איז ר' יונתן טאקע געווען א שבתאי?

נאכן איבערטייטשן די סעריע ארטיקלען פון הרב דונער איבער די מחלוקה קעגן ר' יונתן אייבשיץ, בלייבט איין גרויסע שאלה הענגן אין די לופטן, זענען די חשדות געווען אמת? האט ר' יונתן אייבשיץ טאקע געגלייבט אין שבתי צבי אלס משיח? דאס איז קלאר אז די עיקר פאקטאר וואס האט אויפגעפלאקערט די מחלוקה איז געווען די קמיעות פון ר' יונתן וואס ר' יעקב עמדין האט גע'טענה'ט אז דארט שטייט קלארע רמזים צו שבתי צבי, אסאך פון די קמיעות זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "שפת אמת ולשון זהורית". אבער אייביג קומט ארויף די ספק אז אפשר זענען די קמיעות פאלש? דארף מען צום ערשט טרעפן קראנטע קמיעות, און דערנאך קען מען דן זיין אויף זייער אינהאלט.

אז מ'רעדט פון קראנטע קמיעות, שווימען צום ערשט ארויף די מעץ קמיעות, דאס זענען די פינף קמיעות וואס ר' שמואל הילמאן – ר' יהונתן'ס פארגייער אלס רב אין די שטאט מעץ - האט צוזאמגענומען און זיי געלאזט נאטאריזירן ביי די אפעציעלע נאטארן מטעם הקהילה, ווי הרב דונער האט אונז פארציילט אין זעקסטן טייל. אבער פאר מיר גייען אנאלאזירן די קמיעות, וועל מיר איבערגעבן די ווארט פאר פראפעסער שניאור לעהמאן וואס האט אנדעקט די ארגינעלע נאטאריזירטע דאקומענט פון מעץ, און לייגט קלאר אראפ ווי אזוי דאס איז צושטאנד געקומען.

די מחלוקת​

ר' יונתן אייבשיץ, א בארימטער מקובל, האט געשריבן קמיעות צו העלפן אפהיטן פון בייזע רוחות, צו באשיצן די וואס זענען אין געפאר - באזונדערס טראגעדיגע פרויען - און צו היילן די קראנקע. שוין אין 1743 (תק"ג), בשעת ער האט געדינט אלס הויפט רב פון מעץ, איז ער ברייט באקאנט געווען אלס א בעל שם, ד.ה. אלס א מייסטער פון די סודות פון דער קבלה וואס שרייבט קמיעות. אין מעץ גופא, און דורכאויס די ארומיגע אידישע קהילות פון עלזאס-לאטרינגען, האט ר’ יונתן געשריבן קמיעות.​
ווען ער האט פארלאזט מעץ אין 1750 (תק"י) און זיך געלאזט צו צפון דורך דעם ריינלאנד, האט ער געשריבן און פארשפרייט קמיעות אין די פארשידענע אידישע קהילות ביים רהיין, אריינרעכענענדיג עטליכע אין פראנקפורט. ווען ער איז אנגעקומען קיין אלטאנא (וואס האט דעמאלט געהערט צום קעניגרייך פון דענמארק) און האמבורג (א פרייע שטאט אין דייטשלאנד) אין סעפטעמבער 1750, האט ער קוים אויסגעפאקט זיינע זעק ווען קלאנגען האבן זיך שוין פארשפרייט וועגן דעם נייעם הויפט רב'ס שבתאי'שע נייגונגען. ווי עס שיינט, זענען עטליכע פון די קמיעות געשריבן אין פראנקפורט געוויזן געווארן צו פירנדע רבנישע געלערנטע אין יענער שטאט, וועלכע האבן זיי באלד באצייכנט אלס שבתאי'ש אין כאראקטער. בריוו פון פראנקפורט זענען געשיקט געווארן צו פריוואטע מענטשן אין אלטאנא און האמבורג, ווארענענדיג זיי וועגן די אפיקורסישע נייגונגען פון זייער נייעם הויפט רב. ווען די קלאנגען זענען געקומען צו ר’ יונתן'ס אויפמערקזאמקייט, האט ער אפגעווארפן די באשולדיגונגען אלס א ווידער-באנוץ דורך זיינע שונאים פון ענליכע באשולדיגונגען וואס זענען געמאכט געווארן קעגן אים אין די 1720ער יארן (תק"פ-צ). ר’ יונתן האט באהויפטעט אז זיי זענען געווען פאלשע באשולדיגונגען דעמאלט, אזוי ווי זיי זענען יעצט. פונדעסטוועגן, זענען עטליכע מיטגלידער פון דער טריפל-קהילה יעצט געווארן אויפמערקזאם אויף א מעגליכער פראבלעם, און זיי האבן באשלאסן צו באאבאכטן ר’ יונתן'ס קמיעות ווי ווייט מעגליך. עס האט נישט גענומען לאנג ביז א קמיע געשריבן דורך ר’ יונתן אין האמבורג איז געפאלן אין זייערע הענט. עס האט זיי אויסגעזען צו זיין שבתאי'ש אין כאראקטער, און זיי האבן זיך סוף-כל-סוף באראטן מיט ר’ יעקב, וועלכער האט צוגעשטימט. די טריפל-קהילה איז נאכאמאל געווען פול מיט קלאנגען. דער הויפט רב, ווען מען האט אים צוערשט געפרעגט, האט דערקלערט אז דאס וויכטיגע ווארט וואס האט אויסגעזען צו פארשטעלן דעם נאמען שבתי אין קאוד-פארם איז באמת געווען א ראשי תיבות פאר א סעריע פון נאכאנאנדיגע ווערטער פון א פסוק. ווען מען האט אים ווייטער געדרוקט, האט ער באהויפטעט אז ער האט געשריבן דעם טעקסט אזוי ווי ער האט עס געלערנט פון א בעל שם, אן פארשטיין זיין אמת'ן באדייט. צום סוף האט ער געלייקנט אז ער האט געשריבן די באטרעפנדע קמיע.​
די זאכן זענען געקומען צו א שפיץ ווען ר’ יעקב איז גערופן געווארן צו א טרעפונג מיט פארשטייער פון דעם אידישן ראט פון דער טריפל-קהילה אין אלטאנא דינסטאג, דעם 2טן פעברואר 1751 (ז' שבט תקי"א). א צווייטע טרעפונג איז באשטימט געווארן פאר דאנערשטאג, דעם 4טן פעברואר (ט' שבט). זי האט זיך קיינמאל נישט פארזאמלט. ר’ יעקב האט פארשטאנען אז ער גייט קעגן א פאראויס-באשטימטע שפיל קארטן; די טריפל-קהילה האט געצילט צו ריינוואשן איר הויפט רב. און אזוי האט ר’ יעקב באשלאסן צו גיין עפנטליך אין יענעם שיקזאלדיגן דאנערשטאג אינדערפרי. די געפלאנטע טרעפונג, פארשטייט זיך, איז אפגעזאגט געווארן.​
דעם נעקסטן טאג, פרייטאג, דעם 5טן פעברואר (י' שבט), האט דער אידישער ראט אפיציעל אויפגעלעהזט דעם פריוואטן מנין וואס האט זיך פארזאמלט אין ר’ יעקב'ס היים פאר כמעט צוואנציג יאר. קורץ דערנאך, איז ר’ יעקב געשטעלט געווארן אונטער הויז ארעסט; אלע סאציאלע פארבינדונג מיט ר’ יעקב איז פארבאטן געווארן. מען האט אים מודיע געווען אז אין זעקס חדשים וועט ער מוזן פארלאזן אלטאנא פערמאנענט. יענעם פרייטאג גופא, האט ר’ יעקב באוויזן ארויסצושיקן בריוו צו עטליכע פון די פירנדע רבנישע אויטאריטעטן פון יענער צייט: ר' יעקב יהושע פאלק (דער פני יהושע) פון פראנקפורט, ר' שמואל הילמאן פון מעץ, און ר' אריה לייב פון אמסטערדאם. יעדער האט באקומען א סך הכל פון די פאסירונגען וואס זענען פארגעקומען - ענליך צו דער סך הכל וואס איז דא פארגעשטעלט - און א דרינגנדע בקשה פאר הילף. ר’ יעקב'ס בקשה איז נישט געפאלן אויף טויבע אויערן.​
דער ערשטער וואס האט רעאגירט איז געווען ר’ שמואל. נאך פאר די עמדין-אייבשיץ מחלוקת האט אויסגעבראכן, איז ר’ שמואל געווען פארנומען מיט זאמלען קמיעות געשריבן דורך ר’ יונתן. ר’ שמואל האט שוין לאנג פארדעכטיגט ר’ יונתן פון זיין א שבתאי, און האט געפונען באשטעטיגונג פון זיינע חשדות אין די קמיעות. אין ר’ שמואל'ס ענטפער צו ר’ יעקב'ס בקשה פאר הילף, דאטירט דעם 21סטן פעברואר 1751 (כ"ו שבט תקי"א), שרייבט ער (עדות ביעקב דף 31):​
לאמיך צוערשט זאגן אז ר’ יונתן'ס קמיעות זענען עפנטליך באקאנט דא אין מעץ. נאך פאר מיין אוועקפארן פון מאנהיים, האב איך אנטדעקט זיינע קמיעות מיט די זעלבע מיאוס'ע שפראך. ווען איך בין אנגעקומען קיין מעץ, האב איך פארעפנטליכט די זאך דא. מיר האבן אונטערזוכט פיל פון זיינע קמיעות; אלע זענען שבתאי'ש אין כאראקטער. דער אידישער ראט פון מעץ האט דורכגעפירט א רעזאלוציע, מיט מיין אונטערשריפט, פארלאנגענדיג אז אלע אזעלכע קמיעות זאלן איבערגעגעבן ווערן צו די קהילה אויטאריטעטן. די רעזאלוציע איז דורכגעפירט געווארן... איך וואלט געראטן אז דער אידישער ראט פון מעץ זאל שיקן קאפיעס פון צען פון די מעץ קמיעות - אלס ביישפילן - צום אידישן ראט פון אלטאנא. באמת, מיר האבן פיל מער. זאלן זיי בעטן ר’ יונתן זיי צו דערקלערן גלייך ווען מען ווייזט זיי אים, אן געבן אים צייט צו געבן אן אויסגעטראכטן ענטפער.​
פון דעם אויבנדערמאנטן בריוו איז קלאר אז די מעץ קמיעות זענען שוין געזאמלט געווארן אין פעברואר 1751 (שבט תקי"א). דער אימפעט איז געקומען פון ר’ שמואל אליין, וואס האט געוואלט רייניגן מעץ פון אירע אומריינע קמיעות. עס איז אויך ווארשיינליך אז ר’ שמואל האט געצילט צו זאמלען די באווייזן מיט וועלכע ער האט געהאפט אראפ צו ברענגען ר’ יונתן.​

