יצחק לאווי, עדווארד פעסער און נעא-אריסטאטעליעניזם

דעבאטירער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אקט. 22, 2025
מעסעדזשעס
36
רעאקציע ראטע
285
פונקטן
53
א פאראדע.

הונדערטער סאלדאטן מארשירן צום גענויען טאקט. אלעמען'ס הענט און פוס הייבן זיך און לאנדן אין דער זעלבער שפליטער פון א סעקונדע, און אלע מאכן אקוראט די זעלבע באוועגונגען, פארעמענדיג אן אויג פארכאפנדע ספעקטאקל מיט סימעטרישע אויסשטעלונגען און מוסטערן.

די אנטאלאגישע פראגע וואס פרעגט זיך איז: צי איז דא א פאראדע דא, אדער בלויז הונדערטער סאלדאטן וואס מארשירן אינאיינעם? כ'מיין, אין וועלכע סאלדאט פונקטליך שטעקט "די פאראדע"?

איך פארשטיי אז "פאראדע" איז סך הכל א ווארט, און דאס איז גאר דאס ריכטיגע ווארט צו נוצן כדי צו באצייכענען וואס דא גייט פאר. די פראגע איז בלויז, צי איז פאראדע טאקע א בלויזע נוצליכע לינגוויסטישע געדאנק, אדער איז פארהאן דא אן אמת'ע פאראדע, וואס אפילו אויב לינגוויסטיש וואלט נישט עקזיסטירט קיין ווארט דערפאר, וואלט זי נאך אלס עקזיסטירט.

דער ענטפער צו דעם שאלה, קען ווארפן א ליכט אויף איינס פון די עלטסטע געדאנקען אין פילאזאפיע.

טייל פון די מאדערנע וועלט איז געקומען צום החלטה אז דער יקום באשטייט פון בלויז עמפירישע זאכענעס, וועלכע מען קען מיט די פינף חושים דערטאפן. די טעאריע לויטעט אז אלעס וואס איז פארהאן איז בלויז א ריזיגע געמיש פון אטאמען און פארשידענע כוחות וואס זענען אויסגעשטעלט אויף אלערליי אופנים, פארעמענדיג דערביי די פארשידענע סארט זאכן וואס מיר אבזערווירן אין דער בריאה.

אין אנדערע ווערטער, עקזיסטירט נישט קיין שום "פאראדע", און אויב זענען פארהאן אין אונזער לעקסיקאן ווערטער פאר מושגים ווי "הונט", "קאץ" אדער "מענטש", איז עס טאקע בלויז דאס. ווערטער. נישטא אין דער אמת'ער וועלט קיין עכטער "הונט", בלויז א הויפן אטאמען וואס זענען אויסגעשטעלט אין א געוויסע פארעם, אפערירן אויף א געוויסע אופן, און טוען געוויסע זאכן וואס מיר רעדנדע בריאים האבן אויסגעוועלט דאס צו רופן "הונט", אלס א נוצליכע קאטאגאריע פאר אונזערע אינטערעסן.

דער געדאנק הערט זיך היבש אינטואיטיוו פאר אן אנאליטישע פילאזאף, ביז ער דעמאנט זיך אינעם פאראדע. דארט איז אויך נישט דווקא פארהאן קיין עכטער פאראדע, בלויז א גרופע פון איינצלנע סאלדאטן וועלכע טוען געוויסע זאכן צוזאמען און דאס פארעמט עפעס וואס מיר מענטשן רופן פאראדע. אבער פארט איז דאס נישט גענוג.

אויב מיר ווילן פארשטיין וואס עס גייט באמת פאר אין קעניג'ס גארטן, זענען מיר יא געצוואונגען צו גיין א שטאפל טיפער ווי די בלויזע סאלדאטן, און פרעגן, פארוואס טאקע הייבן די סאלדאטן זייערע הענט און פוס אין דער זעלבער רגע, און דרייען זיך אויף די פארשידענע וועגן צו פארעמען די שיינע מוסטערן? דא מוז ליגן אן אלגעמיינעם צאמארבעט צווישן זיי, א פארשטאנד און הסכמה אויסצופירן א געוויסע אויפגאבע וועלכע איז ארויפגעלייגט געווארן אויף זיי. אנדערש וואלט זיי געשפאנט אויף אלע סארט וועגן חוץ פון א מארש, פונקט ווי די פוסגייער א גאס ארויפציר, וועלכע שפרייזן יעדערער אויף זיין וועג.

