נעכטן דערציילט מיר מיין כתה ג' אינגל אז ס'איז פארגעקומען א פארהער אין חדר דורך די מנהל, איך פרעג אים וואס האט מען פארהערט? זאגט ער "הויזן, העמד, קאפל."
איך האב געבעטן מיין זון זאל מיר אויסשפילן ווי אזוי ס'איז צוגעגאנגען, איך בין באמת געווען נייגעריג ווי נידריג די חברה זענען, איך האב אים געזאגט, איך וועל זיין די אינגל און דו וועסט זיין די מנהל.
די סצענע עפנט זיך, די מנהל קומט אריין אין חדר, ער רופט אויס, "ס'גייט יעצט די הויזן, העמד, קאפל פארהער," די קינדער קענען שוין די דריל, די חדר ווערט צעטיילט אין אפאר חלקים, די וואס זיצן אויף דרום שטעלן זיך אויף ערשט און מ'וואקט קעגן איבער דעם מנהל, די מנהל זאגט צי מ'זאל שטיין אביסל נענטער אדער אביסל ווייטער, מ'קען דאך נישט נעמען קיין טשענסעס דא, ס'איז דאך דברים העומדים ברומו של בולשיט, יעדער דארף שטיין גראד, די מנהל'ס שפיזיגע אויגן גייען פארזיכטיג אריבער אלע קינדער פראם די קעפעלע טול די פיסעלע און ער טשעקט צי עווריוואן איז עי ביג צדיק.
צו מיין מזל זענען פונקט אלע מיינע קינדערס "כשר'ע" הויזן געווען אין וואש מאשין נעכטן, און מיין ווייב האט אים אנגעגרייט א "טמא'נע" הויזן, מיט א הייסע תפילה אז ס'זאל נישט פונקט היינט פארקומען די סעלעקציע, אבער די שערי שמים זענען געווען פארקלאפט.
"לייבי.. זאג פאר דיין מאמע זאל דיר קויפן נייע הויזן" קלינגט די מנהל'ס שטימע אין חדר אריין אין מיין בא'חן'טע צדיק'לס אויער, מיין זון איז געשטאנען דארט מיט אזא רויטליכע פנים מיט אזא האלבע פאלשע שמייכל וואס ער ניצט ווען ער וויל עכט וויינען, זיינע אויגן וואנדערן אריבער צי זיין רבי צו באקומען אביסל ווארעמקייט, אבער זיין רבי ניצט אויס די צייט צי אריינקוקן אין א ספר.
און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, 10 קינדער אויף אמאל.
איך וויל וויסן, גיי איך זיין א שלעכטע טאטע אויב איך נעם אים יעצט ארויס פון דעם חדר ווי ער האט שוין געמאכט דארט חברים?
איך קען נישט נעמען מער די בולש*ט.