איז טאקע אסור ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית?

דאס טאוול איז עובר אויפן איסור פון בל תוסיף (קריגט זיך מיט א קלארע משנה און בפירושע רמב"ם)
און איז אויך עובר אויף לפני עיוור לא תתן מכשול - ווייל מענטשן מיינען אז די רבנות מעג עובר זיין אויף בל תוסיף

ס'איז כאילו מען זאל ווען זאגן אסור לפי דין תורה לכל אדם להנשא לאשה מפאת קדושתה (איסור כרת נידה)
אנשטאט מען זאל שרייבן א ריכטיגע טאוול "מותר לאיש ישראל להיכנס לשטח הר הבית רק למקומות המותרים לטמאי מתים (מחנה לויה) אחרי טבילה במקוה ובנעלי עור, ורק לצורך מצוה (כיבוש, דרישת המקדש, תפלה וכדומה)" מאכט מען א חוכא וטלולא פון תורת משה
דאס איז געווען דער וועג וויאזוי הרב קוק זצ"ל האט געשריבן.
Kook66.jpg
 
דאס איז נישט, די עסקנים האבן אויף דעם אויך געלייגט א האנט און נישט געשריבן איעדעס ווארט כרצונו
הרב קוק זצ"ל האט געשריבן א לאנגע תשובה דערוועגן אין משפט כהן צ"ו ווי ער דערמאנט נישט דאס ווארט הר הבית אפילו איינמאל אויך נישט, ער רעדט נאר וועגן מקום המקדש (מחנה שכינה) וואס לגבי דעם זענען אלע מסכים אז טמאי מתים טארן דארט נישט אריינגיין.
 
נישט ממש אלע

שוין אין די רשאונים וואס זענען נישט מסכים
די ראב''ד און די מאירי
און אזוי איז די רדב''ז אויך מצרף להלכה
 
א שנעלע זוך אויף Google שפייט דעס אויס

הכניסה להר מותרת בימים א' עד ה', בתקופת שעון חורף בשעות 7:00–10:30 בבוקר ו־12:30–13:30 בצהריים. בתקופת שעון קיץ בשעות 7:00–11:00 בבוקר, ו־13:30 ל-14:30 בצהריים

ווי אויך דעי וועבזייטל האט אביסל אינפארמאציע
View: https://youtube.com/shorts/85DHDRwrKhw?feature=shared
 
ווי ווייט איך ווייס און פון אלס וואס מען האט נאכגעברענגט, זעהט מען אז די אלע איסורים זענען נאר א 'גדר' אז ס'זאל נישט נתחלל ווערן כבוד בית ה'

די איינציגסטע טעם לאיסור וואס כ'האב געהערט און עס האט מיך (האלבוועגס) צופרידן געשטעלט, איז פינעם חוקר 'אהרן קאהן' ער האט נאכגעזאגט, כ'געדענק נישט פון וועם, אז היות אונז קענען נישט די 'מראות נגעים' דארף מען חושש זיין אויב סיי וועלכע פלעק איז אפשר גאר א נגע...... אוקעי, כ'הער...
 
יעי! בוכאשעם מ'האט געפונען אן איסור.
 
יעי! בוכאשעם מ'האט געפונען אן איסור.
וואס מען דארף חושש אז עס איז נגע, איז דען דארט דא א נגע, און אויב יא, איז מען דען דן היינט צוטאג דיני נגעים? עס איז נאר דרוש וקבל שכר ,

אז איינער האט א מכה אויף זיין גוף, גייט מען צו א כהן פאר הסגר, אדער מען גייט צו א דאקטאר פאר א רפואה? ביז ווי לאנג דער כהן מיוחס זאגט נישט טמא איז דאך טהור.
קען מען שוין ענדערש חייש זיין, אפשר איז ער א זב וואס ער איז אסור אויף הר הבית
אויך קען מען חייש זיין אויף טומאת קרי, און אפילו מען טובל׳ט זיך קודם, איז שייך ביי יונגע מענטשן נתעורר צו ווערן גאנץ פלוצלינג, דורך א הרהור, אדער פון א ראייה, צו קומען צו א קישוי אבר, און עס ווערט א ראייה פון א טיפת קרי און ער איז אסור צו זיין אויף הר הבית,
ביי א פרוי איז דא דער חשש פון פולטת , ביז 6 עונות פון תשמיש , און אויב א נדה איז דאך אוודאי נישט אהקעי ,
ביי אן עלטערן מאן , וואס טובל׳ט זיך קודם , איז על פי עיקר הלכה מותר צוגיין אויפן הר הבית
מען דארף אבער וויסען , ווי עס הייבט זיך אהן די עזרה , ווייל דארט דארף מען די טהרה פון אפר פרה, לויט שיטת הרמב״ם.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
וואס מען דארף חושש אז עס איז נגע,
איז דען דארט דא א נגע , און אויב יא , איז מען
דען דן היינט צוטאג דיני נגעים ?
עס איז נאר דרוש וקבל שכר ,

אז איינער האט א מכה אויף זיין גוף , גייט מען
צו א כהן פאר הסגר , אדער מען גייט צו א דאקטאר
פאר א רפואה ?
ביז ווי לאנג דער כהן מיוחס זאגט נישט טמא
איז דאך טהור .
קען מען שוין ענדערש חייש זיין ,אפשר איז ער א זב
וואס ער איז אסור אויף הר הבית
אויך קען מען חייש זיין , אויף טומאת קרי , און
אפילו מען טובל׳ט זיך קודם , איז שייך ביי יונגע
מענטשן נתעורר צו ווערן גאנץ פלוצלינג , דורך א
הרהור , אדער פון א ראייה ,צו קומען צו א קישוי
אבר , און עס ווערט א ראייה פון א טיפת קרי
און ער איז אסור צו זיין אויף הר הבית ,
ביי א פרוי איז דא דער חשש פון פולטת , ביז 6 עונות פון תשמיש , און אויב א נדה איז דאך אוודאי
נישט אהקעי ,
ביי אן עלטערן מאן , וואס טובל׳ט זיך קודם , איז על פי עיקר הלכה מותר צוגיין אויפן הר הבית
מען דארף אבער וויסען , ווי עס הייבט זיך אהן די
עזרה , ווייל דארט דארף מען ,די טהרה פון אפר פרה ,לויט שיטת הרמב״ם .
אוי גלות גלות ווי גרויס ביסטו....
א גלות איד פענאמענע
 
איך האב נאר געשריבן די חשש, ווייל נאר אויף דעהם האב איך נישט געוויסט קיין תירוץ, אבער יעצט אז הרה"ג @ריבי ברענגט אז מ'ווערט נאר טמא ווען א כהן מיוחס זאגט, נו איז דאך שוין נישט געבליבן קיין חשש.....
נא, @חדשים, גיימיר??
 
Back
Top