אויב מיר ווילן גיין נאך טיפער קענען מיר אפילו קריכן ביז'ן גענעראל צימער וואו די פאראדע איז אויסגעפלאנט געווארן, און פון דארט צום אייגנטליכן תכלית פונעם פאראדע, וועלכע איז לכאורה צו באערן א חושב'ע גאסט אדער געשעעניש.

מיר מוזן אבער אפילו נישט קריכן אזוי ווייט, איידער מיר קומען צום מסקנא אז אפילו אויב מיר וועלן סוקסעספול ארויסשניידן דעם אנטאלאגישן "פאראדע" פונעם בילד, וועלן מיר פארט נישט קענען פארמיידן דעם פאקט אז דא מוז ליגן עפעס מער ווי בלויז סאלדאטן וואס דרייען זיך אין א רונד.

צוריק צו אונזערע הונט-אטאמען, קענען מיר שוין יעצט פארשטיין צוליב וואס עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן פרובירט אריינצולייגן "עסענץ", "סובסטאנץ", "טעלעאלאגיע" און "צורה" אין יעדע פיזישע זאך, כאטש וואס א חכם וואלט געהאלטן אז הונט און פאראדע זענען נישט קיין עכטע זאכן אין דער פיזישער וועלט, בלויז ווערטער.

אין די לעצטע יארן האט טאקע דער פילאזאף און טעאלאג עדווארד פעסער באנייעט דעם אריסטאטעליען באגריף פון די פערטע סיבה (Final Cause). פעסער, פונקט ווי אריסטו, טענה'ט אז יעדע זאך אין דער וועלט - פון אן אטאם ביז א מענטש - האט אן אינערליכע ריכטונג אדער ציל.

אבער בעת פעסער פרובירט צו צעטיילן די וועלט אין באזונדערע מהות'ן: אן עפל האט א ציל צו וואקסן, און די לבנה האט א ציל צו פליען, האט פארגעשריטענע וויסנשאפט פון ניוטאן ביז איינשטיין געוויזן דאס פארקערטע: אחדות הבריאה.

דער עפל וואס פאלט און די לבנה וואס דרייט זיך פאלגן נאך די זעלבע איינצלנע מאטעמאטישע פארמולע פון גראוויטעט און תנועה. אויב די געזעצן זענען די זעלבע, פארוואס ערפינדן באזונדערע צילן פאר יעדע זאך? עס איז אסאך מער לאגיש צו זאגן אז עס עקזיסטירט בלויז איין הויפט-טעלאס: די סטרוקטור פון די פיזישע געזעצן. אלעס אנדערש איז נאר אן אויסדרוק פון דעם איין זאך. אנדערש, וויאזוי ערקלערט מען דעם פאקט אז סיי דער עפל און סיי די לבנה האבן באשלאסן נאכצופאלגן די זעלבע כללים?

אלזא, איך קוק מיך ארום אין טיער גארטן, און זע ווי אין איין ווינקל מארשירן א גרופע אטאמען וועלכע פארעמען א הונט. אין א צווייטע ווינקל, מארשירן א צווייטע גרופע אטאמען און פארעמען א קאץ. וועסטו זאגן אז דאס זענען צוויי באזונדערע פאראדעס פאר צוויי באזונדערע קעניגן? איז וויאזוי פארענטפערסטו דעם פאקט אז זייער גאנג שיינט נאכצופאלגן די זעלבע קאמפליצירטע מאטעמאטישע כללים?

מיר טרעפן זיך מיט א פירכא אויף אריסטו און זיינע עסענצן. אויב עסענץ, אויב פאראדע, זע איך נישט מער ווי איין גרויסע עסענץ אויף דער גאנצער בריאה, נישט באזונדערע פאר הונט און קאץ!?

וועסט אוודאי ענטפערן אז הא גופא, אויב ביידע פאלגן נאך די זעלבע כללים, וויאזוי זענען זיי אזוי אנדערש איינס פונעם צווייטן? וועסט דאס נוצן אלס באווייז אז עסענץ איז דאס וואס נעמט די זעלבע אטאמען און פארוונאדלט זיי אין באזונדערע באשעפענישן.

מען קען אבער צוריק'טענה'ן אז דאס איז נישט מער ווי אן אילוזיע. די אונטערשיידן צווישן א שטיין, א בוים, א הונט, א קאץ און א מענטש זענען נישט אינערליכע מהות'ן, נאר פשוט אנדערע קאנפיגוראציעס (צונויפשטעלונגען) פון די זעלבע יסודות.

