איינע פון די גרינגסטע שאלות וואס מיין אינער דיין זעהט אפי' נישט פאר קיין ספק.
איך האב געשריבן די תשובה 46 מינוט צוריק אן קיין אונטערלאגע. אבער איצטערט האב איך שוין די תשובה קלאר.
והנה, די תורה זאגט מדבר שקר תרחק, דערווייטער זיך פון שקר. דארף מען פארשטיין צוויי זאכן, וואס הייסט שקר, און פארוואס זיך נאר דערווייטערן און נישט אסר'ן לגמרי, אזוי ווי עס שטייט ביי אלע לא תעשה'ס, לא תשקרו?
שקר איז נישט ווען איינער זאגט אויף א זאך 'ווייס' און עכט איז עס 'שווארץ'. שקר קען זיין אן אמת'ע פאקט אבער ביי מיר איז עס נישט אזוי. למשל, איך האב א כשר'ע סעלפאן. בעצם האב איך טאקע א כשרע סעלפאן אבער איך האב אבער א טריפה'נע סעלפאן אויכעט. דאס הייסט שקר. אין קורצן, שקר מיינט פארדרייען די מציאות.
ווען איינער שרייבט אויף אן אפליקאציע פן א מוסד איך האב נישט קיין טעכנאלאגיע האט ער געזאגט שקר, אבער ער האט נישט געזאגט קיין ליגענט (
שקר און ליגנט זענען צוויי אנדערע זאכן, קוק דא) למען השלום מעג מען זאגן שקר ולמען פראטעקשאן מעג מען ווייטער זאגן שקר. אבער נישט קיין ליגענט ווי כזב. און טאקע דערפאר זאגט די תורה (שמות כ"ג, ז') מדבר שקר תרחק, בעצם זאלסטו קיין שקר נישט נוצן פאר'ן לעבן, דערווייטער דיך דערפון. אבער ווען מען דארף עס האבן, ווי למשל אין די פאל, ברענג איהם אהער. זאג נישט קיין ליגענט, נאר שרייב איך האב נישט קיין טעכנאלאגיע!!!! בשעת'ן שרייבן די אפליקאציע האסטו דאך עס טאקע נישט, עס ליגט נישט אין דיין האנט דאן, דו האלטסט דאך א פעדער. אנלעס דו פילסט אויס די אפליקאציע אנליין, דאן האט דאך שוין דער מוסד אנגעהויבן מיט די שקר, וואס האט דאס מיט דיר?