זהות היהודי ואיסור חתנות

ווי למשל ווער?
איך ווייס נישט צו וועלכע חלק @Reb Yid באציעט זיך. אבער סיי די רמב"ם און זיין כת און סיי מיסטיקס אין קבלה אןן חסידות האבן געגעבן אלגארישע פירושים צו טראדיציאנאלע דאקטרינעס פון די תורה אדער חז"ל ווי גאט, משיח, תחיית המתים, נבואה מצוות, וכו' . אפטמאל ראדיקאלע דעות וואס טוישט עס אינגאנצן פון די ארגינעלע מינונג
 
א איד ווי נרבוני זאל זיך קאכן
איך בין נאכנישט קאנווינסד אז דער יוזל האט בכלל עקזיסטירט און אויב יא צו ער איז געווען באוואוסט אלס א כח. אייך מיין אז עס איז געווען א בחינה פון להבדיל, דער בעש”ט אדער ר׳ שייע בען רבי מוישע. בחייו האט מען נישט געוואוסט פון אים אויסער ממש די נאנטע. וואס מער עס גייט אריבער פון זיין טויט, אלס מער וואקסט דער myth.
איך האב אמאל ריסערטשט יוזל צו דער בחור האט בכלל געלעבט. אינעם פראצעס, האביך מיך באקענט מיט א שיינע פאר שטרעמונגען פון קריסטנטום. איך געדענק נישט גענוי וועלכע, אבער איינער פון די מער עלטערע אפשר קאפטיק אדער ארמענישע, אדער גאר די עטיאפישע, אבער איינער פון זיי זאגט קלאר, אז יוזל איז נישט געווען בעצם א זון פון גאט. סך הכל האט מרים איינגעזען אז מען מעג אמאל פארקוקן פון די מצוות מעשיות און מזנה געווען לשם שמים און דאס איז געווען די גאנצע אידעע פון יוזל. איך געדענק נישט פונקטליך וועלכע שטרעמונג, זאגט דאס אבער זיי ברענגען ארויס אז יוזל׳ס ממזרות איז געווען גטליך ווייל גאט האט געוואלט טאקע דאס, פטור ווערן פון אלע מצוות מעשיות.
מיין תמי׳ אויף די קריסטן איז, אויב אזוי, ווי שטעלט זיך דאס אפ? Turn the other cheek? איז דאס א מצוה מעשית? מען פאלגט דאס דאך נישט? דאס זעלבע מיטן גיבן דעם מאנטל פאר'ן שונא וכו' וכו' אלע שיינע הארציגע אידעאלן. אויב הייסט ער דאס  טון איזעס ווייטער א מצוה מעשית וואס איז נישט מחייב. אויב איזעס סתם אן אידעאל אן השלכות למעשה, איז דאס דאך סתם חוזק געמאכט?
There was one Christian and he died on the Cross

Nietzsche
 
Turn the other cheek איז א בפירושע פסוק אין איכה: יִתֵּ֧ן לְמַכֵּ֛הוּ לֶ֖חִי יִשְׂבַּ֥ע בְּחֶרְפָּֽה.
פיין. אויב אבער האט אידישקייט הלכות אויף למעשה איזעס אקעי. מיין פראבלעם איז געווען אויב מאכט מען אידישקייט סתם פאר א טעאלאגיע, איז דאס נישט אנדערש.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב מיך דערמאנט א קאלעדזש דזשאוק.
מייק האט אריינגעגעבן זיינע פאפירן איבער פיזיקס צום פראפעסאר. ווען דער פראפעסאר האט דאס צוריקגעגעבן מיט א c האט ער זיך אנגערופן Why do we even learn all this damn stuff?
דער פראפעסאר האט אים געענטפערט ! What do you mean? Physics saves lives
זעענדיג דעם סטודענט׳ס פארוואונדערטע בליקן האט ער מסביר געווען
It keeps people dumb enough to waste their lives on physics out of medical school!
 