די נאטאריזירטע קמיעות​

דעם 24סטן פעברואר 1751 (כ"ט שבט תקי"א), האט ר’ שמואל געווענדט א בקשה צו ר' אריה לייב פון אמסטערדאם, דרינגנדיג אים אריינצוגיין אין דעם קאמף. צוגעלייגט צום בריוו זענען געווען קאפיעס פון די מעץ קמיעות. דאס שיינען צו זיין די ערשטע קאפיעס פון די מעץ קמיעות געשיקט אין דער פרעמד. מען קען פארדעכטיגן אז ארום די צייט, אפשר פרי אין מערץ, האט ר’ שמואל פארשטאנען (אדער: איז געראטן געווארן) אז עס וואלט געווען קלוג צו נאטאריזירן אלע קאפיעס פון די מעץ קמיעות וואס ווערן געשיקט אין דער פרעמד. סיידן נאטאריזירט, וואלט ר’ יונתן שטענדיג געקענט טענה'ן אז די מעץ קמיעות זענען פעלשונגען. טאקע, ר’ יעקב האט שוין אנגעוויזן אז ר’ יונתן האט געהאט די געוואוינהייט צו נוצן די סטראטעגיע ווען עס האט אים געלוינט. ר’ שמואל האט קלוגערהייט נאטאריזירט פינף פון די מעץ קמיעות דורך די צוויי אפיציעלע נאטארן פון דעם אידישן ראט פון מעץ, יצחק איצק קאבלענץ און מרדכי גומפריך ביריע. ביידע זענען געווען באעהרער און הייסע שטיצער פון ר’ יונתן בשעת זיין טערמין אין מעץ. ר’ יונתן וואלט נישט געקענט טענה'ן אז ער איז אריינגעפאלן דורך זיינע שונאים.​
דער אקט פון נאטאריזאציע האט פאסירט מיטוואך, דעם 17טן מערץ 1751 (כ' אדר תקי"א). אין דער אנוועזנהייט פון די נאטארן, האט א שרייבער קאפירט אויף אן איינציגן בלאט די טעקסטן פון פינף קמיעות געשריבן דורך ר’ יונתן, און געצייכנט א קרייז ארום די טעקסטן פון די באזונדערע קמיעות כדי זיי אפצוטיילן און צו היטן קעגן סיי וועלכע מאניפולאציע מיט די טעקסטן. דריי קמיעות זענען געצייכנט געווארן, איינע אונטער דער אנדערער, אויף דער רעכטער זייט פון דעם בלאט. צוויי קמיעות זענען געצייכנט געווארן, איינע אונטער דער אנדערער, אויף דער לינקער זייט פון דעם בלאט. די נאטארן האבן צוגעלייגט עטליכע צייכענונגען, נומערירנדיג די קמיעות, און אנווייזנדיג צווייפלהאפטע לייענונגען. אונטער די צוויי קמיעות אויף דער לינקער זייט פון דעם בלאט האבן זיי געשריבן אין העברעאיש:​
די דאזיגע פינף קמיעות, דריי אויף רעכטס פון אויבן ביז אונטן און צוויי איבער דעם טעקסט, זענען קאפירט געווארן אות ביי אות און שורה ביי שורה פונקט ווי זיי זענען דערשינען אין די אריגינעלע קמיעות וואס זענען געווען אין דעם באזיץ פון פינף באזונדערע מיטגלידער פון אונזער קהילה. זיי האבן זיי באקומען פון דעם הויפט רב וואס דינט יעצט אין האמבורג. מיר האבן אריינגעשטעלט צייכענונגען אין די אויבנדערמאנטע קאפיעס פון די טעקסטן. אלס באווייז, טוען מיר, די אפיציעלע נאטארן פון דער אידישער קהילה פון מעץ, אונטערשרייבן אונזערע נעמען אויף דעם מיטוואך, דעם צוואנציגסטן טאג פון אדר, תקי"א.​
יצחק איציק קאבלענץ פון זיא, שמש ונאמן דק"ק מיץ​
מרדכי גומפריך ביריע, שמש ונאמן דק"ק מיץ​
מעץ קמיעות.jpg
די ארגינעלע נאטאריזאציע פון די מעץ קמיעות נאטאריזירט דורך די נאטארן פון מעץ כ' אדר תקי"א, א איבערזעץ פון די קמיעות געפינט זיך אנהייב פונעם ספר שפת אמת
ארום דער זעלבער צייט וואס ר’ שמואל האט איינגעארדנט די נאטאריזירטע קאפיעס פון די פינף מעץ קמיעות, האבן ר' אריה לייב פון אמסטערדאם און ר' יעקב יהושע פאלק געשריבן בריוו צו ר’ שמואל, באטאנענדיג די נויטווענדיקייט פאר נאטאריזירטע קאפיעס פון די מעץ קמיעות. אין א בריוו פון י"א אדר תקי"א, האט ר' אריה לייב געשריבן (שפת אמת דף 42):​
איך בעט מחילה, אבער איין בקשה מוז איך בעטן פון אייך. שיקט מיר קאפיעס פון די קמיעות וואס זענען באשטעטיגט דורך די אפיציעלע נאטארן פון דער [מעץ] קהילה. ווייל די מכשפים וואלטן אפגעלייקנט די עדות פון די מלאכים אויבן, על אחת כמה וכמה די עדות פון די מענטשן דא אונטן!​
ענליך, אין א בריוו פון ה' ניסן תקי"א, האט דער פני יהושע אנגעוויזן ר’ שמואל ווי פאלגנד (שפת אמת דף 43):​
כאטש איך האב קיין שום ספק נישט וועגן דער זאך [פון ר’ יונתן'ס שולד] - עס איז מיר געווען באקאנט פריער און איצט נאך מער - דאך וויבאלד אלע מיטגלידער פון זיין קהילה פאלגן אים און זענען אים איבערגעגעבן, טענה'נדיג אז זיינע שונאים זוכן נאר אן אויסרייד צוליב קנאה אים צו שעדיגן, וועט איר פארשטיין ווי וויכטיג עס איז אז וואס איר שיקט זאל זיין אומצווייפלהאפט באשטעטיגט. עס מאכט נישט אויס צי עס איז דורך עדות געזאמלט דורך א בית דין, אדער דורך דעם אידישן ראט, אדער דורך די אפיציעלע נאטארן פון דער קהילה. דער טעקסט [וואס באגלייט די קמיעות] מוז זאגן: די קמיעות זענען פונקטליכע קאפיעס פון די האנטגעשריבענע אריגינאלן פון ר' יונתן. גארנישט איז געטוישט געווארן.​
עס זעט אויס אז ר’ שמואל האט געוואוסט וואס ער דארף טון נאך איידער ער האט באקומען די בריוו. מיר האבן איצט פאר אונז די אריגינעלע קאפיע פון די מעץ קמיעות באשטעטיגט דורך די אפיציעלע נאטארן פון דער אידישער קהילה אום 17טן מערץ 1751 - מיט א צוגאב. ווען עס איז קלאר געווארן אז די עמדין-אייבשיץ מחלוקת וועט זיך נישט שנעל אויסלייזן, און אז איר סוף וועט מסתמא פארקומען אין ציווילן געריכט (מעגליך אריינציענדיג די רעגירונגען פון דענמארק, דייטשלאנד, אדער פראנקרייך), איז געווארן נויטיג צו נאטאריזירן די מעץ קמיעות פאר א מעגליכן ציווילן געריכט פראצעס. דאס איז געטון געווארן מיטוואך אינדערפרי, כ"ט חשון תקי"ב. די צוויי אפיציעלע נאטארן פון דער אידישער קהילה אין מעץ, יצחק קאבלענץ און מרדכי גומפריך ביריע, האבן נאכאמאל באשטעטיגט די אויטענטישקייט און פונקטליכקייט פון דעם 17טן מערץ דאקומענט, ווי אויך פון א צווייטער קאפיע "אויף געשטעמפלטן פאפיר" וואס האט, ווי עס שיינט, נישט איבערגעלעבט.​
לעגאלע נאטאריזאציע.jpg
די לעגאלע נאטאראזאציע פונעם דאקומענט אין פראנצויזיש, גע'חתמ'ט כ"ט חשון תקי"ב
קאפיעס פון די נאטאריזירטע קמיעות זענען ברייט פארשפרייט געווארן דורך ר’ שמואל. א קאפיע איז אנגעקומען צו ר' אריה לייב פון אמסטערדאם ביים אנהייב פון אפריל 1751 (ניסן תקי"א). אנדערע קאפיעס זענען געשיקט געווארן קיין האמבורג, פראנקפורט, און אנדערע ערטער. די ווירקונג איז געווען באלדיג און צעשמעטערנד. ר’ יעקב'ס באשולדיגונגען האט מען מער נישט געקענט אפלייקענען. נאך מער צעשמעטערנד איז געווען די דערשיינונג אין דרוק פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות אין "שפת אמת ולשון זהורית", [מסתמא] אמסטערדאם, 1752 )כאטש די ספר ווערט אפט צוגעשריבן צו ר' יעקב עמדין, איז דער נאמען פון דעם מחבר/רעדאקטאר פון "שפת אמת" אומבאקאנט. לעצטנס פארעפנטליכע מאטעריאלן טוען פארשלאגן אז דער מחבר איז געווען נחמיה ריישער, א אנטוישטער אייבשיץ אנהענגער וואס איז געווארן א באוואונדערער פון ר' יעקב עמדין). דער גאנצער אריגינעלער דאקומענט איז געדרוקט געווארן אויף א צוזאמענגעלייגטן בלאט צווישן די ערשטע בלעטער פון דעם באנד. דערנאך איז געקומען א דעשיפרירטע טראנסקריפציע פון דעם טעקסט פון יעדער קמיע, מיט פירושים. דער אנגעבליכער שבתאי'שער כאראקטער פון די קמיעות איז איצט געווארן אנטפלעקט פאר אלעמען צו זען.​