פונקט ווי די זעלבע הונדערט לעגא שטיקלעך קענען ווערן א שיף אדער א טורעם, און קיינער וועט נישט זאגן אז "די שיף" האט פלוצלונג באקומען א נייע נשמה אדער א נייעם טעלאס, אזוי אויך זענען די טויזנטער מינים אין נאטור בלויז אנדערע אויסשטעלונגען פון די זעלבע אטאמען וואס פאלגן די זעלבע געמיינזאמע געזעצן.

אבער פון דער אנדערער זייט, אויב עס איז באמת נאר דא איין טעלאס (די געזעצן פון פיזיקס), פרעגט פעסער א פשוט'ע פראגע: וואו פונקטליך עקזיסטירן די געזעצן?

אויב די געזעצן זענען נישט "אין" די אטאמען אליין אלס אן אינערליכע נטיה וואס זיי פארמאגן, דאן מוז זיין א פלאטאנישע רעאליטעט וואס שוועבט אינדרויסן פון דער וועלט און צווינגט מאטעריע זיך צו פירן אויף דעם וועג.

כ'בין שוין צעמישט…

מיין הארץ באגערט, מיין נשמה גארט, זיך אנצושליסן אינעם פאראדע וואו אריסטו איז דער גענעראל און עדווארד פעסער מיט יצחק לאווי מארשירן צום טאקט פון פארצייטישע סקאלאסטישע מוזיק, געשפילט דורך די קירכע גלאקן פון אוגאסטין און אקוויינעס. אבער פון דער זייט שטייען ניוטאן, דעקארט, הום און ראסל, מיט איבערצייגנדע טעאריעס וועלכע שרייען פילפאכיג איבער די מוזיק.
 
אפשר ביסטו מסביר דעם קעפל?

דו ליינסט לעצטנס עדווארד'ס ביכער?

ווי אויך איז ניוטאן געווען רעליגיעז, איז שווער איהם צו צושטעלן למשל צו ראסל.
 
נישט אלעס איז רעליגיע. כ'רעד פון מעטאפיזיק בכלליות.
יצחק לאווי האט צוגעצייכנט צו עדווארד'ס בוך "אריסטאטעל'ס נקמה" אין זיין כל התורה כולו רמב"ם וואצעפ גרופע, האב איך מיך אריינגעטוהן דערין.
 
1. זייער שיין געשריבן, יישר כח
2. איז די 'פאראדע' דילעמע די זעלבע ווי די 'הויפן' דילעמע (ווען פונקטליך ווערן איינצעלנע ווייצלעך צו אן הויפן) אדער פארזע איך עפעס? אפשר האט עס צו טון מיט 'פעולות' נישט סתם זאכענעס?!
3. מוזיק איז געמאכט פאר א רואיגע מינוט, אוועקצוגיין פון די הו-הא און פון די קולות. סוף כל סוף לעבן מיר אינעם נויז.. אזוי מיין איך.

דאס איז אלץ געשריבן פאר איך האב מעיין געווען אין דיינע ווערטער. נאר געליינט מקופיא דערווייל.
 
איך הייב אן מיט'ן באמערקן אז בעצם איז די פאראדע די זעלבע ווי דער הויפן, נעמליך, א גרופע פון זאכן וואס מיר מענטשן האבן באשלאסן צוליב פראגמאטישע סיבות צו שענקען א נייע נאמען, אבער אן קיין אריסטאטעליען אנטאלאגישע שיכט דערין.

אבער דערנאך גיי איך אריין אין א חקירה צי ביים פאראדע מוז מען טאקע יא צוקומען צו עפעס טעלעאלאגיש וואס מאכט די סאלדאטן זיין איניינעם ענדערש ווי אפגעטיילט
 
אז מען טוט זיך אריין אין די חקירה זעהט מען, אז רבי ישמעאל האט צו דעם מכוון געוועהן אין זיינע שלוש עשרה מדות,ווען ער זאגט מכלל שהוא צריך לפרט.
ופרט שצריך לכלל, אין תלמוד איז דא די לשון - אין בכלל
אלא מה שבפרט , דער מהר״ל האט אן אריכות אין די חקירה .
דער מהר״ל האלט פאר א יסוד אז אלעס הייבט זיך אהן מיט א פלאן דאס איז דער כלל,און פונדרארט יפרד
לכמה ראשים ופרטים, ער גייט מיט חומר צורה פועל
פועל איז דער כלל גדול נאכדעם חומר שוין פרטיות און דערנאך צורה אלע ברואים למיניהם.
 
