זאל מען דארפן האבן לייסענס צו האבן קינדער?

זייער א קאנטערווערשל טאפיק, אבער איז קלאר אז דאס קען נישט ווערן אינפארסירט פונקט ווי מגייט נישט צוימען די וויקס פון לייבן אדער עלעפאנטן זע איך נישט שכל'דיג אז מען זאל צוימען די מענטשלעכע וואוקס, און ווער פונקטלעך גייט דאס אינפארסירן? אויב איינער דערוואגט זיך אריינצוגיין און מיין בעדראם באקומט ער אזא שטויס אז צו צווייטע באקומט ער פון די וואנט!!

די איינציגסטע זאך וואס עפעס א רשע קען אויסטראכטן איז צו מאכן א Forced אבארשען אויב מעןfailed l באט דאס גייט ווערן פארדאמט און די גאנצע וועלט אזא צוים און עס איז אומדערהערט , אפי גאט האט געזאגט בהדי כבשה דרחמנא למה לך ער פאקט אריין די מענטשהייט די נארמאלע מיט משוגענע אלכס טוט ער, איך מיין אז פאר טערעריסטן וואלט מען דאס געדארפט טוהן!!
 
איך האלט פון דעם געדאנק אויף אן אופן פון נישט געבען בעניפיטען פאר קינדער וואס מען האט אן דעם לייסענס.

פון די אנדערע זייט מאכט דאס נאר גרעסער דעם פראבלעם, ווייל די עלטערען נישט נאר וואס זיי קענען נישט מענטעלי ערציען קיין קינדער, קומט זיי נאך יעצט צו פינאנציעלע סטרעס וואס וועט נאכמער שאטן די פאר קינדער, אויף דעם דארף מען יא צושטעלען בענעפיטן אויף א תנאי אז מען גייט פאר הילף און לעסענס ווי אזוי יא צו זיין גוטע עלטערן.
 
איך וואלט מציע געווען אז מען זאל דארפן האבן א לייסענס אויף צי זיין א פאליטישען. אזויווי מען זעט דאך אז פיל פאליטישעןס זענען קארופטירט, און די לייסענס וועט מחליט זיין ווער סע נישט קארפטירט.
ס'איז שוין דא א לייסענס, ס'ווערט גערופן וואלן
 
ס'גייט צוגיין מיט א סיסטעם. אויב דו ווילסט האבן לייסנס צו האבן קינדער, דארפסטו אריינגעבן דיין אינקאם, זיכער צו מאכן אז דו קענסט דאס ערפארדן און אז דו וועסט נישט זיין אויף פעיראל ביי די גאווערמענט. מען וועט אראפקומען צו דיר אין שטוב, זיכער צו מאכן אז דיין הויז איז גענוג סעיף פאר א קינד וכו' וכו'... מער פון דריי קינדער וועט מען נישט געבן קיין לייסנס וכו' וכו'.... דו וועסט דארפן האבן א געוויסע דיגרי צו קענען ערזיצן לייסנס וכו' וכו' וכו'.

רחמנא לישזבן.
 
אזוי ווי פאסטאר און אדאפשן.
 
איך האלט פון דעם געדאנק אויף אן אופן פון נישט געבען בעניפיטען פאר קינדער וואס מען האט אן דעם לייסענס.
וואס טראכסטו וועט געשען מיט די קינדער, אויב זיי וועלן אויסגעשלאסן ווערן פון בענעפיט׳ס — let alone דעם פּרייז וואס ס׳וועט קאסטן פאר זייערע ארומיגע — אויב דיין פארשלאג, ח״ו, זאל זיך מאטעריעלייזן
 
וואס טראכסטו וועט געשען מיט די קינדער, אויב זיי וועלן אויסגעשלאסן ווערן פון בענעפיט׳ס — let alone דעם פּרייז וואס ס׳וועט קאסטן פאר זייערע ארומיגע — אויב דיין פארשלאג, ח״ו, זאל זיך מאטעריעלייזן
האסט נישט געליינט זיין גאנצע מעסעדזש
 
ווער וועט געבן די לייסענס?
אנדערע קארופטירטע פאליטישענס?
פאליטיק מיט קארופטירט גייט שוין סינאנים פאר דורות (עכ”פ אויף יעדע פאליטיקאנט וועט זיין קעגנער האלטן אז ער איז קארופטירט, )

זייער גוט ארויסגעברענגט.

די זעלבע פראבלעם האסטו מיטן לייסענס אויף ווער עס מעג האבן קינדער.
 