די נאטארן​

אין זיין פרואוו צו אונטערגראבן דעם צוטרוי פון די קעגנער פון ר’ יונתן (און נייטראלע אבזערווירער) אין די נאטאריזירטע מעץ קמיעות, האט ר’ יונתן באהויפטעט אז די צוויי אידישע באאמטע וואס האבן נאטאריזירט די קמיעות האבן דאס געטון קעגן זייער ווילן. באמת זענען זיי טאקע געצוואונגען געווארן דאס צו טון קעגן זייער ווילן א צווייטן מאל אין דער אנוועזנהייט פון דעם פראקוראר du Roy. עטליכע בריוו ווערן געברענגט אין "לוחות עדות" וואס זאגן אז מרדכי גומפריך איז "געצוואונגען געווארן" צו נאטאריזירן די מעץ קמיעות (לוחות עדות דף 3, 5, 15-16). אין דעם טענה איז געווען באהאלטן א רמז אז גומפריך האט נאטאריזירט א טעקסט וואס ער האט געוואוסט איז פאלש אדער געפעלשט. ר’ יעקב, אין זיין קריטיק אויף "לוחות עדות", האט ריכטיג באמערקט אז די נאטארן זענען געווען באעהרער פון ר’ יונתן וואס האבן אים זיכער נישט געוואלט שעדיגן. זיי האבן פולקאם פארשטאנען די באדייט פון די מעץ קמיעות און, טאקע, האבן זיי נאטאריזירט קעגן זייער ווילן. זיי האבן נישט מאניפולירט די טעקסטן פון די קמיעות; זיי האבן אויך נישט געמיינט אז עמיצער אנדערש האט דאס געטון. זיי האבן פשוט געפאלגט די באפעלן פון דעם הויפט רב און די באאמטע פון דעם אידישן ראט פון מעץ, און האבן נאטאריזירט די קמיעות. זיי האבן דאס געטון ערליך און פונקטליך.​
אז ר’ יעקב האט ריכטיג פארשטאנען דעם "געצוואונגענעם" כאראקטער פון דער אקטיוויטעט פון די אידישע נאטארן איז קלאר פון א פריער אומפארעפנטליכן בריוו פון גומפריך (גחלי אש ח"ב דף 117-118). אין איבערזעצונג לייענט זיך דאס אזוי:​
דאס איז צו לאזן וויסן אלעמען וועגן מיין אונטערשריפט און די פון מיין קאלעגע ר' איציק שמש אויף די קמיעות וואס די באאמטע פון דעם אידישן ראט פון מעץ האבן קאפירט דורך זייער שרייבער. איך האב נאר וואס געזען א בריוו פון דעם גאון ר' יעקב יהושע, הויפט רב פון פראנקפורט דמיין. ער האט געזען א בריוו פון האמבורג וואס זאגט אז ר' גומפריך שמש פון מיץ האט געשריבן צו זיי אז ער איז געצוואונגען געווארן צו אונטערשרייבן זיין נאמען אויף די דערמאנטע קמיעות. וויל איך דעריבער מודיע זיין אז מיין זכרון איז אז איך האב געשריבן צו א תלמיד אין האמבורג מיטן נאמען ליב פרעשבורג ווי פאלגנד: 'איך האב געהערט אז מיין רבי און לערער [ר' יונתן אייבשיץ] איז געווען ברוגז אויף מיר פאר'ן אונטערשרייבן די קמיעות. איך קען נישט גלייבן אז דאס איז אמת. ווייל ער ווייסט דאך אז איך בין דער נאטאר פון דער אידישער קהילה [פון מעץ]. וואס זיי באפעלן מיר צו טון, מוז איך טון.' איך האב זיכער קיינמאל נישט געשריבן אז איך בין געצוואונגען געווארן צו אונטערשרייבן. פונדעסטוועגן, וויבאלד מענטשן קענען פארגעסן, אויב טאקע האב איך געשריבן אז איך בין געצוואונגען געווארן צו אונטערשרייבן, איז מיין כוונה געווען ווי באשריבן אויבן. אבער מיין הארץ זאגט מיר אז איך האב קיינמאל נישט געשריבן דאס ווארט "געצוואונגען." אויסער דעם, האב איך נישט דערמאנט קיין שום זאך וואס האט א שייכות מיט די קמיעות.​
געשריבן מיטוואך, ג' תשרי תקי"ב לפ"ק, מרדכי גומפריך ביריע, שמש ונאמן דק"ק מיץ יע"א​
אין דער אמת'ן, גומפריך'ס זכרון איז געווען אומפעלערדיג. זיין אריגינעלער בריוו צו לייב פרעסבורג איז פארעפנטלעכט געווארן אין 1755 דורך ר’ יונתן אליין! (לוחות עדות דף יו) עס מאכט, פארשטייט זיך, קיין דערמאנונג נישט פון זיין "געצוואונגען" (אנוס) צו נאטאריזירן די קמיעות.​

די טראנסקריפציע פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות אין "שפת אמת"​

וויבאלד, ווי מיר וועלן זען, האט ר’ יונתן מטיל ספק געווען אין די פונקטליכקייט פון דער טראנסקריפציע פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות, ווי פארשפרייט דורך ר’ שמואל און ווי געדרוקט אין "שפת אמת", איז אונזער באלדיגע אויפגאבע צו פארגלייכן דעם אנטדעקטן אריגינעלן טעקסט פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות מיט דער געדרוקטער ווערסיע. די געדרוקטע ווערסיע אנטהאלט אסאך דרוקער-טעותים, כמעט אלע פון זיי זענען פארראכטן געווארן אין דער רשימה פון פארריכטונגען געדרוקט אין סוף פון דעם באנד. ווען די פארריכטונגען ווערן אריינגעשטעלט - און די פארריכטונגען געפינען זיך אין יעדער קאפיע פון דעם געדרוקטן באנד - זענען די חילוקים צווישן דעם אנטדעקטן אריגינעלן טעקסט און דער געדרוקטער ווערסיע אומבאדייטנד. טאקע, די אנטדעקונג פון דעם אריגינעלן טעקסט ערלויבט אונז צו זאגן קלאר און דייטליך אז די רעפראדוקציע פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות אין "שפת אמת" איז, פאר אלע פראקטישע צוועקן, א פולקאמע קאפיע פון דעם אריגינעלן דאקומענט. דאס איינציגע וואס מען קען קריטיקירן - טאקע, ווי ר’ יונתן וועט טענה'ן - איז געווען די אריגינעלע טראנסקריפציע דורך דעם שרייבער וואס האט קאפירט די קמיעות אויף איין בלאט דעם 17טן מערץ 1751. ליידער, די אריגינעלע קמיעות עקזיסטירן שוין נישט מער, און די באזונדערע טענה פון ר’ יונתן קען נישט באוויזן אדער אפגעווארפן ווערן. דאס איינציגע וואס מען קען זאגן איז אז די אידישע באאמטע וואס האבן נאטאריזירט דעם דאקומענט זענען איבערצייגט געווארן אז עס איז א פונקטלעכע טראנסקריפציע פון די אריגינעלע קמיעות.​