לעצט רעדאגירט:
פילאזאפישע שמועסן איבער דעם מושג "מעגליכקייט" הייבן זיך געווענליך אן מיט סטעיטמענטס וואס זעען אויס גאנץ אומשולדיג: "דער טיש קען זיך רוקן", "דער חפץ וואלט געקענט ליגן ערגעץ אנדערש", אדער "זאכן וואלטן געקענט פאסירן אנדערש". אויפ'ן ערשטן בליק זענען די סטעיטמענטס אזוי פשוט און זעלבסט-פארשטענדליך, אז עס איז כמעט נאריש זיי אפילו צו דיסקוטירן. אבער ווען מען קוקט אריין טיפער, שווימט ארויף א שווערע קשיא: וואס מיינען מיר באמת צו זאגן, ווען מיר זאגן אז עפעס "קען" זיין אנדערש?

לאמיר נעמען א פשוט'ע משל.

א טיש שטייט אין א צימער. יעצט, אין דעם מאמענט, געפינט ער זיך פונקטליך וואו ער איז. קיינער רירט אים נישט אן, און גארנישט אפעקטירט אים נישט. אויב אזוי, וואס מאכט די סטעיטמענט "דער טיש קען זיין ערגעץ אנדערש" פאר אן אמת? דער טיש געפינט זיך דאך נישט ערגעץ אנדערש, און ער האלט אויך נישט אינמיטן זיך רוקן.

זיך אנצוכאפן אין צוקונפטיגע פאסירונגען - למשל אז "עמיצער וועט אים אפשר באלד רוקן" - פארענטפערט נישט די קשיא, ווייל יענע פאסירונגען געשעען דאך נישט 'יעצט'. דער כח הדמיון העלפט דא אויך נישט; בלויז דאס וואס מען קען זיך "אויסמאלן" דעם טיש זיך געפינען אין א צווייטן פלאץ, מאכט עס נאכנישט פאר אן אמת'ע מעגליכקייט אין דער מציאות.

אלזא, דאס ווארט "קען" באציט זיך אויבנאויף צו עפעס אן עכטע זאך, אבער גארנישט אין דעם יעצטיגן מצב זעט נישט אויס צו האבן א שייכות דערצו.

אין איין ווארט: וואס מאכט דעם סעיטמענט "די טיש קען זיך רוקן" פאר אן אמת, יעצט, דא, שוין.

לאמיר זען צי מיר קענען עס פארענטפערן מיט אריסטאטעל'ס מעטאפיזיקס איבער כוח און פועל, פאטענציאל און אקטועל.

אריסטו'ס שיטה איז געווען, אז די רעאליטעט באשטייט נישט בלויז פון וואס עס עקזיסטירט "יעצט למעשה". חוץ פון די "בפועל" מצבים - דאס וואס זאכן זענען פאקטיש יעצט - זענען אויך דא אמת'ע "בכח" מעגליכקייטן: וועגן וויאזוי זאכן קענען זיין, וואס זענען געבויט אויף זייער עצם טבע. דער טיש געפינט זיך טאקע "בפועל" דא, אבער ער פארמאגט אין זיך דעם "כח" צו זיין ערגעץ אנדערש. דער דאזיגער כח איז נישט קיין צוקונפטיגע פאסירונג, און אויך נישט סתם א מחשבה; עס איז א פאקטישע אייגנשאפט פונעם טיש אזוי ווי ער עקזיסטירט יעצט אין דעם מאמענט.

אריסטו האט דאס נישט געזאגט צו פארענטפערן אונזער קשיא. ער האט געהאט אנדערע פראבלעמען צו פארענטפערן, בעיקר דער פראבלעם וויאזוי שינוי איז בכלל מעגליך.

לויט אריסטו, ווען א טיש רוקט זיך, איז עס נישט קיין שפרינג פון "גארנישט" צו א נייעם מצב; נאר ענדערש, א "כח" וואס איז פריער געלעגן באהאלטן ווערט יעצט אויסגעפירט "מכח אל הפועל". דער "כח" דינט אלס א מציאות'דיגער בריק צווישן דאס וואס עקזיסטירט יעצט און דאס וואס עס קען ווערן אין די צוקונפט. אריסטו טענה'ט, אז אן דעם וואלט יעדע טוישונג געווען א רעטעניש - עס וואלט נישט געווען קיין שום הסבר וויאזוי א זאך קען פלוצלינג ווערן עפעס וואס זי איז יעצט נישט.

