זאגן ליגנט אויף א מוסדות אפליקאציע וועגן טעכנעלאגיע

מ'דארף מדייק זיין די לשון. "איז דא א laptop/computer ביי אייך אין שטוב?" די pourtch איז נישט אין שטוב.
מ'קען נאכמער מדייק זיין:

"איז דא א laptop/computer ביי אייך אין שטוב?"

ניין
ביי מיר אין שטוב איז דא לעפטאפ כ'פארמאג מער ווי איינס דעריבער איז אמת אז ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין לעפטאפ, ס'דא לעפטאפ'ס
 
די פארטש איז אויך זיינס. בעסער לייג עס אין דיין קאר און פארק דיין קאר ערגעצוואו אין מיטן שטאט און זיי מפקיר דיין קאר מיט אלע חפצים דערין און דאן שרייב אינטער און זיי עס צוריק קונה. אדער אז דו ווילסט קענסטו מיר מקנה זיין אלעס אדער געבן עס אלץ א מתנה ע"מ להחזיר🤣
מ'קען מפקיר זיין די שטוב וואו ס'געפינט זיך, אדער עס פארקויפן פאר'ן גוי
 
מ'קען מפקיר זיין די שטוב וואו ס'געפינט זיך, אדער עס פארקויפן פאר'ן גוי
נאך טיפער, ער האט דאך א מיגו אז ער וואלט עס געקענט מפקיר זיין, מילא אפילו ער איז עס נישט מפקיר איז ער יוצא. (כמו שמצינו אצל אתרוג של מעשר עני מיגו דיכול להפקיר נכסי והוי עני, אע״פ שלא הפקיר, יצא)
 
איך טו אלס אין אזעלכע סיטואציעס, אז איך לאז אויס א אות, צוויי, אין מיין אינטערשריפט, איך האב טאקע נישט אינטערגעשריבן אז איך האב נישט, ס'איז דאך א אנדערע נאמען...
 
מ'קען נאכמער מדייק זיין:

"איז דא א laptop/computer ביי אייך אין שטוב?"

ניין ביי מיר אין שטוב איז דא לעפטאפ כ'פארמאג מער ווי איינס דעריבער איז אמת אז ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין לעפטאפ, ס'דא לעפטאפ'ס
אויך איז דא אן עצה זיך צו איינהאנדלען א קראמבוק וואס איז נישט בכלל האיסור למהדרין מן המהדרין
 
נאך טיפער, ער האט דאך א מיגו אז ער וואלט עס געקענט מפקיר זיין, מילא אפילו ער איז עס נישט מפקיר איז ער יוצא. (כמו שמצינו אצל אתרוג של מעשר עני מיגו דיכול להפקיר נכסי והוי עני, אע״פ שלא הפקיר, יצא)
נאר דא גייט עס פארקערט, מיגו דהוי עשיר וואלט ער דאך אלעס געמעגט.
 
אויכעט קען מען לכאורה בעטן א חבר זאל אונטערשרייבן דיין נאמען אנשטאט דו זעלבסט :unsure: פאר'ן חבר איז עס נישט קיין ליגנט ווייל ער שרייבט נישט זיין אייגענע נאמען, און פאר דיר איז עס אודאי נישט קיין ליגנט ווארום דו האסט דאך נישט אונטערגעשריבן, ואין שליח לדבר עבירה
 
ר' שמואל ניימאן האט געזאגט איינמאל ביי קרבתני ווען מ'האט אים דאס געפרעגט, ער האט געענפטערט,
איך וועל ענטפערן אזוי ווי אלע דיינים ענפערן ווען מפרעגט זיי צו מ'מעג זאגן ליגענט פאר פאטסטעמס,
מ'מעג? מ'קען נישט זאגן אז מ'מעג!
סוי מ'טאר נישט? ניין מ'קען נישט זאגן אז מ'טאר נישט!
דאס איז די תירוץ!
 
אויכעט קען מען לכאורה בעטן א חבר זאל אונטערשרייבן דיין נאמען אנשטאט דו זעלבסט :unsure: פאר'ן חבר איז עס נישט קיין ליגנט ווייל ער שרייבט נישט זיין אייגענע נאמען, און פאר דיר איז עס אודאי נישט קיין ליגנט וווארום דו האסט דאך נישט אונטערגעשריבן, ואין שליח לדבר עבירה
אדער קען מען חתמ׳נען מיט די לינקע האנט אזוי איז עס א שינוי און עס איז נישט חל.
נאך א עצה איז צי האבן היפך כוונה מען חתמ׳ט שלא לשם חתימה.
 