ר’ יונתן'ס רעאקציע צו די מעץ קמיעות און די באשולדיגונג פון אפיקורסות​

דער מערסט אנגעזעענער מיטגליד פון די קעגנער פון ר’ יונתן איז געווען נישט ר' יעקב עמדין פון אלטאנא, נישט ר' שמואל הילמאן פון מעץ, און נישט ר' אריה לייב פון אמסטערדאם. כאטש זיי האבן געפירט דעם קאמף קעגן ר’ יונתן אין זיינע ערשטע שטאפלען, האבן זיי עווענטועל אפגעטרעטן פאר ר' יעקב יהושע פאלק פון פראנקפורט - באקאנט אלס דער פני יהושע. פון אפריל 1751 (ניסן תקי"א) ביז זיין פטירה דעם 16טן יאנואר 1756 (י"ד שבט תקט"ז), האט דער פני יהושע געפירט די קאמפף קעגן ר’ יונתן. זייענדיג א קלוגער סטראטעגיסט, האט ער אנגעהויבן דורך שאפן א קאאליציע פון דייטשע רבנים קעגן ר’ יונתן. דער ציל איז געווען צו אפזונדערן ר’ יונתן, און דאן אים צווינגען צו ערשיינען פאר א אידישן בית דין. דארט וואלט ער אדער באפרייט געווארן אדער געפונען געווארן שולדיג. אויב געפונען שולדיג, וואלט ער געקענט רעהאביליטירט ווערן. מיט "רעהאביליטירט" האט דער פני יהושע געמיינט אז ר’ יונתן וואלט באקומען די געלעגנהייט תשובה צו טון, ד.ה. אויסדריקן אמת'ע חרטה פאר די זינד פון זיין פארגאנגענהייט און אננעמען אויף זיך די תשובה וואס דער בית דין וואלט פארגעשריבן. אבער ר’ יונתן האט נישט געאיילט צו ערשיינען פארן געריכט. אנשטאט דעם האט ער זיך אריינגעלאזט אין א קאמף פון שארפזיניקייט קעגן דער פני יהושע און זיין רבנישער קאאליציע. צום סוף האט דער פני יהושע פארעפנטליכט א סעריע פון בריוו און פלאקאטן קעגן ר’ יונתן , דראענדיג אים "אראפצונעמען די סמיכה" אויב ער וועט ווייטער זיך אנטזאגן צו ערשיינען פאר א רבנישן בית ד. אין זיי האט דער פני יהושע קלאר דערמאנט די נאטאריזירטע מעץ קמיעות, זאגנדיג אפן אז זיי באווייזן ר’ יונתן'ס שולד. נאכמער, האט דער פני יהושע געטענה'ט, אויב די קמיעות קענען ערקלערט ווערן, פארוואס האט ר’ יונתן דאס נישט געטון אין דרוק?​
אין 1755, נאכדעם וואס ר’ יונתן איז "אראפגענומען געווארן די סמיכה" דורך דער פני יהושע, האט ער ענדליך באשלאסן אנצונעמען דער פני יהושע'ס אויפפאדערונג אין דרוק. ער האט פארעפנטליכט "לוחות עדות" אין אלטונא. דאס איז דאס איינציגע בוך אדער פאמפלעט וואס ר’ יונתן האט פארעפנטליכט וועגן דער מחלוקת. אונזער אינטערעס דא וועט זיין אויסשליסלעך מיט זיינע באמערקונגען וועגן די פינף נאטאריזירטע קמיעות פון מעץ. ר’ יונתן האט מודה געווען אז ער האט זיי געשריבן, אבער האט שטארק געלייקנט זייער שבתאי'שן כאראקטער. וועגן דעם טעקסט פון די קמיעות, האט ר’ יונתן באמערקט אז אין דער צייט ווען ער האט זיי געשריבן האט ער געליטן פון אן אויגן-קראנקהייט, און האט קוים געקענט זען וואס ער שרייבט. אויך זענען די קמיעות געשריבן געווארן אין מרובע'דיגע העברעאישע אותיות, א שריפט וואס ער איז נישט געווען געוואוינט צו ניצן. די אפניצונג פון די קמיעות וואס זענען אריבער פון האנט צו האנט און זענען געטראגן געווארן אויף פארשידענע טיילן פון קערפער האבן אויך געהאט א ווירקונג אויף דעם געשריבענעם טעקסט. צוליב אלע די סיבות, איז עס נישט קיין וואונדער אז דער שרייבער וואס האט קאפירט די קמיעות האט פאלש פארשטאנען געוויסע העברעאישע אותיות, ספעציעל די וואס זעען אויס ענליך, למשל, ב און כ, ד און ר, און ענליכע. טייל פון די פארדרייאונגען, האט ר’ יונתן פארגעשלאגן, זענען מעגליך געמאכט געווארן מיט כוונה. עס זענען געווען די פארדרייאונגען, האט ר’ יונתן באשולדיגט, וואס האבן ערלויבט זיינע שונאים צו פאלש לייענען די קמיעות ווי שבתאי'שע תפילות.​
אויב מען רעכנט צוזאמען אלע פארדרייאונגען וואס ר’ יונתן האט ספעציפיש באמערקט אין "לוחות עדות", מאכן זיי אויס א האנדפול פאלש-קאפירטע אותיות. אין דער ווירקליכקייט טוט דאס אויפווייזן אז, אין רוב טיילן, שפיגלען די נאטאריזירטע מעץ קמיעות ריכטיג אפ וואס ר’ יונתן האט געשריבן. לויט ר’ יונתן'ס אייגענער הודאה האבן די נאטאריזירטע מעץ קמיעות נישט צוגעלייגט אדער אוועקגענומען פון די אריגינעלע טעקסטן געשריבן דורך ר’ יונתן, נאר ענליך-אויסזעענדע אותיות זענען פאלש פארשטאנען געווארן.​
טראץ דער פני יהושע'ס פאדערונג אז אלע פינף מעץ קמיעות זאלן ערקלערט ווערן, האט ר’ יונתן אויסגעוועלט צו קאמענטירן פולשטענדיג נאר אויף איינע פון די קמיעות, קמיע נומער 5. נאכן פארשטעלן א האנט-געצייכנטע קאפיע פון דער קמיע, האט ר’ יונתן צוגעשטעלט זעכצן זייטן פון ערקלערונג פאר די פערצן ווערטער פון דער קמיע. פאר אונזערע צוועקן, איז וויכטיג צו באמערקן אז ר’ יונתן'ס האנט-געצייכנטע קאפיע פון דער קמיע איז כמעט אידענטיש מיט דער נאטאריזירטער קאפיע. נאר צוויי אונטערשיידן באווייזן זיך, איינער פון וועלכע איז אומבאדייטנד.​
פיל מער באדייטנד איז געווען ר’ יונתן'ס טענה וועגן ווי אזוי די קמיעות זאלן געלייענט ווערן. די מעץ קמיעות (און אלע אנדערע וואס ער האט געשריבן) האבן נישט געזאלט געלייענט ווערן ווי פארבונדעטע טעקסטן. יעדעס ווארט איז געווען א הייליגער נאמען (שם קדוש), וואס זיין אמת'ע באדייט איז געווען באקאנט נאר צו מייסטערס פון דער קבלה; עס האט נישט געדארפט זיין פארבונדן מיט דעם פריערדיקן אדער נאכפאלגנדן נאמען. לויט ר’ יונתן זענען זיינע קעגנער וואס האבן געלייענט יעדע קמיע ווי א פארבונדעטע טעקסט (און, ספעציפיש, ווי א תפילה געווענדעט צו גאט, מיט דערמאנונג פון זיין משיח שבתי צבי) געווען פשוט אומוויסנד אין די סודות פון דער קבלה. עס איז גענוג דא צו באמערקן אז, אין איינקלאנג מיט זיין אלגעמיינעם צוגאנג, האט ר’ יונתן נישט געזען קיין פארבונדענע ווערטער אין דער איין מעץ קמיע וואס ער האט אויסגעוועלט צו קאמענטירן, קמיע 5. פונדעסטוועגן, איז עס ערשטוינענד אז ער האט נישט דערמאנט דעם פאקט אז אויב מען לייענט זייגער-ווייז פון דעם אונטערשטן דרייעק פון קמיע 5, אנטדעקט מען, אין סדר, די ערשטע זיבן ווערטער פון ישעיה ט:ה, א משיח'ישער פסוק פון נישט קליינער באדייטונג.​
לבסוף, איז די פראגע פון פארבונדעטע טעקסט די הויפט פראגע בנוגע די מעץ קמיעות און דער עמדין-אייבשיץ מחלוקת. כאטש די צוריקגעפונענע אריגינעלע קאפיע פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות קען נישט, אליין, אויפלעהזן די פראגע, דער טעקסט וואס זי שטעלט פאר שטיצט עמדין'ס טענה אז די קמיעות האבן געזאלט געלייענט ווערן ווי פארבונדעטע טעקסטן.​

עד כאן איז מער ווייניגער די ווערטער פון פראפעסער לעהמאן.

יעצט אז מיר האבן אן הודאת בעל דין פון ר' יונתן אז ער האט טאקע געשריבן די קמיעות מער ווייניגער כמות שהיא, בלייבט נאר איבער צו אריינקוקן אין די העתקות און זעהן וואס דארט שטייט. מיר וועלן מעתיק זיין די נוסח הקמיע וויאזוי עס געפינט זיך אין די ניי אנדעקטע דאקומענט, און דערנאך אנגעבן וויאזוי עס ווערט אפגעליינט אינעם ספר שפת אמת. מ'דארף בכלל נישט זיין א גרויסע בקי און קבלה צו קענען אפליינען די קמיעות, מ'דארף בלויז וויסן וויאזוי מטוישט אויף אותיות בא"ת ב"ש, כדי צו פארגרינגערן לייג איך דא א טבלה פאר רעפערענס:
אבגדהוזחטיכ
תשרקצפעסנמל

די ערשטע קמיע
די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פאר די ערשטע ווייב פון הקצין ר' יזובל בן פו"מ [=פרנס ומנהיג] ר' פייבש הכהן פון מיץ, די גוף הקמיע ליינט זיך ווי פאלגענד:
בשם יצוה אכהי יבראל הבוכנ בתפארת עוזף יחיד ממציא כך מציתות אהלי מביחף גאונו קבבתיקא הביק אשג ברוח פיף ימיא גשעל אכהי כל עולמימ נאהלים ברפאימ יהורים בר ברו עשוים וכל יתדות המשכן נחשת ברזל אני גוזג ופוקק על כך רוחין נגעי ופגעי בנמ תדמ וכל ס סטרא מסתבת נחשימ שלא יזידו בשומ נזק וכאב וצער ונחש וקסמ להאשה נובאא קמיע זף למעט יתגדל ויתדדש שמ אכהמיבראך ושמ הבית בבתיק בעולמ כל נבובכי לומפאי אחיקיע איל העל שעס שת מעי לקר רק שברא בר אל אל מלת כאח שי פהה
קמיע א.jpg


די קמיע איז געשריבן געווארן א חלק אותיות מיט א"ת ב"ש און עס ליינט זיך ווי פאלגענד:
בשם ידו"ד אלהי ישראל השוכן בתפארת עוזו יחיד ממציא כל מציאות אלהי משיחו נאמנו (ק) שבתי (קא) צבי (ק) אשר ברוח פיו ימית רשע (ל) אלהי כל עולמים נאצלים ברואים יצורים בדברו (אין די העתק הקמיע שטייט ברברו מיט א ר' אבער דאס איז כמעט ברור א ד וואס אדער ר' יונתן האט אדער פארטוישט בטעות אדער די מעתיקי הקמיע) עשוים וכל יתדות המשכן נחשת ברזל אני גוזר ופוקד על כל רוחין נגעי ופגעי בני אדם וכל (ם) סטרא מסאבא נחשים שלא יזיקו בשום נזק וכאב וצער ונחש וקסם להאשה נושאת קמיע זו למען יתגדל ויתקדש שם אלהי ישראל ושם צבי (ת) שבתי (ק) בעולם
אינעם המשך פונעם קמיע שטייט די פסוק "כי לא נחש ביעקב וקסם בישראל כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל אל" אבער די אותיות זענען צומישט, קודם די ערשטע אות פון יעדע ווארט און נאכדעם די צווייטע אות און אזוי ווייטער ביז צום סוף, חוץ איינצעלנע אותיות וואס זענען בטעות ארויסגעפאלן. און נאכדעם האט ער געטוהן די זעלבע זאך מיטן פסוק "מכשפה לא תחיה".

