איז אסור צו טראגן א שייטל?

קרעפל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 22, 2024
מעסעדזשעס
105
רעאקציע ראטע
354
פונקטן
63
יא אסור אדער נישט?
 
אלס אויס זעהן ווי עכטע האר איז עס א פראבלעם?
 
א שייטל - פאה נכרית ווי ס'ווערט גערופן אין לשה''ק
איז שוין א פריעדיגע מחלוקת, צווישען די באר שבע וואס אסר'ט (ער האלט א ס'האט די זעלבע דין ווי אייגענע האר) מיט די שלטי גיבורים וואס איז מתיר (ער האלט אז ס'איז בכלל נישט די זעלבע דין ווי די אייגענע האר, אפי' ס'איז אמת'ע האר - אפי' ס'איז די פרוי'ס האר נאר אפגעשניטן)

למעשה אין שו''ע נעמט די רמ''א אהן להתיר, אזוי ווי די שלטי גיבורים
און אזוי פסק'נט די מגן אברהם (און ענדיגט אז דברי באר שבע זענען דחוים)
און אזוי פסק'נט די פרמ''ג און די שלחן ערוך התניא (הרב - ווי אנדערע רופן עס)

לפי כל הני מתירים, אפילו ס'זעהט אויס ווי דיינע אייגענע האר איז אויך מותר
 
מענין לענין

שטייט אין די וואכעדיגע סדרא אז א געפאנגענע גוי'אישע פרוי זאל מען אפּגאלען איהר האָר פון קאפ און נאך אומבאטאמטע זאכן.

וואו מפרשים זאגן טוהט מען דאס כדי איהר צו פארמיסען און מנבל זיין.
 
לעצט רעדאגירט:
מענין לענין

די וואך אין די סדרא שטייט אז א געפאנגענע גוי'אישע פרוי זאל מען אפּגאלען איהר האָר פון קאפ און נאך אומבאטאמטע זאכן.

וואו מפרשים זאגן טוהט מען דאס כדי איהר צו פארמיסען און מנבל זיין.
גייסט שוין אריין אין די ענין פון שערן ביי פרויען

א זאך וואס האט נישט קיין שום מקור להלכה
 
די וואס האלטן ס'איז אסור, איז עס משום אנרייצן מענער?
 
גייט אריין אין די איסור פון שער באשה ערוה
אז האר פון א פרוי איז אסור
נאר ביי עכטע האר פארשטייט זיך, די אוסרים אויף פאלשע האר אסר'ען מיין איך אלץ מראית עין, עס איז דא א תשובה פון די מהר"ץ חיות איבער דעם, איך טרעף עס נישט יעצט.
 
איך פרעזענליך זעה באמת נישט קיין חילוק צווישן האר און א שייטל..
וואס איז די דעת המתירים?
וואס איז א חילוק ווי אזוי דו זעסט? למעשה איז עס א פרעמדע זאך וואס דו לייגסט ארויף און נישט פון דעם האט מען גערעדט ביי די הלכה פון שער באשה ערוה.
(ווי אזוי עס קוקט אויס קען מען רעדן ביי הל' צניעות)
 
וואס איז א חילוק ווי אזוי דו זעסט? למעשה איז עס א פרעמדע זאך וואס דו לייגסט ארויף און נישט פון דעם האט מען גערעדט ביי די הלכה פון שער באשה ערוה.
(ווי אזוי עס קוקט אויס קען מען רעדן ביי הל' צניעות)
נא! פון די איינגערינגלטע ווערטער דיינע רעד איך!
 
נא! פון די איינגערינגלטע ווערטער דיינע רעד איך!
דער דיון אין הלכה איז נישט דאס, עס איז אן עקסטרע שאלה, געווענטליך אויב דער סדר איז צו גיין אויף א געוויסע אופן הייסט עס נישט אנטקעגן צניעות, אזוי ווי האר ביי פניות.
 
מענין לענין

די וואך אין די סדרא שטייט אז א געפאנגענע גוי'אישע פרוי זאל מען אפּגאלען איהר האָר פון קאפ און נאך אומבאטאמטע זאכן.

וואו מפרשים זאגן טוהט מען דאס כדי איהר צו פארמיסען און מנבל זיין.
עכט קומט מיר צו וויינען אבער כ'האב דיר נאר געגעבן א האהא כדי לערבב השטן און כדי צו פריילעך זיין אין חודש אלול
 
די גאנצע זאך פון אנטוהן שייטלעך האט זיך אנגעהויבן (אין מיינע אויגן) ווען מ'האט פארדרייט די יוצרית און אנגעהויבן שערן די האר.
איינמאל מ'האט נישט קיין האר מיט וואס באדעקט מען דעם קאפ?
 
Back
Top