זאגן ליגנט אויף א מוסדות אפליקאציע וועגן טעכנעלאגיע

ווי שטייט אז ממעג נישט זאגן קיין ליגנט?
מדבר שקר מדבר מבסייע לעדות שקר עיין שבועות עד כמה שאני זוכר דף יב אונטען
 
ווי שטייט אז ממעג נישט זאגן קיין ליגנט?
מדבר שקר מדבר מבסייע לעדות שקר עיין שבועות עד כמה שאני זוכר דף יב אונטען



האם יש איסור הלכתי לשקר - ומתי מותר?


.
 
ר' יצחק לאווי/לעיקוואד קומט אריין ווי א באלדאוזער דארט. נישטא קיין מעשיות, נישטא קיין צוויי וועגן, מ'דארף זאגן דעם ליגנט אין פנים אריין! ס'איז א פסוק גאר לדעתו - עם עקש תתפתל, נישטא קיין גניבת דעת, נישטא קיין איסורים ווען מ'האנדעלט מיט אזאנע 'טעראריסטן' בלשונו..
 
ר' יצחק לאווי/לעיקוואד קומט אריין ווי א באלדאוזער דארט. נישטא קיין מעשיות, נישטא קיין צוויי וועגן, מ'דארף זאגן דעם ליגנט אין פנים אריין! ס'איז א פסוק גאר לדעתו - עם עקש תתפתל, נישטא קיין גניבת דעת, נישטא קיין איסורים ווען מ'האנדעלט מיט אזאנע 'טעראריסטן' בלשונו..
יאפ, אויך געזען.. איך קען פארשטיין פארוואס די עולם מיסט אים דא..
 
כ'וויל נישט פארדרייען דעם שנירל, אבער כ'האב פארט הנאה אז דו צייכנסט צו די מראה מקום וואו אין קאווע שטיבל מ'קען אנגעבליך טרעפן גענוי די זעלבע אפהאנדלונג, אזוי זאל טאקע דער עולם דא קענען פארגלייכן מה בן בן בני לבן חמי.

היות לעצטענס טוט זיך דא א רייבעריי וואו מאנכע בענקען זיך צו די נאסטאלגישע אזויגערופענע ''לייבן'' פון קאווע שטיבל, האב איך איבערגעבליקט דעם קאווע שטיבל שנירל, און מ'זעהט באשיינפערליך אז די קרעמל שנירל דאהי שטייגט עס איבער פילפאכיג מער אין קוואליטעט און קוואנטיטעט, ס'שפרודלט דא מיט געניאלע עצות ותחבולות וויאזוי צו ליגנט זאגן על טהרת הקודש פאר די מוסדות, און איז מלא וגדוש מיט גאונות עצומות טאקע נישט פון קיין "לייבן" ווי דו רופסט עס, זאגאר פון פשוט'ע עמך 'בערן', אבער בערן זענען דאך אויכעט געווען אויף נמרוד'ס קאוט...

ס'וועט נאך קומען א צייט ווי מ'וועט זיך בענקען נאך די "בערן" פון קרעמל...

וַיֹּאמֶר֮ דָּוִד֒ ה' אֲשֶׁ֨ר הִצִּלַ֜נִי מִיַּ֤ד הָֽאֲרִי֙ וּמִיַּ֣ד הַדֹּ֔ב ה֣וּא יַצִּילֵ֔נִי מִיַּ֥ד הַפְּלִשְׁתִּ֖י הַזֶּ֑ה (שמואל-א יז-לו),
 
ס'שפרודלט דא מיט געניאלע עצות ותחבולות וויאזוי צו ליגנט זאגן על טהרת הקודש פאר די מוסדות, און איז מלא וגדוש מיט גאונות עצומות טאקע נישט פון קיין "לייבן" ווי דו רופסט עס, זאגאר פון פשוט'ע עמך 'בערן', אבער בערן זענען דאך אויכעט געווען אויף נמרוד'ס קאוט...
איך וואלט געזאגט בעסער אז די קרעמלער זענען קלוגע "פוקסן".... ס'שטימט בעסער מיט וואס די שרייבט אז מ'קומט אריין מיט קלוגע עצות וויאזוי אויסצונערן מוסדות, וכדו'
איך בין זיכער ס'איז געוועהן אויף נמרוד'ס קאוט...
 