(דער שפת אמת טענה'ט אז די אותיות אריינגעווארפן דא און דארט וואס האבן נישט קיין הסבר זענען דירעקט אריינגעלייגט געווארן צו צומישן די מענטשהייט אז מ'זאל נישט קענען אויסליינען די קמיע, דאס איז עפעס וואס חזר'ט זיך איבער אויך אין די אנדערע קמיעות, און בפרט ארום די נאמען פון שבתי צבי. נאך שרייבט ער אז דאס וואס אין די אויספיר שטייט צבי פאר שבתי איז בכוונה "כי כך מקובל מליבלי פרוסטיץ ימ"ש נביא שקר של אותו הכת, וכן נמצא בכתבים שלו שהביאו ליד הגאונים וז״ל: שכשיתגדל שמו יהיה שם צבי עיקר ושבתי טפל, יעקר משורש גזעם וימח זכרם מהארץ".)

די צווייטע קמיע
די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פאר ר' משה בן פו"מ ר' פייבש שפייאר פון מיץ, די גוף הקמיע ליינט זיך ווי פאלגענד:
בשם יהפה אכהם יבראך הבוכט בתפאגת עוזף יחיד מיוחד ביחפד עכיונ ובשרב הנעלם אכהם מבמחף זבבתי הבםי אשר בחברתו נרפת לנף וברוח פמף ימית רבע אני גוזג על כך רוחיט מזידיט נגעם ופגעם בני אדי שלת יזיקפ בשומ נזד צער פחק בהלה וכובד לבב שבעולם לנושת קמיע זף מבצ בן מרמם וכה כשינעו מרל אים הקלי מארורירך וצה או

קמיע ב.jpg


אויך די קמיע איז געשריבן טיילווייז אין א"ת ב"ש און ליינט זיך ווי פאלגענד:
בשם ידו״ד אלהי ישראל השוכן בתפארת עוזו יחיד מיוחד ביחוד עליון ובשורש הנעלם אלהי משיחו (ז) שבתי צבי (י) אשר בחברתו נרפא לנו וברוח פיו ימית רשע אני גוזר על כל רוחין מזיקין נגעי ופגעי בני אדם שלא יזיקו בשום נזק צער פחד בהלה וכובד לבב שבעולם לנושא קמיע זו משה בן מרים
נאכדעם איז געשריבן די פסוק "וראו כל הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך" אויפן זעלבן מהלך ווי די פאריגע קמיע, און אויך דא פעלן איינצעלנע אותיות.
אינמיטן די מגן דוד שטייט: חותם מבד זשב אמל הן ם בם, וואס די שפת אמת איז מפענח אלס חותם מ'שיח ב'ן ד'וד (ז) שבתי (ל) צ(ןם)בי


די דריטע קמיע

די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פאר ר' אברהם בן אורי ווייבש חלפון פון מיץ, די גוף הקמיע ליינט זיך ווי פאלגענד:
בשם יצוה אכהם יבראל הבוכט בתפתרא עוזף יחיד ומיוחד בברב העליפן ונעלם לעולם אכהימ משמחף ק בתי ל הבי ן הקדוש אני גוזר עך כל ממונים על הפחד ושהכה שלא יבהילף ושלת יעשו ויגרמו פחק בשום זמנ הן ביום וצנ בלילה לנושא קממע זף אבגצמ בט אורמ פויישב למען יתקדש שי אכהי ישרתל אכהם יק בבתי ן ל הבי ג לתמלויי אי פי מעו רחל חומ אדה צפם

קמיע ג.jpg


אויך די קמיע איז געשריבן געווארן בא"ת ב"ש און ליינט זיך ווי פאלגענד:
בשם ידו"ד אלהי ישראל השוכן בתפארת עוזו יחיד ומיוחד בשרש העליון ונעלם לעולם אלהי (מ) משיחו (ק) שבתי (ל ) צבי (ן) הקדוש אני גוזר על כל ממונים על הפחד ובהלה שלא יבהילו ושלא יעשו ויגרמו פחד בשום זמן הן ביום והן בלילה לנושא קמיע זו אברהם בן אורי ווייבש למען יתקדש שם אלהי ישראל אלהי (יק) שבתי (ן) (ל) צבי (ג)
נאכדעם שטייט די פסוק "לא תירא מפחד לילה ומחץ יעוף יומם" מיטן אויבדערמאנטן סדר.
אין די מגן דוד שטייט חותם אכהמי ישראל וואס מיינט חותם אלהי(י) ישראל, ביי די צוויי זייטיגע אונטערשטע שפיצן שטייט הבין בבתיל וואס מיינט צבי (ן) שבתי (ל) און אונטן שטייט מביד וואס מיינט מ'שיח ב'ן ד'וד מיט אן איבעריגע יוד.

די פערטע קמיע

די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פאר הילד אברהם בן מאיר טרעני פון מיץ, די גוף הקמיע ליינט זיך ווי פאלגענד:
בשם יצוה אכהי יבראך אכהם מבמחף ה בבתמ ל הבמ יל אשר ברוח פיף ימית רשע ע אני גוזר עך כך ממונימ ורוחיט ופגעים ונגעים בישין ויתדות המשכן נחשת אל יזידו בשום נזק ועיט הרע לילד הזה נושא דמיע זף למעט יתגדל שמף שך אבהי יבראך ומביחף בבתמ י הבמ י בעולם

קמיע ד.jpg


אויך די קמיע איז געשריבן געווארן בא"ת ב"ש און ליינט זיך ווי פאלגענד:
בשם ידו"ד אלהי ישראל אלהי משיחו (ה) שבתי (ל) צבי (יל) אשר ברוח פיו ימית רשע (ע) אני גוזר על כל ממונים ורוחין ופגעים ונגעים בישין ויתדות המשכן נחשת אל יזיקו בשום נזק ועין הרע לילד הזה נושא קמיע זו למען יתגדל שמו של אלהי ישראל ומשיחו שבתי (י) צבי (י) בעולם
אין די מגן דוד שטייט בבתי הבבתמה וואס מיינט שבתי צב(בת)י(ה)

די פיפטע קמיע

די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פארן קינד פון ר' מרדכי לוי די שמש פון די גובים פון מיץ, די קמיע האט נישט קיין לענגערע נוסח נאר א מגן דוד מיט ווערטער אינדערמיט.

קמיע ה.jpg


אנדערש ווי די אנדערע קמיעות האט דער שפת אמת דא פרובירט אריינצולערנען פשט אויך אין די איבערגעבליבענע אותיות, אזוי אז יעדע אות פון דעם קמיע זאל ווערן פארטייטשט.

  • די פסוק (ישעיה ט ה) ילד ילד לנו בן נתן לנו, א פסוק וואס האט צוטוהן מיט משיח, איז צואווארפן ארום די קמיע
  • אין די צענטער פונעם מגן דוד שטייט חותם מבד וואס מיינט משיח בן דוד, בבתמים וואס מיינט שבתי(ים), די צוויי איבעריגע אותיות איז די ר"ת פון מ'לך מ'שיח (י' איז בא"ת ב"ש)
  • אין די רעכטע אונטערשטע שפיץ שטייט הבמן וואס מיינט צבי מיט אן איבעריגע נ'
  • די איבערגעבליבענע נ איז ג בא"ת ב"ש וואס איז זיך מצרף צום נדיכש פון אויבן וואס איז צוזאמען נגדיכש די ר"ת פון נא גבור דורשי יחודך כבבת שמרם
  • די שם יבק איז דא דריי מאל אין די קמיע

גלייך מיטן ערשטן בליק איז קלאר אז די איינצעלנע ווערטער אין און ארום די מגן דוד זענען די שוואכערע זייט פון די הוכחה, טאקע וויבאלד זיי זענען איינצעלנע ווערטער איז גרינג זיך צו דינגען איבער זייער ריכטיגע באדייט. אבער די לענגערע נוסח ליינט זיך ווי איין המשך און עס איז נישט שייך צו מסופק זיין וואס די כוונת הכותב איז געווען. און דערפאר איז נישט קיין וואונדער אז ווען ר' יונתן האט זיך געוואלט פארענטפערן האט ער דייקא אויסגעוועלט די פיפטע קמיע ווייל דארט וועלן זיינע ווערטער ווערן די גרינגסטע מתקבל.

