הערליכע אויסגאבע! אזוי ווי שטענדיג.
@פעדער מיט זיין אינהאלטסרייכע און באלערנדע ארטיקל איבער די לוחות. די זון די לבנה וכו'.
העכסט אינטרעסאנטע באשרייבונג און מעשיות פונעם ר' זלמן לעווין, דורך הרה"ג ר' פינחס אליעזר דונער שליט"א
@שניאור ריבנר'ס באשרייבונג האלט איך נאך אינמיטן, ס'אבער גוט צאמגעווארפן חז"ל'ן און מדרשים, אז ס'גייט א רויעך.
@בן צרויה'ס 'נאטיצן פון אמעריקע', איז צוצוקושן. זייער געשמאק און אויפריכטיג.
@אפענער מיט זיין הערליכן ארטיקל איבער די פלאנעטן, זייער אינפארמאטיוו, און געשמאק צו ליינען. פיל מיט ידיעות
אפגערעדט די 'פארוואס די גענז האבן געשריגן', פון יצחק באשעוויס. זיס ווי צוקער
@אלפא'ס זלזול אין יעדע עסטאבלישד זאך איז דאך שוין ידוע מאז ומעולם, אבער צאמשטעלן די קרעטשניפער קוגל מיט די פארהייליגטע קאנסטוטציע, דאס דארף מען שוין קענען... אבער דער עיקר נישט פארגעסן:
אויב זענען מיר סייוויי איינגעשפארט אין א מעשה, זאל עס כאטש זיין א גוטע מעשה. און אויב א קוגל, זאל עס כאטש זיין געשמאק.
פחד'דיגע פאעמע דורך רבקה ל.
הרה"ג ר'
@יששכר כץ מיט א פרישקייט. כאטש צום סוף איז ער עס נישט מתיר, דאס אליין איז שוין אויך א חידוש.
און די פארזעצונג פון
@אפענער איבער די מיסטעריעזע קמיעות, איז די ערשטע זאך וואס מ'ליינט.
בקיצור, א פעסטן אינהאלטסרייכן געשמאקן אויסגאבע. א ריכטיגע שמחת יום טוב.
פארשטייט זיך א דאנק
@Reb Yid פאר עס ספאנסערן לע"נ הטהורה פונעם רבי'ן ז"ל, ס'איז זיכער א נייחא לנשמתו בעולם האמת. און א געוואלדיגן ייש"כ פאר די
@כוואליעס באהערדע, וואס שטעלן אונז צו אזעלכע זעלטענע ליין מאטריאל, פון ריין הויכן קאליבער, כראוי וכיאה לעם חכם ונבון.