חוץ מזה האלטן פילע פוסקים אז די גאנצע איסור פון זאגן ליגנט איז נאר ווען מ'זאגט עס כדי להוציא ממון מחבירו שלא ביושר, דא ביי די מוסדות איז פונקט פארקערט, זיי נעמען געלט פון דיר
 
מ'קען נאכמער מדייק זיין:

"איז דא א laptop/computer ביי אייך אין שטוב?"

ניין ביי מיר אין שטוב איז דא לעפטאפ כ'פארמאג מער ווי איינס דעריבער איז אמת אז ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין לעפטאפ, ס'דא לעפטאפ'ס
בכלל מאתיים מנה
 
די מוסדות זאגן קלאר אז זיי ווייסן אז מען שרייבט ליגנט. נאך מער, פילע פון די וועד האישור חברה פארמאגן אליינס געוויסע כלים... עס גייט זיי נישט אן אז דו שרייבסט ליגנט, דער עיקר זאלסט נישט זיין א אויבער-חכם און זיך ארומדרייען דערמיט ברבים און פארשעמען די הייליגע מוסדות. ווילאנג דו האסט עס ביי דיר אונטער'ן דאכענע אדער אין שאפע גייט זיי עס גאנץ ווייניג אן.
 
כמה צירופים להיתרא וואס איך טראכט אויף די מינוט.

יש שיטות דאין איסור שקר בכתב.
אויב דו זאגסט די אמת גייט גיין פייער און מחלוקת ומותר לשנות מפני השלום.
די גמרא זאגט אין בבא מציעא, בהני תלת מילי עבידי רבנן דמשנו במלייהו במסכת ובפוריא ובאושפיזא. און אלע 3 זאכן איז שייך דא.
במסכת, אלץ עניוות מעג מען משנה זיין. ואין לך עניוות גדול מזה.
בפוריא, בדבר שהצניעות יפה להן, אזויווי דא, מעג מען משנה זיין.
לויט’ן רמב”ם איז ביי די ערשטע צוויי די טעם וועגן עס זאל נישט צוקומען צו בזיונות, איז דאך עס אויך שייך דא.
ובאושפיזא, אויב עס גייט ארויסקומען א היזק פאר איינעם מעג מען אויך משנה זיין. אויב מען גייט ארויסווארפן דיינע קינדער וועגן דעם, איז עס א ריזיגע היזק.
 
די מוסדות זאגן קלאר אז זיי ווייסן אז מען שרייבט ליגנט. נאך מער, פילע פון די וועד האישור חברה פארמאגן אליינס געוויסע כלים... עס גייט זיי נישט אן אז דו שרייבסט ליגנט, דער עיקר זאלסט נישט זיין א אויבער-חכם און זיך ארומדרייען דערמיט ברבים און פארשעמען די הייליגע מוסדות. ווילאנג דו האסט עס ביי דיר אונטער'ן דאכענע אדער אין שאפע גייט זיי עס גאנץ ווייניג אן.
מ'קען פרעגן פון די וואס האבן געוואויט ביי די פאול אז זיי זענען שיינע אידן און האבן שטעלעס
אפשר איז דא דארט פון די ועד החינוך'ס און ועד האישור'ס......
 
דאס ביסטו גערעכט.. איך האב אסאך גילטי פילינגס וועגן שיקן מיין קינד צי אזא מוסד..

מיין קינד איז נאך קליין.. אבער איך קען ממש נישט ציקוקען ווי אזוי איך לייג אים בידים אריין אין א פלאץ וואס איך טריי אזוי שטארק אוועקציגיין,

איך האב נאכנישט די קאראדזש צי מאכן א דראסטישע טויש פאר מיין קינד'ס וועגן

ווייטער מיט די סאב קאנדזשעס, קען זיין סאב קאנדזשעסעלי האלט איך אז רוב מענטשן ארבעט זיך אויס די סיסטעם א מחיה, נאר איך בין א יוצא מן הכלל
סא איך טו גארנישט רונג ביים אריינלייגן מיין קינד דארט

בקיצור, ס'קאמפליקעידעט

איך וויל נאך עפענען א עקסטערע שניר זיך אויסצירעדן וועגן דעים,
דארפסט נישט האבן די קוראדזש צו עס טוהן קענסט עס טוהן אן (איך האב עס געטוהן) דו ביסט קיינעם נישט שולדיג קיין ענטפער איבער דיין פריוואטע לעבן, קיינער האלט דיך אויך נישט אויס.
 
נאך אן עצה איז דא: אז מ'חתמ'ט קודם אונטער דעם בויגן, און נאכדעם פילט מען אריין די ענטפערס אויף די פראגעס, אזוי קומט אויס אז בשעת דו האסט גע'חתמ'ט איז עס נישט געווען קיין ליגנט (כמדומה לי שכך שמעתי מהרב ר' שרגא פייש פאפלאנאש באחד משיעוריו אודות לקיחת מתנות מהממשלה)
 
Back
Top