גאנצע זיבעצן בלעטער האט ער אוועקגעגעבן צו מסביר זיין די פיפטע קמיע, און איך בין נישט די מומחה אין קבלה צו קענען זאגן אויב די שמות וואס ער דערמאנט זענען אמת אדער אייגן פאבריצירט (ווי גרשום שלום האט גע'טענה'ט). אבער אפילו ביי די קמיע איז די שקר בולט, ווייל לויט ווי ער שרייבט האט ער בכלל נישט מכוון געווען צום פסוק אין ישעיה ילד יולד וכו' נאר די אלע ווערטער זענען שמות וכדו'. היעלה על הדעת כזאת? ער האט געמיינט פארשטופטע שמות און פערצופאל איז אויסגעקומען א גלאטע פסוק? מ'דארף זיין א היפשע תמים אזאנס צו גלייבן. נאר ער וויל א גאנצע צייט אויפבויען די יסוד אז מ'קען נישט אויסליינען די קמיעות כאילו עפעס וואלט געשטאנען אין זיי און איין ווארט איז מקושר צום צווייטן, נאר יעדע ווארט איז פאר זיך און איז מרמז צו געוויסע שמות. אבער די מציאות אז מ'קען די קמיעות הערליך אויסליינען ווייזט אז ר' יונתן זאגט נישט דעם אמת.


באמת איז דאס אלס גענוג צוצוקומען צו די מסקנא וואס ר' יונתן האט באמת געשריבן אין די קמיעות. ליתר שאת וועט נאך נאכפאלגן א באשרייבונג אויף נאך א קמיע וואס ר' יונתן האט ערקלערט די באדייט, און וויאזוי מ'דארף זיין ממש בלינד נישט צו זעהן אז די אפטייטש פון די צד שכנגד איז די ריכטיגע.
 
לעצט רעדאגירט:
זיי פארשטייען שוין איינמאל, וואס האסטו שוין געליינט פון גרשום שלום אויף שבתאות?
איך האב זיינע ביכער אין באזיץ , און איך האב ארויס זיין אגענדע , הגם איך בין מודה, אז איך האב מיר נישט ערלויבט די צייט אדורך שטודירען די
ביכער בעיון ובקביעא, נאר אזוי מקופיא ,אדרבה אפשר קענסטו אהנצייגען ווי מען קען דארט עפעס ספעציעל קויפען חכמה .
 
דער שבתי איז נישט גיוועהן א מושחת , מען איז מעיד אויף איהם קדושה און בקיאות אין כל התורה
מנעוריו , עפעס איז אין איהם נתעורר א רוח פון גאוה אז ער איז משיח ( ער איז לפי השערה גיוועהן
א ביי פאולער פאציענט ) און טאקע מחמת זיין גדלות און אויסנאמקייט איז גיוועהן גענוג באזע צו
האפען און גלייבען, אז אט דער, איז עס,הנה זה בא,
ווען ער האט שפעטער אהנגיפאנגען משנה צוזיין דינים , האבען זיך רוב גדולים אפגישאקעלט פון איהם, ער האט שפעטער אהנגינומען די אמונה פון
איסלאם ,און אזוי ווי ביי יעדע פארגלויבעניש , איז נולד גיווארן ביי די שטארקע מאמינים תירוצים ,על פי קבלה ,ועל פי דמיונות, צו פארענטפערן און אהנגיין מיט די אמונה , און דאס זעהט מען עד היום, אז איינער ווערט פארגלויבט אין א פערזאן אדער אין א מאוומענט , איז ווי מערער ער איז פארגלויבט וועט ער נישט דערהערן קיין קריטיק , און מחדש תירוצים דחוקים אהנצוהאלטען זיין מהלך ,בבחינת שבקיה לקרא ואיהו דחיק ואוקמי אנפשיה .
דו האסט נישט געענפערט! ווען ר' יונתן איז געבוירן געווארן איז שוין ש''ץ געווען א טויטער מוסלמענער וועלכער האט געטוישט פולע דינים אלס איד. וואס מאכט פרומער איד גלויבן אין אים?
 
דו האסט נישט געענפערט! ווען ר' יונתן איז געבוירן געווארן איז שוין ש''ץ געווען א טויטער מוסלמענער וועלכער האט געטוישט פולע דינים אלס איד. וואס מאכט פרומער איד גלויבן אין אים?
די קושיא איז קשה כברזל , אין די פערספעקטיוו פון
היינדסייט ,אבער דענסטמאהל איז נאך גיוועהן אפולוגיטיגער צו פארענטפערן מיט אלע מיני תירוצים,אויך איז די ידיעה פון אלע זיינע מעשים און מאמרים נישט גיוועהן אזוי באקאנט ,
מען זעהט אפילו היינט צוטאג ווען אלעס איז מער אפען ,איז נאכאלץ לוטה בערפל וואס ער(שבתי)האט גיזאגט ,אדער וואס זיינע מענטשן און גבאים האבען מוסיף אדער גורע גיוועהן ,
און הטעות מצויה לכל יציר נוצר ,מעשה עגל יוכיח, און אויב מען מעגזאגען, קוק אהן וואס גייט פאהר מיט די מדינת ישראל ,עס איז דא ערליכע יידן וואס זאגען אז עס איז עבודה זרה ,סטרא אחרא,נון שערי טומאה ,און עס איז דא ערליכע יידן וואס זאגען אז עס איז א נס,ישועות ישראל מיד שונא ,וואס עס שטייט אויף די וועלט יום יום מיט השגחת ה׳ ועינו אל יריאיו ,
ווען משיח וועט קומען וועט מען פרעגן די זעלבע קושיא אויף די וואס האבען זיך טועה גיוועהן ,
דו,ווייסט אפשר וועלכע פון די צוויי צדדים זענען זיך טועה ? עס איז א פשיטא אז דו ווייסט ווייל יעדער
האט אן אפיניען ,אבער אבדזשעקטיוולי ווער ווייסט.?
מען קען נישט יורד לסוף דעתו פון א דזשיניעס,ווי רבי יהונתן וואס לעבט שוין נישט 250 יאהר,און מען רעדט נאך פון זיינע תורות וואס זענען אין דזשענערעל רעלעוואנט,נאך אין מאדערנע צייטען .
דער אמת איז מיט, דעם יודע תעלומות.
והוא יודע האמת .
 
שבתי צבי האט גארנישט געזאגט, נתן העזתי איז געווען די ווארטזאגער
 
שבתי צבי האט גארנישט געזאגט, נתן העזתי איז געווען די ווארטזאגער
איז דאך הוא מותיב והוא מפרק,זאגסט דאך אליינס
ער אליינס האט נישט צופיעל גיזאגט ,איז קען זיין א
טעות ,צו גלייבען אז ער -שבתי -איז יא גיוועהן עפעס,נאר אנדערע האבען איהם פארדרייט .
די פוינט איז ,גרשם שלום ארבעט אויף א ״גאט יו״
ער וויל איבערצייגען, אז די גרויסע פון כלל ישראל זענען גיוועהן -עפרא לפומיה -נישט ערליך ,נאר זיי
זענען גיוועהן רמאים ,דער אמת איז ,זיי האבען זיך
טועה גיוועהן ,ווייל שבתי ,האט גיהאט אויסער גיוועהנליכע קווליפיקאציעס לויט ווי זיינע נאהנטע
זענען מעיד ,און דאך רוב האבען איהם גידראפט ווי א האט פאטעיטא ,
און א טהייל האבען געגלייבט אולי יש כאן אמת , אל תהי דן לכל אדם עד שתגיע למקומו.
 
@ריבידו ביזט מטיל ספק אין גרשון שלום.
בעיסד אן ווהאט?
 
דאס הייסט נישט "איבערגעדרייט".

איבער געדרייט וואלט געהייסן ווען ער אסר'ט די מותרות און איז מחייב עריות.

סך הכל האט שבתי צבי געוואלט רוקען די וועלט נענטער צו גאולה. ער האט אויסגעלייזט פארשלאסענע פלעצער און זיי אויפגעלעבט. דאס איז סיי וויי וואס גאולה הייסט, ער האט נאר געפילט אז די צייט איז רייף דערפאר, און אנדערע האבן דאס נאכנישט געכאפט. צו טוהן אן עבירה לשמה איז גאר א געהויבענע מדריגה. ער האָט געהאט השגות וואס גלות יודען איז שווער צו דערהייבן, ווייל מ'האט מורא צו אריין גיין אין "שרעקעדיגע" פלעצער און טרעפן באשעפער דארט.

ווי אזוי דען וועט "משיח" אויסלייזן יודען אויב ער קען נישט אויסהאלטן זנות בליל פסח. דארט איז ערשט גאולה, ווייל ער לייזט אלעס און יעדן. כי "מלאה" הארץ דעה את ה' מיינט אלעס, א יעדע סארט עקספיריענס, אלעס דארף מען דורך גיין, ספעציעל פלעצער ווי מענטשן האבן מורא פון. והיינו גאולה "השלימה".

איך וואלט דאס ענדערש אנגערופן "אויסגעגראדט" ווי איידער "איבערגעדרייט".
כ'האב מיך אלץ געוואונדערט ווער זענען געווען דעי שבתי צבי'ניקעס? דא האב מיר געכאפט איינע פון די חברה
 
לעצט רעדאגירט:
זיי פארשטייען שוין איינמאל, וואס האסטו שוין געליינט פון גרשום שלום אויף שבתאות?
גרשם שלום האט גיהאט אן אגענדע , אויפצווייזען
די גירעכט קייט פון ציונות החילוני ,אהן דת ומסורת
וועגן דעם האט ער פארארבייט אריינצושטעלן וואס
מער גדולים פון דורות הקודמים אין די כת מאמינים פון שבתי ,מיט דעם וויל ער באגרינדעווען אז דת ומסורה איז נישט וויכטיג, ווייל די אלע גדולים זענען
שוין גיוועהן גידעמעדזשט אין זייער אמונה, ווייל זיי
האבען גיהאלטען פון שבתי ,ממילא האט ער א נגיעה, מוסיף צוזיין וואס מערער גדולים אלץ שבתאים , אזוי קומט אויס לפי הבנתי , והנה מצאתי
ברוך קורצווייל האט אויך אזוי מעריך גיוועהן גרשם
שלום .
 