דער דאזיגער תירוץ - ווען מען נוצט עס צו פארענטפערן אונזער ערשטע פראבלעם לגבי "מעגליכקייטן", ברענגט אבער מיט זיך א געוויסע חשד. עס זעט אויס ווי מען האט בלויז איבערגעזאגט די קשיא מיט אנדערע ווערטער אנשטאט עס באמת צו לייזן.

צו זאגן אז דער טיש קען זיך רוקן "ווייל ער האט א כח צו זיך רוקן", שפירט זיך ווי א קאץ וואס בייסט זיך דעם אייגענעם עק: מען פראבירט מסביר צו זיין "מעגליכקייט" דורך ערפינדן נייע חפצים. אנשטאט קלאר צו מאכן וואס דאס ווארט "קען" מיינט, פארוואנדלט די טעאריע עס פשוט אין א חפץ - מען האט גענומען א זאץ פון אונזער שפראך, עס געמאכט פאר א טייל פון דער וועלט, און דערמיט האפט מען אז עס וועט ווערן פארענטפערט. עס ארבעט אבער נישט. וואס גענוי איז פאטענציאל?

***

די פריע מאדערנע פילאזאפיע, ספעציעל מיט'ן אויפשטייג פון דעם מעכאנישן בליק אויף דער וועלט, האט גאר שארף רעאגירט קעגן דעם אריסטאטעליען מהלך. דענקער ווי רענע דעקארט און טאמעס האבס האבן אינגאנצן אפגעווארפן דעם געדאנק אז חפצים פארמאגן אין זיך באהאלטענע כוחות.

לויט זיי, באשטייט רעאליטעט בלויז פון "אייגנטליכע מאטעריע אין באוועגונג". חפצים האבן קלארע אייגנשאפטן - מאס, צורה, און פאזיציע - און יעדע טוישונג איז גארנישט מער ווי א נייע קאנפיגוראציע פון די דאזיגע אייגנשאפטן לויט די געזעצן פון נאטור.

לויט דעם דאזיגן מהלך ווערן אלע סטעיטמענטס איבער וואס עס "קען" פאסירן איבערגעטייטש אויף א פרישן אופן. אנשטאט צו זאגן אז דער טיש פארמאגט אין זיך א פאטענציאל זיך צו רוקן, זאגט מען אזוי: אויב געוויסע באדינגונגען וועלן זיך אויסשטעלן - צום ביישפיל, אויב מען וועט צולייגן א קראפט פון ענערגיע צו דעם טיש - דאן, לויט די נאטורליכע געזעצן, וועט דער טיש זיך רוקן. די נאטורליכע געזעצן וועלכע עקזיסטירן יעצט, דא, שוין.

"מעגליכקייט" איז מער נישט קיין אייגנשאפט וואס ליגט אינעווייניג אין דעם חפץ; עס ווערט אויסגעדריקט דורך "אויב-דאן" זאצן (Conditional statements) וואס ווערן געפירט דורך די געזעצן פון נאטור.

אויפ'ן ערשטן בליק זעט דאס אויס ווי א געוואלדיגע פארבעסערונג. די בלאסע און אומקלארע שפראך פון "פאטענציאל" ווערט ערזעצט מיט קלארע, פונקטליכע באריכטן פון געזעצן. גאנץ מעטאפיזיקס ווערט אזוי ארום פיל מער פשוט און דאר: מען דארף מער נישט טענה'ן אז עס עקזיסטירן "באהאלטענע מצבים" וואס זענען נאכנישט אויסגעפירט געווארן. אלעס איז באזירט אויף וואס איז "בפועל" (Actual) דא, און אויף די געזעצן וואס לייגן אראפ וויאזוי די דאזיגע מצבים אנטוויקלען זיך.

דא שווימט אבער ארויף א נייע קשיא: וואס איז דער מציאות'דיגער סטאטוס פון די דאזיגע "געזעצן"?

