וואס מען דארף חושש אז עס איז נגע,
איז דען דארט דא א נגע , און אויב יא , איז מען
דען דן היינט צוטאג דיני נגעים ?
עס איז נאר דרוש וקבל שכר ,
אז איינער האט א מכה אויף זיין גוף , גייט מען
צו א כהן פאר הסגר , אדער מען גייט צו א דאקטאר
פאר א רפואה ?
ביז ווי לאנג דער כהן מיוחס זאגט נישט טמא
איז דאך טהור .
קען מען שוין ענדערש חייש זיין ,אפשר איז ער א זב
וואס ער איז אסור אויף הר הבית
אויך קען מען חייש זיין , אויף טומאת קרי , און
אפילו מען טובל׳ט זיך קודם , איז שייך ביי יונגע
מענטשן נתעורר צו ווערן גאנץ פלוצלינג , דורך א
הרהור , אדער פון א ראייה ,צו קומען צו א קישוי
אבר , און עס ווערט א ראייה פון א טיפת קרי
און ער איז אסור צו זיין אויף הר הבית ,
ביי א פרוי איז דא דער חשש פון פולטת , ביז 6 עונות פון תשמיש , און אויב א נדה איז דאך אוודאי
נישט אהקעי ,
ביי אן עלטערן מאן , וואס טובל׳ט זיך קודם , איז על פי עיקר הלכה מותר צוגיין אויפן הר הבית
מען דארף אבער וויסען , ווי עס הייבט זיך אהן די
עזרה , ווייל דארט דארף מען ,די טהרה פון אפר פרה ,לויט שיטת הרמב״ם .