קענסט צוצייכענען?
גיב א גוגעל , קענסט אויך זוכען וויקיפדיה אין עברית און אויף ענגליש , קוק אויך ברוך קורצווייל
און פון דארט ילכו מחיל אל חיל , וועסטו האבען די
פוקטשור פון א שטארקער מלומד און א חכם ומחדש
מיט פלענטי דיסטרעקשענס אלץ א עומד בדעתו און
נישט אזוי שנעל מודה על האמת ,אזוי ווי רוב בני אדם , עכ״פ ער נישט גאספעל.
 
עיין ערכו, גרשם שלום איז אנקאנטראווערסיעל חוקר,
און רבו החולקים עליו , מען דארף נישט מטיל ספק זיין ער איז מוטל בספק .
ער איז נאר קאנטערווערסיאל ביי וועם עס שמעקט נישט זיינע געפינסן. ער איז זייער פארלעסליך און גרינטליך, כאטש ער האט זיכער געמאכט טעותים
 

די צענטראלע קמיע: אן אנאליז איבער איר אינהאלט​


די היסטארישע מחלוקת איבער די חשדות קעגן ר' יהונתן אייבשיץ דרייט זיך ארום איין צענטראלער פראגע: וואס האט ער באמת געשריבן אין זיינע קמיעות? בשעת אסאך קמיעות זענען ארומגעפארן, און די טענות פון פעלשונגען האבן שטענדיג געקענט הענגען אין דער לופט, עקזיסטירט איין ספעציפישע קמיע וואס איר אויטענטישקייט איז אן קיין שום צווייפל.

די קמיע איז געשריבן געווארן דורך ר' יהונתן פאר מרת שענכי, די טאכטער פונעם פרנס געטשליק כ"ץ (אויך באקאנט אלס גוטשאלק לוי). די וויכטיגקייט פון דער קמיע ליגט אין איין פונדאמענטאלן פאקט: מיר האבן אן "הודאת בעל דין". ר' יהונתן אייבשיץ אליינס, אין זיין פארטיידיגונגס-ספר "לוחות עדות", שרייבט קלאר אז ער האט געשריבן די קמיע. ער באשטעטיגט אז ער האט עס געגעבן צו יענער פרוי, און טענה'ט נאר אז זיינע שונאים האבן עס שפעטער געעפנט און געזוכט פון אונטער דער ערד צו טרעפן דערין צומישטע פירושים (לוחות עדות דך ב ע"ב).

די פראגע איז דעריבער נישט אויב ער האט עס געשריבן. די פראגע איז וואס שטייט דארט, און וועלכער פירוש איז דער אמת.


די אנטדעקונג פון דער "כשר'ער" פארטיידיגונג​

די געשיכטע פון דער קמיע ווערט נאך מער פארצווייגט. ווען דער פולמוס האט אויסגעבראכן, איז ארויסגעקומען א בוך אין 1752 פון א געוויסן קארל אנטאן, א געווארנער תלמיד פון ר' יהונתן וועלכער איז געווארן א מומר. אין דעם בוך האט אנטאן פארטיידיגט זיין געוועזענעם רבי'ן און אפגעדרוקט די קמיע מיט א לאנגן, "כשר'ן" פירוש, צו ווייזן אז עס אנטהאלט נאר הייליגע סודות פון קבלה. די קעגנער פון ר' יהונתן, די יעב"ץ'ס זייט, האבן תיכף געשריגן אז אנטאן האט נישט אויסגעטראכט דעם פירוש פון זיך אליין, נאר אז ר' יהונתן אליינס האט אים דאס איבערגעגעבן כדי ער זאל עס דרוקן און אים פארטיידיגן פאר די גוים. די קמיע איז געווען די צענטראלע קמיע אויף וואס די געריכט געשטעלט דורכן דענישן קעניג אין קאפנהעגן האט דן געווען, וואו אנטאן איז געווען ר' יהונתן'ס פארטיידיגער. (זעה מער דערוועגן אינעם לעצטן ארטיקל פון הרב דונער).

זיי האבן אויך געטענה'ט אז דאס איז דער זעלבער פירוש וואס ר' יהונתן האט געגעבן פאר'ן בארימטן מקובל פון לאנדאן, ר' שלום בוזאגלו, וועלכער איז געווען אין האמבורג אין יענער צייט. ר' יהונתן האט טאקע אין "לוחות עדות" געשריבן אז ער האט געמאכט א "כשר'ן" פירוש און עס "געלאזט אין א זיכער הויז אין האמבורג וואו יעדער קען עס זען".

דער פארשער גרשם שלום האט געפונען אין אן אלטן כתב יד מיטן נאמען "גחלי אש" (אן אוסף פון דאקומענטן איבער'ן פולמוס, צוזאמגעשטעלט דורך ר' יוסף פרעגיר, א חבר פונעם יעב"ץ), א העתק פונעם אריגינעלן פירוש וואס ר' יהונתן האט געגעבן פאר ר' שלום בוזאגלו. שלום באשטעטיגט אז דער פירוש איז כמעט אידענטיש מיט דעם וואס קארל אנטאן האט געדרוקט. די זעלבע קמיע און א פירוש דערויף האט א פארשער ד"ר מ. גרונוואלד אנטדעקט אין די שטאטישע ארכיוון אין קיל, דייטשלאנד, וואס דארט שטייט אז ר' יהונתן האט דאס אליין איבערגעגעבן צו דער קריסטליכער חכם פרופ' באומגרטן. דער פירוש איז כמעט דער זעלבער ווי די פירוש פון אנטון.

די אנדערע זייט האט אויך געשריבן וואס זיי האלטן אז דאס איז די ריכטיגע פירוש פונעם קמיע, און עס געפינט זיך אויך אינעם אויבנדערמאנטן ספר גחלי אש. אויך האט ד"ר גרינוואלד געדרוקט א פירוש פון פרופסר שטיכט, וואס איז ממש די פירוש וואס די זייט פונעם יעב"ץ האט געגעבן דערויף. דאס מיינט אז מיר האבן יעצט עטליכע קלארע עדות אויף דעם נוסח פון דער קמיע, און אויף דעם אפיציעלן "כשר'ן" פירוש דערויף. דער טענה פון "פעלשונג" איז מער נישט רעלעוואנט, ווייל מיר קענען יעצט פארגלייכן די צוויי פירושים און זען ווער עס איז גערעכט.


די קמיע: טעקסט, און די צוויי פירושים​


אט איז דער פולער טעקסט פון דער קמיע, ווי ער ווערט געברענגט אינעם "גחלי אש" כתב יד.
אנא אכהי יבראך יצפה אכהימם אהלי יישיאא בבאאה יההיבק אדון כל עולמים נלצל יבן ברואים יצצרםם עשומם אשר קלל חצם בעם בן תלקב בגימ ורוח אונו ויביחו מצפץ תקט חנא חוה ואדם ולכן עשה למען רקיך הרבים ואמזן יישיאא בבאאה זיבן וגנון על נושאת חם שעזו שלל יזיק לעשוי נוהך ולא יקרה לה חבא של שסט כלל אהלל נא אן ראפ בבאא הוה בהיייא

אינעם מגן דוד שטייט: חותמ מביד בבכיהל יהביל


פירוש א': די שבתאי'שע דעשיפרירונג​

די זייט פונעם יעב"ץ האט געטענה'ט אז די קמיע איז געשריבן מיט געווענליכע קבלה רמזים ווי א"ת ב"ש, א"ל ב"ם, אי"ק בכ"ר, אח"ס בט"ע, און אויך מיט ר"ת. נאכן דעשפירירן די קמיע ליינט זיך עס ווי פאלגענד:

אנא אלקי ישראל ידוד אלקים אלקי מ[לכא]-משיחא שבתי-ה:יה-צבי-ק[דוש] אדון כל עולמים האצל:ים-ה-ברואים היצורים עשוים אשר חלק חכם בעם בן אלים שרים ורוח אפנו ומשיחו ידוד תקן חטא חוה ואדם ולכן עשה למען רחמך הרבים ולמען מ[לכא]-משיחא שבתי-צ:(ז)בי(נ) [=זכרונו נצח] וגנון על נושאת קמ:יע-זו שלא יזיק לה שום נפלה ולא יקרה לה חבל של נחש כלל

נאדעם שטייט: א-ל נא רפא נא לה אויסגעמישט די אותיות, דערנאך: שבתי ידוד צבי-מ[לכנו]-א[מן], אינעם מגן דוד: חותם מ[שיח]-ב[ן]-מ[לך]-ד[וד] שבתי צבי המלך (המלך איז צומישטע אותיות).

די פשטות פון דעם פירוש איז שרעקעדיג. עס איז א קאנטעקסטואלע תפילה, וואס בעט באשיצונג אין נאמען פון "מלכא משיחא שבתי צבי", און דערקלערט אים אלס דער וואס האט "מתקן" געווען דעם חטא פון אדם וחוה.


