איז אסור צו טראגן א שייטל?

די גאנצע זאך פון אנטוהן שייטלעך האט זיך אנגעהויבן (אין מיינע אויגן) ווען מ'האט פארדרייט די יוצרית און אנגעהויבן שערן די האר.
איינמאל מ'האט נישט קיין האר מיט וואס באדעקט מען דעם קאפ?
נישט ממש
אפי' פאר מ'האט אנגעהויבן שערן, האט מען נישט געטארט גיין ברבים, מיט די אייגענע האר, אויפגעדעקט

די מגן אברהם איז עס מתיר, און אין זיינע צייטן איז נאכנישט ערפינדן געווארן די זאך אז פרויען שערן זיך!
 
אמת
כ'מיין נאר צו זאגן אז ווען מ'פלעגט האבן די אייגענע האר פלעגט מען עס באדעקן מיט א טיכל און שוין.
איינמאל די האר איז אוועקגעפאלן איז די טיכל פארלוירן געווארן..
 
נישט ממש
אפי' פאר מ'האט אנגעהויבן שערן, האט מען נישט געטארט גיין ברבים, מיט די אייגענע האר, אויפגעדעקט

די מגן אברהם איז עס מתיר, און אין זיינע צייטן איז נאכנישט ערפינדן געווארן די זאך אז פרויען שערן זיך!
די גמרא נוצט עס פאר אן אלטערעניוו פאר אייגענע האר לויט איין דעה.
 
א. אין שטוב איז זיכער מותר, ק"ו פון גיין אויפגעדעקט

ב. אין גאס איז לויט א טייל פוסקים מותר לכתחילה,
און לויט א טייל פוסקים אסור

ג. סדא וואס האַלטן אז אפי לויט די פוסקים וואס האָבן געהאלטן אז ס׳איז אסור, איז נאָר פאר יענע צייטן וואס דעמאָלטס איז עס נישט געווען איינגעפירט, אבער היינט וואס יעדער גייט אזוי, וואָלטן זיי מתיר געװען.

ד. סווערט געברענגט אין די פוסקים אז צניעות ווענט זיך אין די מנהג המקום, אפי' לגבי קריאת שמע, אויב די מנהג איז זיך נישט צודעקן קען מען ליינען ק"ש

לסיכום היינט ווערן 95% פון כלל ישראל גייט מיט שייטלך איז זייער שווער צו זאגן אז ס'איז אסור, סיידן אויב מוואוינט אין קרית בבל וואס דארט קען זיין אז איסור צו גיין אויפגעדעקט די פּנים אהן א פארטשיילע.
 
לעצט רעדאגירט:
די גמרא נוצט עס פאר אן אלטערעניוו פאר אייגענע האר לויט איין דעה.
פארשטייט זיך אין די גמרא'ס צייטן איז נאך נישט געגאנגען מיט קיין שייטלעך טייטס ערבלעך neck lines שיך לאנגע קליידער נישט געווען מחיצה'ס אפילו נישט ביי חתונה'ס מען האט נאך צוגעהערט צו פרויען זינגען אין טאנצען כמבואר בגמרא ר יוחנן האט זיך געשפיעלט מיט בחור'טעס ביי די 🔞 כמבואר ביי כד הוינא טליא און ברוריה פלעגט האבן לאנגע שמועסן מיט די תלמידים פון ר מאיר זי פלעגט אפילו קלאפן די תלמידים ס'באמת געווען א קליפת השום פון די זאכן וואס מען האט היינט, פארשטייט זיך אז אכשר דרא, ס'וועט נאך קומען א צייט וואס אז אויב ס'וועט זיי צוויי נקבות און נישט קענען אדארך גיין וועט מען שיסן די נקבה(דאס האב איך געהערט פון אן אלטען ירושלימער ייד),
 
לעצט רעדאגירט:
וואס האלטן די מתירים אויף דעים?
רוב מאל זעהט מען יא א חילוק צווישן האר און א שייטל,
אגב די איסור איז נאר אין גאס , אין שטוב איז עס מותר אפי' פארנט פון אנדערע מענער, די סיבה פארוואס מדעקט איז צו איז צו געדענקען אז מ'איז פארהייראט, אויב די פרוי ווייס איז עס גענוג,

אגב פון די שווערסטע זאכן פאר א בעלת תשובה איז זיך צודעקן די האר אפי' מיט אן שייטל,
 
לעצט רעדאגירט:
א. אין שטוב איז זיכער מותר, ק"ו פון גיין אויפגעדעקט

ב. אין שטוב איז לויט א טייל פוסקים מותר לכתחילה,
און לויט א טייל פוסקים אסור

ג. סדא וואס האַלטן אז אפי לויט די פוסקים וואס האָבן געהאלטן אז ס׳איז אסור איז נאָר פאר יענע צייטן וואס דעמאָלטס איז עס נישט געווען איינגעפירט, אבער היינט וואס יעדער גייט אזוי, וואָלטן זיי מתיר געװען.