דא האב איך געשריבן אז בנוגע די געדאנק אז עזרא האט פארעכענט די אידן אשר לא נגלו ונשארו בארץ במשך גלות בבל ווי גוים גמורים, זעה׳מיר אביסל ענליכס צו דעם אפילו ממבט התלמוד לענין העשרת השבטים. די גמרא זאגט ביבמות יז. לגבי החשש להינשא מהעכו״ם במקומות מיוחדים אז אפשר זענען זיי מהעשרת השבטים ומבנותיהן וואס ווערט יא גערעכענט ווי א ישראל וממילא אולי הוא פסול וכו׳. זאגט דארט שמואל:
לא זזו משם [באותו הדור] עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים שנאמר (הושע ה ז) בה' בגדו כי בנים זרים ילדו.
דער קרן אורה וואונדערט זיך אויף דעם און זאגט אז אפשר איז עס נאר לגבי זייערע קידושין דכל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש. אבער ער זאגט אז עס איז נישט משמע אזוי.

דער דברות משה פרעגט אויך ענליך. און ער זאגט אז דאס וואס מ׳זעהט אינעם מאירי אז ״ומכאן היה רבותי חוככין לומר שכל משומד בזה״ז גוי גמור הוא״ (ועיין באבהע״ז סימן מד סעיף ט) איז אולי א טעות וליכא חזקה על ספרים שיצאו מקרוב שלא ראו אותן חכמי הדורות שלפנינו ע״ש. (ועיין בהגהות מיימונית בהל׳ אישות פכ״ה דאין כופין משומד ליגרש אשתו.)

אונז טרעפן מיר אויך לגבי כותים בחולין ו. לא זזו משם עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים איז אבער מחמת חומרא דקידושין איז מען יא חושש לקידושיו שם באבהע״ז סימן מד סעיף י. און דער ב״ש דארט בס״ק יג זאגט אז ביי א כותי איז עס נאר לחומרא משא״כ ביי די עשרת השבטים ביבמות הנ״ל וואו עס איז געווען לגמרי ואפילו לקולא ע״ש.

דער חת״ס שרייבט אין או״ח סימן לט אויפ׳ן מג״א ס״ק ד:
ונראה לפענ״ד שיש כח בכלל ישראל להוציא המורדים מכלל האומה ויחזרו לגוים גמורים אף להקל
און ער זאגט אז דאס וואס מ׳טרעפט טאקע ביי עזרא׳ס כינוס נגד חתנות אז ווער עס וועט נישט קומען דערצו (עזרא י ח) יחרם כל רכושו והוא יבדל מקהל הגולה, איז אויך געווען להוציאו מכלל ישראל לגמרי ע״ש.

דר. מערי דזשאָען לעיט שרייבט אין דעם אז פון דעם בכלל האט זיך שפעטער דעוועלאפּירט די געדאנק פון די עשרת השבטים וועלכע זענען פארלוירן געגאנגען (ועיין בסנהדרין קי ע״ב). והיינו, אז עס איז אלס פארבליבן א קשר צווישן די יהודי יהודה ויהודי שומרון (ועכ״כ לגבי דאס צאמשטעל און קאנאניזאציע פון די תנ״ך). שפעטער ווען דאס איז געווארן נאך שוואכער, האט זיך ערווארבן די לעגענדע פון די עשרת השבטים וועלכע זענען פארלוירן געגאנגען, כדי צו גענצליך אויסשליסן די יהודי שומרון אז זיי זענען נישט באמת מבני ישראל, הגם אז רוב עשרת השבטים זענען יא פארבליבן לאחר מלחמת סנחריב.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס איז אויך לכאורה געווען די מעסעדזש פונעם בעש"ט. נאר איראניש זענען ביידע אויך געווארן עסטאבלישעט און פאליטיש און פארוואנדלט געווארן אין א פרישע רעליגע אדער מאטאציע פון רעליגיע
לכאורה א יעדע שנירל וואס גייט ארויסקומען פון א רעליגיע (socio religion) גייט עווענטועל פארוואנדלט ווערן אין א רעליגיע לכשלעצמה
 
Back
Top