אויב מיר באטראכטן די געזעצן פון נאטור אלס אן אמת'ע זאך וואס עקזיסטירט אין דער וועלט – אזוי ווי מען טוט טאקע געווענליך אין דער וויסנשאפטליכער וועלט – דאן קומט אויס אז זיי אליין טראגן אין זיך דעם זעלבן "כח המעגליכקייט" וואס מיר האבן פריער צוגענומען פון די חפצים. א געזעץ טוט דאך נישט בלויז באשרייבן וואס עס פאסירט "יעצט למעשה"; עס זאגט אונז וואס וואלט פאסירט אונטער געוויסע באדינגונגען. עס האלט אין זיך א גאנצע סיסטעם פון מעגליכקייטן: "אויב דאס וואלט געווען דער פאל, דאן וואלט יענס נאכגעפאלגט". אין אנדערע ווערטער, די געזעצן אליין דינען יעצט אלס דער קאמער וואו אלע "קען" און "וואלט" ליגן באהאלטן.

דאס ברענגט מיט זיך די זארג, אז די גאנצע מעכאניסטישע שיטה פון מעטאפיזיקס האט נישט באוויזן באמת פטור צו ווערן פון דעם מושג פון "מעגליכקייט", נאר עס פשוט אריבערגעפירט צו א צווייטן פלאץ. אנשטאט צו זאגן אז דער טיש פארמאגט דעם "כח" צו זיך רוקן, זאגן מיר יעצט אז די נאטורליכע געזעצן זענען אז ער "וואלט" זיך גערוקט אונטער געוויסע תנאים. אבער דער יסוד איז געבליבן דער זעלבער: דער יעצטיגער מצב איז פארבונדן מיט אנדערע מעגליכע רעזולטאטן. דאס ווארט "קען" איז נישט נעלם געווארן – עס איז בלויז אריבערגעשיקט געווארן פונעם חפץ צו די געזעצן.

איין וועג וויאזוי צו ענטפערן דערויף, וואס ווערט צוגעשריבן צו דעיוויד יום, איז אינגאנצן צו לייקענען אז געזעצן זענען בכלל עפעס אן עכטע זאך. לויט דעם בליק, עקזיסטירן בלויז פאקטישע פאסירונגען און די מוסטערן וואס זיי ווייזן ארויס.

"געזעצן" זענען גארנישט מער ווי א שילדערונג פון זאכן וואס פאסירן כסדר, און אלעס וואס מיר זאגן איבער וואס עס "וואלט" פאסירט, זענען בלויז אונזערע אייגענע געוואוינהייטן און ערווארטונגען, נישט קיין עכטע זאכן אין דער מציאות.

דאס היט אונז טאקע אפ פון אריינברענגען "מעגליכקייטן" דורך א הינטערשטע טיר – אבער בלויז דורך דעם וואס מען הרג'עט עס אינגאנצן אפ. עס איז מער נישטא קיין שום פאקטישע יסוד איבער וואס עס "קען" פאסירן, נאר בלויז איבער דעם וואס עס פאסירט "למעשה".

די דילעמע איז א שווערער: אדער נעמט מען אן עפעס ענליך צו אריסטו'ס פאטענציאל – אמת'ע מעגליכקייטן וואס ליגן באהאלטן אין די חפצים – אדער פירט מען אריין "געזעצן" וואס שפילן די זעלבע ראלע אויף א מער אלגעמיינעם אופן. די דריטע ברירה איז אויסצוליידיגן די וועלט פון יעדן פאטענציאל און בלייבן בלויז מיט דעם "פועל" (Pure Actuality), אבער דאס קומט מיט אן אומגעהויערע פרייז: מען מוז דערביי אויפגעבן יעדע ריכטיגע ערקלערונג איבער דעם מושג פון מעגליכקייט.

דער ארגינעלער פראבלעם קומט דעריבער צוריק ארויס אויפ'ן אויבערפלאך אין א נייעם פארעם. ווען מיר זאגן "דער טיש קען זיין ערגעץ אנדערש", זעט אויס ווי מיר זענען מחויב אנצונעמען עפעס מער ווי בלויז זיין יעצטיגן פלאץ. אבער, אפגעזען מיר לייגן דעם "מער" אינעם חפץ אליין (אלס א כח/Potentiality) אדער אינעם סטרוקטור פון דער נאטור (אלס געזעצן/Laws), האבן מיר נאכאלץ נישט באוויזן צו אנטלויפן פונעם באגריף פון "מעגליכקייט" (Modality) – מיר האבן בלויז געטוישט זיין אדרעס.

***

מען קען פראבירן צו לייזן די גאנצע שוועריגקייט דורך אננעמען א גאר אנדערע פארשטאנד איבער דעם עצם מושג פון "צייט".