ד. סווערט געברענגט אין די פוסקים אז צניעות ווענט זיך אין די מנהג המקום, אפי' לגבי קריאת שמע, אויב די מנהג איז זיך נישט צודעקן קען מען ליינען ק"ש

לסיכום היינט ווערן 95% פון כלל ישראל גייט מיט שייטלך איז זייער שווער צו זאגן אז ס'איז אסור, סיידן אויב מוואוינט אין קרית בבל וואס דארט קען זיין אז איסור צו גיין אויפגעדעקט די פּנים אהן א פארטשיילע.
ס'רעכנט זיך לויט די שטייגער פון דעם מקום צו ס'הייסט א פארדעקטע פלאץ בעצם און דעס ווענט זיך נישט נאר לויט יידן דוקא, ווי אנדערע אחרונים זאגן היינט וואס דאס איז נארמאל מעג מען גיין מיט אייגענע האר, און אמתן אריין די שיעורים וואס די משנ"ב האט געגעבן דאס איז אויך לויט זיינע צייט אזוי ווי ער זאגט כהיום וואס מגייט נאר מיט זאקן וכו, אבער כהיום אנו זענען אלע שיעורים אסאך קלענער כמנהג אנשי מדינתו
 
א. אין שטוב איז זיכער מותר, ק"ו פון גיין אויפגעדעקט

ב. אין שטוב איז לויט א טייל פוסקים מותר לכתחילה,
און לויט א טייל פוסקים אסור

ג. סדא וואס האַלטן אז אפי לויט די פוסקים וואס האָבן געהאלטן אז ס׳איז אסור איז נאָר פאר יענע צייטן וואס דעמאָלטס איז עס נישט געווען איינגעפירט, אבער היינט וואס יעדער גייט אזוי, וואָלטן זיי מתיר געװען.

ד. סווערט געברענגט אין די פוסקים אז צניעות ווענט זיך אין די מנהג המקום, אפי' לגבי קריאת שמע, אויב די מנהג איז זיך נישט צודעקן קען מען ליינען ק"ש

לסיכום היינט ווערן 95% פון כלל ישראל גייט מיט שייטלך איז זייער שווער צו זאגן אז ס'איז אסור, סיידן אויב מוואוינט אין קרית בבל וואס דארט קען זיין אז איסור צו גיין אויפגעדעקט די פּנים אהן א פארטשיילע.
אין קרית יואל איז דא פרויען וואס גייען מיט'ן פנים פארדעקט?
 
נישט ממש
אפי' פאר מ'האט אנגעהויבן שערן, האט מען נישט געטארט גיין ברבים, מיט די אייגענע האר, אויפגעדעקט

די מגן אברהם איז עס מתיר, און אין זיינע צייטן איז נאכנישט ערפינדן געווארן די זאך אז פרויען שערן זיך!
באדעקן די האר אפילו לויט די גרעסטע מחמירים איז נישט מער פון דת יהודית, דהיינו א אידישע סטאנדארד און נישט קיין הלכה, די איינציגסטע פלאץ ווי ס׳איז א נ״מ איז א פרוי וואס גייט אויפען גאס מיט אויפגעדעקטע האר דארף די מאן איר נישט צאלן קיין כתובה וויבאלד זי שטעלט זיך נישט צי צי די אידישע סטאנדארט פון צניעות.
 
אן אינטרעסאנטע באמערקונג.
שייטלעך זענען מותר לויט די גדולי הפוסקים ווצב”ש רמ”א (נישט פריינד) מג”א פרמ”ג. רויט איז אסור לויטן רמ”א און אלע פוסקים. פארט אבער, פולע פרויען מיט שפיצלעך וועלן גיין מיט רויטע טיכלעך.
 
ווי שטייט אין רמ''א איבער רויט?
 
אלס לא ילבש
פארוואס איז עס אנדערש ווי הויזן ביי פרויען? פארהאן א רעק"א אין יו"ד אז אויב איז עס די סדר פאר (גויאישע) פרויען צו גיין מיט הויזן דאן איז נישטא דער איסור פון לא תלבש
 
Back
Top