת בעצמו, כי הגת הוא מדרון ואם פינה החרצנים והזגים והיין לבדו נמשך מצד העליון לצד התחתון ונשאר היין לבדו עומד נקרא המשכה ונאסר כל מה שבגת אפי' לא נגע אלא בחרצנים ובזגים אם יש בהם טופח על מנת להטפיח, אבל כל זמן שלא הבדיל היין (עד שולי הגת) (ב"י בשם תוספות והרא"ש ומרדכי) מן החרצנים והזגים לא הוי המשכה".
לימשך, ווי דער מחבר איז מסביר, מיינט נאכן אויסקוועטשן די טרויבן ווען די קערנדלעך און הויט דאס מיינט די סאלידס ווערן אפגעטיילט פון די ליקוואד, נאר נאכן אפגעטיילט ווערן איז פארהאן די דינים פון יין נסך/סתם יינם, אבער נישט ווען די שטיקלעך זענען נאך אריינגעמישט צוזאמען מיט די נארוואס אויסגעדריקטע דזשוס.
רוב גרעיפדזשוס פראדוצירערס טוען פעסטיריזירן גלייך נאכן אויסדריקן נאך איידער די אפטיילונג פראסעס במילא האט די גרעיפדזשוס נישט קיין געלעגנהייט צו ווערן אסור במגע גוי.
יעצט בנוגע וועלטש'ס האב איך אויך דורכגעקוקט זייער פראסעס מרישא ועד גמירא, און לויט ווי ס'קוקט אויס פון דארט טוען זיי פעסטיריזירן נאר נאך המשכה. אבער פון דער אנדערע זייט, אפילו נאך המשכה ווערט עס נאר אסור דורך דעם וואס א גוי רירט עס אן, און אויב דו וועסט דורכקוקן דעם גאנצן פראסעס וועסטו זעהן קלאר אז וועלטש'ס - פונקט ווי אלע אנדערע קאמערציעלע קאמפאניס אין פארגעשריטענע לענדער - קומען די דזשוס נישט אין בארירונג מיט מענטשן'ס הענט נאר ס'לויפט פון מאשין צו מאשין דורך אנגעשטעלטע קאמפיוטער'ס ממש פונעם קוועטשן די פרישע טרויבן ביז נאכן באטלען ועד בכלל, און טאקע דערפאר ברויך עס נישט קיין השגחה.