לויט דעם בליק פון דעם "בלאק יוניווערס" איז רעאליטעט נישט עפעס וואס "פאסירט" און אנטוויקלט זיך רגע נאך רגע. אנשטאט, עקזיסטירן אלע צייטן - דאס עבר, דאס הוה, און דאס עתיד - אלע אינאיינעם מיט די זעלבע מאס פאקטישקייט. די וועלט איז ווי א ריזיגער פיר-דימענסיאנאלער סטרוקטור, וואו יעדע פאסירונג געפינט זיך שוין "דארט", יעדער זאך אויף איר באשטימטן ארט אינעם גרויסן מאפע פון צייט און רוים.

"דער טיש וואלט געקענט זיין ערגעץ אנדערש". לויטן "בלאק יוניווערס" מהלך, קען מען טייטשן דעם זאץ אויף א גאנץ נייעם אופן: עס מיינט נישט אז אין דעם יעצטיגן מאמענט פארמאגט דער טיש עפעס א באהאלטענעם "כח" צו זיין ערגעץ אנדערש, און עס באציט זיך אויך נישט צו סתם א פאנטאזירטע מעגליכקייט. עס מיינט פשוט אז עס עקזיסטירט א צווייטע צייט (אין א צווייטן טייל פונעם "בלאק") וואו דער טיש געפינט זיך טאקע בפועל ערגעץ אנדערש. דער טיש איז "דא" ביי איין שטיקל צייט, און ער איז "דארט" ביי א צווייטן שטיקל צייט.

לפי זה, ווערט דאס וואס מיר האבן פריער גערופן "מעגליכקייט" פשוט פארוואנדלט אין א פאקטישע מציאות - נאר נישט אין דעם יעצטיגן מאמענט. די נויט פאר מיסטעריעזע באהאלטענע כוחות פאלט אוועק.

דער פראבלעם איז בלויז, אז "בלאק יוניווערס", ווי מיר האבן אים געשילדערט, פארמאגט אין זיך בלויז איין איינציגע היסטאריע. יעדע פאסירונג דארט איז פעסטגעשטעלט און אייגעקריצט אין שטיין. דער טיש געפינט זיך פונקטליך וואו ער געפינט זיך ביי יעדע סעקונדע, און אין קיין אנדער פלאץ נישט. עס זענען נישטא קיין "אלטערנאטיווע צייט-ליניעס" אינעווייניג אין דעם בלאק - נאר די איינציגע, באשטימטע סטרוקטור וואס עקזיסטירט.

אלזא, כאטש דער "בלאק יוניווערס" קען אפשר ערקלערן דעם שינוי פון איין צייט צו א צווייטער, קען ער אבער נאכנישט ערקלערן דעם חילוק צווישן "וואס עס איז" און "וואס עס וואלט געקענט זיין" ווען מיר באטראכטן "היפאטעטישע" פאלן (Counterfactuals).

לאמיר זאגן אז קיינער רירט קיינמאל נישט אן דעם טיש; אין אזא פאל וועט דער "בלאק יוניווערס" פשוט ענטהאלטן א היסטאריע וואו דער טיש בלייבט פונקטליך אויף זיין ארט. אבער מיר ווילן דאך נאכאלץ קענען זאגן: "אויב עמיצער וואלט געשטופט דעם טיש, וואלט ער זיך גערוקט." דער דאזיגער זאץ רעדט נישט איבער א צווייטן מאמענט אין דעם זעלבן בלאק, נאר איבער וויאזוי זאכן וואלטן אויסגעזען אונטער באדינגונגען וואס זענען פאקטיש קיינמאל נישט געשען אין קיין איין פלאץ אין דעם בלאק.

די ארגינעלע קשיא צוריק אין א פרישן געשטאלט. אנשטאט צו פרעגן: "וואס מאכט עס פאר אמת אז דער טיש קען יעצט זיין ערגעץ אנדערש?", מוזן מיר יעצט פרעגן: "וואס מאכט עס פאר אמת אז דער גאנצער 'בלאק יוניווערס' וואלט געקענט זיין אנדערש?"

וואס עס איז אמאל געווען א פראגע איבער דעם צוקונפט פון א חפץ, איז יעצט געווארן א פראגע איבער אלטערנאטיווע גאנצע וועלטן און סטרוקטורן פון רעאליטעט.
 
מערערע תירוצים אויף א קושיא און מען בלייבט ביי די קושיא , מיין פראבלעם איז , אז איך פארשטיי נישט די קושיא , וואס באדערט מיך דער פאקט אז דער טיש ליגט דא אויף צפון און איך דמיון מיט מיין מחשבה אז עס קען וועהן ליגען אין דרום ? ילמדנו רבינו.
 