פירוש ב': די "כשר'ע" ערקלערונג​

ר' יהונתן'ס פירוש, וואס איז אנטדעקט געווארן, איז געבויט אויף א פארקערטער לאגיק: די ווערטער זענען נישט פארבונדן. יעדעס ווארט איז א הייליגער שם קדוש פאר זיך, אנגעפילט מיט די טיפסטע סודות קבלה. אין זיין דעטאלירטן פירוש דעשיפרירט ער עס ווי פאלגענד:

אנא אכה"י [=היום יודע כי אתה] יברא"ך [=יזכור ברוגז רחמים אל כביר] יצפ"ה [=ה' צבאות האר פניך] אכהימ"ם [=כי ה' הוציא אתכם מארץ מצרים] אהלי [=אלקי] יישיא"א [=שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד] בבאא"ה [=בראשית ברא אלקים את השמים] יההיבק [=ה' הושיעה המלך יעננו ביום קראנו] אדון כל עולמים נלצל [=נ' צלל] יבן [=בני] ברואים יצצרםם עשומם [=בריאה יצירה עשיה בסוד עיבור(?)] אשר קלל חצם בעם בן תלקב בנימ [=אשר קלל בעצבן תקבל בנים, חמ"מ [=חטא משפט מות]] ורוח אונו ויביח"ן [=ויפח באפיו נשמת חיים] מצפ"ץ תקט חנא [=תיקן חטא] חוה ואדם ולכן עשה למען רקי"ך [=רוב קדושת יחוד כבודך] הרבים ואמז"ן[=ואיבה אשית, זכור נא מי] יישיא"א בבאא"ה [=כנ"ל] זוכ"ן [=זעמך וקצפך כי נשאתני] וגנון על נושאת חם שעזו שלל יזיק [=כך קבלתי לכתוב ואין לי מקובל טעם הגון למה אבל אין בזה מקום קפידא] לעשוי נוהך [=הוא שם האשה (לשענכי) בחילוף, והרביתי איזה אותיות כפי קבלתי האיך לכתוב ואין צריך להאריך בזה כי צריך לברר דברים רבים ואין זה מענין השאלה כי הלא בזה אין קפידא ולכן עת לקצר והדברים עתיקין] ולא יקרה לה חכ"א [חימה כליון אף] של שס"ט [=שטן ס"מ] כלל, אהלל נא אן ראפ [א-ל נא רפא נא לה] בבא"א הו"ה [=בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ] בהיי"א [=ביום ההוא יהיה ה' אחד]

אינעם מגן דוד: חותמ מבי"ך [=מי כמוך באלים ה'] בבכיה"ל [=לכל היד, כל ישראל, בראשית ברא] יהכי"ל [=יהי כבוד ה' לעולם]

די מסקנא פון דעם פירוש איז קלאר: עס איז נישטא קיין שום קשר צווישן די ווערטער, יעדעס ווארט איז א באזונדערער, טיפער, און כשר'ער סוד, און די יעב"ץ'ס זייט זענען אומוויסנדע וואס האבן עס געלייענט ווי א פשוט'ן בריוו.

דער אנאליז: פארוואס דער "כשר'ער" פירוש איז אוממעגליך​

יעצט אז מיר האבן די צוויי פירושים, קען מען אנאליזירן ר' יהונתן'ס אייגענע פארטיידיגונג. דער אנאליז צייגט אז זיין פירוש איז נישט נאר אומגלויבליך, נאר אז ער איז פול מיט סתירות וואס באשטעטיגן למעשה דעם שבתאי'שן פשט. נאך אויפן ערשטן בליק קען מען זעהן אז די פירוש איז אריינגעלערנט און איז נישט אריגינעל. עס איז טאקע מערקוורידיג וואס דער ספר גחלי אש שרייבט נאכן מעתיק זיין דעם פירוש.

אמנם כאשר הפירוש הזה מכל חכמה משולל,
דברתי הבוגד עד מתי אתה בעמך מסתולל,
יענך אך יונק גם עולל, לצחוק אמרתי מהולל,
יונתן הצבי על במותיך חלל.

די גאנצע פארטיידיגונג פון ר' יהונתן איז געבויט אויפ'ן יסוד אז מען טאר נישט ניצן קיין קאודס (ווי א"ל ב"ם) צו לייענען די קמיע. דער פאקט איבער איז אז אינעם קמיע טעקסט שטייט די אומפארשטענדליכע פראזע "וגנון על נושאת חם שעזו". דער איינציגסטער פירוש וואס מאכט סענס אין קאנטעקסט איז דער פון דער יעב"ץ'ס זייט: " וגנון על נושאת קמיע זו" (ניצענדיג א"ל ב"ם). אבער ווען ר' יהונתן קומט אן צו די ווערטער אין זיין אייגענעם "כשר'ן" פירוש, גיט ער די שאקירנדע ערקלערונג: "אזוי האב איך מקובל צו שרייבן, און איך האב נישט קיין געהעריגן טעם פארוואס". דאס איז אן אפענער ליגנט. ער האט געמוזט זאגן אז ער ווייסט נישט פשט, ווייל אויב ער וואלט מודה געווען אז דא האט ער גענוצט דעם א"ל ב"ם קאוד, וואלט זיין גאנצע פארטיידיגונג צוזאמגעפאלן. דאס באשטעטיגט אז ער האט יא גענוצט די קאודס, און ער האט געלייקנט כדי צו באהאלטן דעם אמת'ן אינהאלט.

ווייטער, די קמיע לייענט זיך "רוח אונו ויביחו מצפץ תקט חנא חוה ואדם" וואס לויטן יעב"ץ ליינט זיך "ורוח אפנו ומשיחו ידוד תקן חטא חוה ואדם". ר' יהונתן טענה'ט אבער אין זיין "כשר'ן" פירוש אז די דאזיגע גרויסע מדרגה גייט ארויף אויף יעקב אבינו. דאס איז אן אויסגעטראכטע זאך. אין קלאסישע קבלה ספרים שטייט נישט אזא יסוד. אבער, דער געדאנק אז דער משיח (שבתי צבי) איז געקומען ספעציפיש צו פאררעכטן דעם חטא פון אדם הראשון איז יא א צענטראלער יסוד אין דער שבתאי'שער תורה, ווי עס ווערט קלאר דאקומענטירט אין די כתבים פון נתן העזתי.

צו באגלויבט מאכן זיין טענה אז אלע ווערטער זענען אלטע "שמות קדושים", פילט ר' יהונתן אן זיין פירוש מיט מראי מקומות צו הייליגע ספרים. אבער א שנעלע איבערבליק ווייזט אז זיי זענען פאלש. ער טענה'ט אז דער "שם" בבאא (וואס די יעב"ץ'ס זייט זאגט איז טייל פון "שבתי") איז א באקאנטער שם פון ספר רזיאל און ספר תולדות אדם. דער מציאות איבער איז אנדערש. ווען מען קוקט נאך די בלעטער וואס ער ציטירט, טרעפט מען אין תולדות אדם נאר אומפארשטענדליכע אותיות ("אהבבא באז...") אין אן אנדער קמיע. און אין ספר רזיאל האט ר' יהונתן פשוט גענומען צוויי באזונדערע גרופעס אותיות "אא" און "בב" פון א שורה און זיי צוגעקלעבט, טענה'נדיג אז דאס איז זיין שם.


ענדגילטיגער אויספיר​

מיר שטייען מיט אן אומפארמעגליכער מציאות. מיר האבן א קמיע וואס דער מחבר איז מודה אז ער האט געשריבן, און איר נוסח איז באשטעטיגט דורך זיינע אייגענע פארטיידיגער ווי קארל אנטאן. מיר האבן צוויי פירושים וואס מיר קענען פארגלייכן.

איין פירוש – דער שבתאי'שער – איז פשוט, קלאר, גראמאטיש, און פליסיג. עס לייענט זיך ווי אן אפענע תפילה צו "מלכא משיחא שבתי צבי". דער צווייטער פירוש – דער "כשר'ער" פון ר' יהונתן אליינס – איז קאמפליצירט, אומלאגיש, און איז דעמאנסטרירבאר פאלש. ער איז געבויט אויף פאלשע מראי מקומות, לייקענט אפ קלארע פאקטן ווי דער א"ל ב"ם צופן ביי חם שעזו, און שטעלט אהער אפיקורסישע יסודות ווי דער "תיקון חטא" אונטער'ן מאנטל פון "סודות" וואס גייען ארויף אויף יעקב אבינו.

דער "כשר'ער" פירוש איז נישט געווען קיין פירוש; עס איז געווען א דורכזיכטיגער פרואוו צו באהאלטן דעם אמת וואס שרייט ארויס פון די שורות: א קלארע, אומצוויידייטיגע אמונה אין "משיח בן דוד שבתי צבי המלך אמת."
די פינף קמיעות וואס מ'האט באשטעטיגט אין מעץ האט דאך ר' יהונתן אויך מודה געווען אז ער האט געשריבן (אזוי האב איך פארשטאנען פון די ערשטע ארטיקל אין דעם שנירל)

און דארט האט ער אפי' נישט פראבירט צו פארענטפערן די ערשטע פיר - וואס שטייט אויך קלאר וכו'

סא וואס איז די חידוש פון די יעצטיגע?
 
די פינף קמיעות וואס מ'האט באשטעטיגט אין מעץ האט דאך ר' יהונתן אויך מודה געווען אז ער האט געשריבן (אזוי האב איך פארשטאנען פון די ערשטע ארטיקל אין דעם שנירל)

און דארט האט ער אפי' נישט פראבירט צו פארענטפערן די ערשטע פיר - וואס שטייט אויך קלאר וכו'

סא וואס איז די חידוש פון די יעצטיגע?
1) ער האט מודה געווען מיט א האלבע מויל, ער האט גע'טענה'ט אז מ'האט פארדרייט אותיות און נישט געזאגט פונקטליך וואס. דא האט ער אבער פונקטליך געזאגט וואס ער האט געשריבן
2) דארט האט ער נישט געגעבן זיין הסבר מ'זאל קענען זעהן צו עס מאכט סענס, אבער דא קען מען זעהן אז זיינע פירושים זענען אריינגעלערנט און נישט די ארגינעלע כוונה
 
נתגלה לי סוד בחלום הלילה שר' יונתן איבשיץ סבר שהוא גלגול של שבתי צבי

ושמא קא גרים:

יונתן איבשיץ
אתוון אני שבתי צבי ודו"ק. והא פלאי, ואין מגלין סוד זה אלא לצנועים וליודעי חן.

אגב, בנו בנימין היה שבתאי.
 
Back
Top