האסט נישט געליינט זיין גאנצע מעסעדזש
כ׳האב יא געליינט די גאנצע מעסעדזש! און רעאגירט אויף די צווייטע טייל פונעם שנירל
אויף דעם דארף מען יא צושטעלען בענעפיטן אויף א תנאי
אז אויף יעדנספאל טאר בענעפיט׳ס נישט זיין באגרעניצט צו תנאים!
 
אז אויף יעדנספאל טאר בענעפיט׳ס נישט זיין באגרעניצט צו תנאים!
אויב עלטערן קענען נישט זיך אן עצה געבען אן בענעפיט׳ס, און ניטאמאל די אחריות צי ג׳יין פאר הילף אדער לעסענס קענען זיי נישט טראגען, בין איך נישט זיכער צי ס׳איז א טובה פארן קינד צו בלייבן ביי די עלטערן אינדערהיים ווי איידער צו זיין ביי א צווייטן.
 
וועל איך צילייגן מיינע צוויי צענט
לייסענס אויף יא צו האבן פארשטייט מען אז עס איז נישט מעגליך וואס יא איך וואלט געעפנט א ארגאניזאציע "אנטי בוני עולם"
צו זיכער מאכן אז ווער עס טאר נישט זאל טאקע נישט האבן,
עס דארף נישט זיין אינטערנאציאנאל אדער אפ‘ ביי סטעיט יעדע קהילה און רב פאר זיך ווייסט ווער עס געהערט צו די גרופע
 
יעצט זאגסטו גאר עפעס אנדערש Forced family separation
אזא ילדי תימן סיטואציע!
 
וועל איך צילייגן מיינע צוויי צענט
לייסענס אויף יא צו האבן פארשטייט מען אז עס איז נישט מעגליך וואס יא איך וואלט געעפנט א ארגאניזאציע "אנטי בוני עולם"
צו זיכער מאכן אז ווער עס טאר נישט זאל טאקע נישט האבן,
עס דארף נישט זיין אינטערנאציאנאל אדער אפ‘ ביי סטעיט יעדע קהילה און רב פאר זיך ווייסט ווער עס געהערט צו די גרופע
רבנים? קהילות? אויב ס׳איז up צו די רבנים, וועלן זיי נישט לאזן האבן קיין קינדער פאר די טאטע׳ס וועלכע פארמאגן סמארטפאון׳ס!
 
איך האלט פון דעם געדאנק אויף אן אופן פון נישט געבען בעניפיטען פאר קינדער וואס מען האט אן דעם לייסענס.
אזוי גייט זיך די גאווערמענט שפארן געלט און זיי וועלן קענען געבן נאך גראבע "טעקס ברעיקס" פאר אילאן מאסק, בעזאס, זוקערבערג און לערי עליסאן. נאך געלט פאר זינלאזע מלחמות אויף דריטע וועלט קאנטינענטן און טריליאנען פאר לאקהיד מארטין און נארטראפ גראמען.

זאלן די ביליאנערן ווערן טריליאנערן.

אוועקנעמען פון די פשוט'ע באפעלקערונג, זייער וויכטיג!
 
דער געדאנק פון פּערענטאל לייסענסינג - דאס איז, די נויטווענדיגקייט צו באקומען אן ערלויבעניש פון דער רעגירונג איידער מען האט קינדער - כאטש וואס עס קלינגט ביי רוב מענטשן ווי עפעס אומדערהערט, זענען אין די לעצטערע יארן ערשינען עטליכע ערנסטע ארגומענטן פאר אזא סיסטעם.

דער הויפט טענה איז פשוט. אויב מיר דארפן האבן לייסענס כדי צו פירן א קאר, עפענען א ביזנעס, אדער פראקטיצירן מעדיצין, ווייל אין די פעלדער קען מען שאדן מאכן פאר אנדערע מענטשן אויב מען איז נישט גענוג קוואליפיצירט, איז וויאזוי קען זיין אז קיינער פרעגט נישט קיין קשיות ווען עס קומט צו עפעס וואס פארמאגט אזויפיל מער פאטענציאל צו שאטן - דאס אויפציען קינדער?

דאס איז נישט סתם קיין טעארעטישע דעבאטע. מיליאנען קינדער ווערן אייגנטליך יעדעס יאר געשעדיגט דורך שלעכטע אויפציאונג - פיזישע און עמאציאנעלע אביוז, פארנאכלעסונג, טראגעדיעס פון עלטערן וואס זענען נישט גרייט אדער נישט ביכולת קעיר צו נעמען פון א קינד געהעריג. אויב אזא סיסטעם פון לייסענסינג וואלט געקענט אויסמיידן אפילו א טייל פון די ליידן, זאל מען נישט כאטש רעדן איבער אזא מעגליכקייט?