איך גיי דיר געבן צוויי סטעיטמענט, און דו זאג מיר וועלכע פון זיי איז אמת און וועלכע שקר.

"דער טיש קען גערוקט ווערן אויף צפון"

"דער טיש קען ארויפפליען צו די וואלקנס."

ביידע פון זיי קען איך פאנטאזירן, אבער בעת דער צווייטער איז שקר, איז דער ערשטער אמת.

אבער, וואס מאכט דעם ערשטן זיין אמת?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

ביידע זענען אמת
דער טיש קען גערוקט ווערן אויף צפון מיט כח גברא
דער טיש קען פליען צו די שמי מרום מיט אן אווירון
 
מִי יְמַלֵּל גְּבוּרוֹת הַיֵּשׁ, וּמִי יָבִין לְסוֹד הַנִּמְנָע?
הִנֵּה הַשֻּׁלְחָן נִצָּב עַל עָמְדוֹ, בְּמוֹשַׁב אֶבֶן וּבִגְבוּל חָקּוֹ;
וְיֹאמַר הַגֶּבֶר: "יָכוֹל הַחֵפֶץ לָנוּד מִמְּקוֹמוֹ, וְלוּ חָפַצְתִּי – וְהָיָה בְּאֶרֶץ אַחֶרֶת".

וְעַתָּה, שְׁאַל נָא וְיוֹרוּךָ: מַהִי הַיְכֹלֶת הַזֹּאת אֲשֶׁר בְּפִיךָ?
הַאִם עֵץ וְאָבֶן יִצְפְּנוּ בְּקִרְבָּם סוֹד חָבוּי, כֹּחַ טָמִיר אֲשֶׁר לֹא יֵרָאֶה?
כִּי יֹאמַר הֶחָכָם: "בְּעֶצֶם הַדָּבָר שָׁכַן הַכֹּחַ, כְּמַעְיָן חָתוּם הַמְבַקֵּשׁ לִפְרֹץ;
גַּם אִם יָנוּחַ הַחֵפֶץ – הַמְּעוֹף בּוֹ יִרְבַּץ, וְהַמַּעֲשֶׂה בְּתוֹכוֹ יַחֲלֹם".

אוֹ שֶׁמָּא רַק חֻקֵּי שָׁמַיִם וָאָרֶץ הֵמָּה הַדּוֹבְרִים בָּנוּ?
כִּי אִם יָבֹא הַמֵּנִיעַ – וְנָע הַמּוּנָע, וְאִם יֵעָדֵר הָרוּחַ – וְדָמַם הַמַּעֲשֶׂה;
וְכָל הָ"אֶפְשָׁר" אֵינוֹ אֶלָּא מִשְׁפָּט תָּלוּי, אִם יִהְיֶה כָּזֹאת – יִהְיֶה כָּזֹאת.
אַךְ הַחֹק, אֵיפֹה מְקוֹמוֹ? הַאִם בַּחֹמֶר הוּא יָצוּק, אוֹ שֶׁמָּא בְּרוּחַ בִּינָתֵנוּ הוּא נֶחְרָט?

וְאִם תֹּאמַר: "הַכֹּל כָּתוּב בְּסֵפֶר הַדּוֹרוֹת, וְהַזְּמָן כְּבַיִת אֶחָד יִכּוֹן",הַאִם יֵשׁ עוֹד מָקוֹם לַ"וְּאִלּוּ"?
הֵן הַמָּחָר כְּבָר נִצָּב בְּפֶתַח, וְהַמַּעֲשֶׂה אֲשֶׁר לֹא נַעֲשָׂה – מֵאַיִן יִמָּצֵא?
הַאִם בְּעוֹלָמוֹת רְחוֹקִים הוּא חַי, אוֹ רַק בְּעָנָן הַמַּחֲשָׁבָה הוּא דּוֹאֵה?

הֲבֵל הֲבָלִים, הַמְּצִיאוּת אֶחָד הִיא – אוֹ שֶׁמָּא רְבָבוֹת פָּנִים לָהּ בְּסוֹד הַמְּעוֹף?
עַד עוֹלָם יִשָּׁאֵר הַסָּפֵק: הַאִם הָ"אֶפְשָׁר" הוּא יְסוֹד הָעוֹלָם, אוֹ רַק צֵל נָטוּי בְּעֵין הָאָדָם?
 
Back
Top