איך כאפ נישט די גאנצע שאלה, היינט ווילן זיי שוין אליינס אז זאלסט זאגן ליגנט.
איינער וואס שרייבט אז ער האט נישט איז עס סתם א אסמכתא בעלמא, און כמעט א אנן סהדי אז ער האט יא.
און ווי האט די זיידע יעקב געטון? אנכי, עשיו בכורך!
און ווי חז"ל זאגן אחיו אני ברמאות..
 
א גוט יאר אלע בעלי תריסר משנה וגמרא!

שאלה: מעג איך זאגן ליגנט אויף א אפליקאציע פון א מוסדות וועגן טעכנעלאגיע, צי קענען ווערן אנגענומען?

זיי פרעגן "איז דא א laptop/computer ביי אייך אין שטוב?"

מיין "אינער דיין" איז מורא'דיג קאנפליקטעט.. ער ענפערט נישט געהעריג..
איינע פון די גרינגסטע שאלות וואס מיין אינער דיין זעהט אפי' נישט פאר קיין ספק.
 
לעצט רעדאגירט:
איינע פון די גרינגסטע שאלות וואס מיין אינער דיין זעהט אפי' נישט פאר קיין ספק.
איך האב געשריבן די תשובה 46 מינוט צוריק אן קיין אונטערלאגע. אבער איצטערט האב איך שוין די תשובה קלאר.

והנה, די תורה זאגט מדבר שקר תרחק, דערווייטער זיך פון שקר. דארף מען פארשטיין צוויי זאכן, וואס הייסט שקר, און פארוואס זיך נאר דערווייטערן און נישט אסר'ן לגמרי, אזוי ווי עס שטייט ביי אלע לא תעשה'ס, לא תשקרו?

שקר איז נישט ווען איינער זאגט אויף א זאך 'ווייס' און עכט איז עס 'שווארץ'. שקר קען זיין אן אמת'ע פאקט אבער ביי מיר איז עס נישט אזוי. למשל, איך האב א כשר'ע סעלפאן. בעצם האב איך טאקע א כשרע סעלפאן אבער איך האב אבער א טריפה'נע סעלפאן אויכעט. דאס הייסט שקר. אין קורצן, שקר מיינט פארדרייען די מציאות.

ווען איינער שרייבט אויף אן אפליקאציע פן א מוסד איך האב נישט קיין טעכנאלאגיע האט ער געזאגט שקר, אבער ער האט נישט געזאגט קיין ליגענט (שקר און ליגנט זענען צוויי אנדערע זאכן, קוק דא) למען השלום מעג מען זאגן שקר ולמען פראטעקשאן מעג מען ווייטער זאגן שקר. אבער נישט קיין ליגענט ווי כזב. און טאקע דערפאר זאגט די תורה (שמות כ"ג, ז') מדבר שקר תרחק, בעצם זאלסטו קיין שקר נישט נוצן פאר'ן לעבן, דערווייטער דיך דערפון. אבער ווען מען דארף עס האבן, ווי למשל אין די פאל, ברענג איהם אהער. זאג נישט קיין ליגענט, נאר שרייב איך האב נישט קיין טעכנאלאגיע!!!! בשעת'ן שרייבן די אפליקאציע האסטו דאך עס טאקע נישט, עס ליגט נישט אין דיין האנט דאן, דו האלטסט דאך א פעדער. אנלעס דו פילסט אויס די אפליקאציע אנליין, דאן האט דאך שוין דער מוסד אנגעהויבן מיט די שקר, וואס האט דאס מיט דיר?
 
Back
Top