דער ערשטער טענה אויף צוריק איז, אז רעפראדוקציע איז בכלל נישט דומה צו פירן א קאר אדער עפענען א ביזנעס. דאס איז עפעס וואס איז א טיפע ביאלאגישע צורך אין הארץ פון יעדן מענטש, אזוי אז די רעגירונג האט נישט קיין שום רעכט דאס צו באגרעניצן.

דערנאך זענען פארהאן פראקטישע פראבלעמען, נעמליך, וויאזוי פונקטליך זאל מען טעסטן צי איינער איז יא אדער נישט פעאיג דערצו, און וויאזוי וועט מען זיכער מאכן אז די טעסטס זענען נישט באזירט אויף ראסיזם, דיסקרימינאציע, עקאנאמישע אינעקוואליטי.

שוין אפגערעדט אז עס וועט כמעט נישט מעגליך זיין דאס צו אינפארסירן. שטעלן שומרים אין אלע שלאף צימערן? און וואס וועט מען טוהן מיט פארלעצער? צונעמען פון זיי די קינדער? איז דאס באמת א בעסערע אפציע?

וואס האלט איר?
ס׳מאכט סענס און ס׳איז בעצם נישט קיין שלעכטע געדאנק, אבער ס׳איז נישט קיין זאך וואס מ׳קען ווירקליך דורכפירן, און נישט קיין פארגלייך צו לייסענס פון א קאר, האבן קינדער איז נאטירליך, ס׳ליגט אריינגעקריצט און הארד-ווייערד אין אונזער פראגראם, הגם ס׳איז טאקע אמת אז נישט יעדער איז געאייניגט צוברענגען קינדער אויף די וועלט, איז למעשה נישטא קיין שום וועג דורכצופירן אזא זאך און ס׳שמעקט אביסל פון eugenics וואס די נאציס ימ״ש האבן געוואלט איינפירן, צו רעדוצירן אומגעוואונטשע עלעמענטן אין די צוקונפטיגע דורות דורך קאנטראלירטע ברידינג.
 
לעצט רעדאגירט:
אזוי גייט זיך די גאווערמענט שפארן געלט און זיי וועלן קענען געבן נאך גראבע "טעקס ברעיקס" פאר אילאן מאסק, בעזאס, זוקערבערג און לערי עליסאן. נאך געלט פאר זינלאזע מלחמות אויף דריטע וועלט קאנטינענטן און טריליאנען פאר לאקהיד מארטין און נארטראפ גראמען.

זאלן די ביליאנערן ווערן טריליאנערן.

אוועקנעמען פון די פשוט'ע באפעלקערונג, זייער וויכטיג!
דעס גייט געשען אפי' אן מאכן לייסענס צו האבן קינדער...it's lost case
 
רבנים? קהילות? אויב ס׳איז up צו די רבנים, וועלן זיי נישט לאזן האבן קיין קינדער פאר די טאטע׳ס וועלכע פארמאגן סמארטפאון׳ס!
איך ווייס נישט ווי אזויעס ארבעט ביי בוני עולם אבער איי געס איינער וואס נעמט opwdd סערוויסעס וכו
 
אזוי גייט זיך די גאווערמענט שפארן געלט און זיי וועלן קענען געבן נאך גראבע "טעקס ברעיקס" פאר אילאן מאסק, בעזאס, זוקערבערג און לערי עליסאן. נאך געלט פאר זינלאזע מלחמות אויף דריטע וועלט קאנטינענטן און טריליאנען פאר לאקהיד מארטין און נארטראפ גראמען.

זאלן די ביליאנערן ווערן טריליאנערן.

אוועקנעמען פון די פשוט'ע באפעלקערונג, זייער וויכטיג!
זיי גייען נישט שפארן געלט, אדרבה ס׳גייט זיי קאסטן צו באצאלען פאר לעסענס/הילף, ס׳גייט זיי קאסטן איופצוהאלטן א שטאב פון מענטשען צו געבען די לייסענס און אויספרעגען עלטערען.

יעדע זאך וואס די גאווערמענט טוט קאסט מער געלט ווי ס׳שפארט זיי דארפסט דיך נישט זארגען.
 
Back
Top