צו מיינע עלטערן

הירש

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 25, 2025
מעסעדזשעס
2
רעאקציע ראטע
69
פונקטן
13
ענק האבן מיר אויסגעלערנט אלעס וואס עטץ ווייסט. ענק האבן יוצא געווען ענקער מצוה פון חינוך.

כ'בין שוין היינט א מענטש פאר זיך, ענק זאגן מיר מער נישט וואס צו טון. אבער וועלכע חיוב איז צו קאנטראלירן פון דערווייטענס פון הונטער מיין ריקן?!

ווען כ'בין געווען א קינד האבן ענק "נאכגעזאגט" אינדערהיים וואס אנדערע מענטשן זאגן אויף מיר אויב כ'בין א גוט קינד.
ענק האבן נישט אויפגעהערט רעדן פון די בושות וואס עטץ האטס פון מיר.

כ'האב ענק געגלייבט און פראבירט צו טון אלעס ווי אזוי ענק פארשטייען, נישט ווייל אזוי וועל איך יא באקומען ליבשאפט, נאר ווייל אזוי וועל איך כאטש נישט שפירן אזוי ווערטלאז.

ווען כ'האב שוין געווען אינדערויסן פון ענקער קאנטראל האבן ענק אנגעהויבן שיקן מענטשן מיט מעסעדשעס.

שמערל זאג פאר הירש אז דו ווילסט ער זאל קומען צו דיין שיעור מיטן היט און רעקל.
חיים זאג פאר הירש אז דו האלסט ס'נישט גוט פאר אים אז ער טוט אזוי

ענק שיקן מיר אן אימעיל (פרעמדע אימעיל אדרעס ווי כאילו ס'קומט פון איינעם אנדערש...) מיט ענקער מענופאלאציע אריינצולייגן די מיאוסטע שטעכעריי און אום זיכערקייט (דו ביסט סטופעד פארן טון כך וכך)

מיין ברודער האט ב"ה געמאכט א וואכנאכט. ער באקומט א טעלעפאן קאל פון מאמי יענער צופרי 7:30

אברהמי ביסט מיר שילדיג א טובה אלץ כיבוד אם, זאג פאר הירש אז דו ווילסט נישט ער זאל קומען צום וואכנאכט אהנעם היט און רעקל.

מאמי כ'גיי עס נישט טון!

וואס הייסט?! ביסט מחויב אלץ כיבוד אם!

מאמי כ'בין מחויב עס נישט צו טון! אזוי איז די הלכה ווען די עלטערן הייסן טון אן עבירה.

וואס הייסט. ס'איז א מצוה. דו מוזט!

מאמי כ'געב דיר די נאמבער פון מיין רב, קענסט אים רופן זאל ער מיר זאגן אז כ'בין מחויב צו זאגן אז איך וויל ער זאל נאר קומען מיטן היט און רעקל...
-

נעה. פארוואס שרייב איך דאס. ענק וועלן דאך קיינמאל נישט הערן און טוישן.

הירש האט קיין עלטערן נישט געהאט
ער האט געהאט א פיינפולע ערשטע האלב פון זיין לעבן
מיט אסאך יארן טעראפי האט ער זיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו דיעלן מיט דעם
אבער ער קוקט אויף זיינע עלטערן און זעט זיי האבן אויך נישט געהאט קיין עלטערן, זיי האבן נישט קיין האלבע זיך. אויש צוויי פארלוירענע דערשראקענע שאטענעס וואס ציטערן פון יעדע שארך.
זיי האלטן נאך אהן מיט אלע כוחות צו פארבן און פארעמען זייערע קינדער מיט צוואנג דורך מאניפאלירן, דערנידערן, דרייען א קאפ.
זיי עסן זיך דאס געזונט פאר זאכן וואס איז קיינמאל נישט געווען אין זייערע הענט.
-

פארוואס שרייב איך עס?
ווייל כ'וויל אויסגעבן מיין געפיהל, אפשר וועט זיך איינער אויפוועקן און אנהייבן לייגן געוויכט אויף זיין נשמה און זיין תפקיד.
ער וועט אנהייבן צו ליב האבן זיך אליין און זיינע קינדער.
אנשטאט פון באצווינגען וועט ער זיי ערלויבן צו עקזיסטירן און זיין ווי אזוי דער באשעפער האט זיי געמאכט!

קריאה בלשון חיבה
וועקט אייך אויף
 
איי פיל יו מיי לאוולי הירש
מיין שווער פלעגט מיך פייניגען פונקט ווי די לייגסט עס אראפ, איך האב נאר נישט געכאפט אזוי שנעל אז אלעס קומט פון עם דורך שליחים, און ווען איך האב עווענטשעלי געכאפט און אויפגעהערט פאלגן איז ער בכבודו ובעצמו געקומען משוגע מאכן.
איינמאל האט ער מיר געסטראשעט אז טאמער נעם איך ארויס די סמארטפאון איז זיין הויז גייט ער מיר ארויסווארפן מיט בושות, אבער איך האב מחליט געווען עס גייט מיך נישט אן איך טוה וואס איך וויל, בקיצור איך האב ארויסגענומען די פאון ער האט מיר באשייגעצט און ארויס געטריבן פון זיין הויז, דעמאלטס האב איך אפגעהאקט מיט עם פאר כמעט א יאר, בקיצור עווענטשעלי האט ער ארויסגעריטשט צי מיר און מיר ציגעזאגט אז ער גייט מיר מער נישט טיילן קיין דעות.
בקיצור מיט דעי קראנקע חברה דארף מען אפהאקען, זיי פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך. עווענטשעלי זען זיי אז מען קען נישט קאנטראלירן די קינדער.
 
ענק האבן מיר אויסגעלערנט אלעס וואס עטץ ווייסט. ענק האבן יוצא געווען ענקער מצוה פון חינוך.

כ'בין שוין היינט א מענטש פאר זיך, ענק זאגן מיר מער נישט וואס צו טון. אבער וועלכע חיוב איז צו קאנטראלירן פון דערווייטענס פון הונטער מיין ריקן?!

ווען כ'בין געווען א קינד האבן ענק "נאכגעזאגט" אינדערהיים וואס אנדערע מענטשן זאגן אויף מיר אויב כ'בין א גוט קינד.
ענק האבן נישט אויפגעהערט רעדן פון די בושות וואס עטץ האטס פון מיר.

כ'האב ענק געגלייבט און פראבירט צו טון אלעס ווי אזוי ענק פארשטייען, נישט ווייל אזוי וועל איך יא באקומען ליבשאפט, נאר ווייל אזוי וועל איך כאטש נישט שפירן אזוי ווערטלאז.

ווען כ'האב שוין געווען אינדערויסן פון ענקער קאנטראל האבן ענק אנגעהויבן שיקן מענטשן מיט מעסעדשעס.

שמערל זאג פאר הירש אז דו ווילסט ער זאל קומען צו דיין שיעור מיטן היט און רעקל.
חיים זאג פאר הירש אז דו האלסט ס'נישט גוט פאר אים אז ער טוט אזוי

ענק שיקן מיר אן אימעיל (פרעמדע אימעיל אדרעס ווי כאילו ס'קומט פון איינעם אנדערש...) מיט ענקער מענופאלאציע אריינצולייגן די מיאוסטע שטעכעריי און אום זיכערקייט (דו ביסט סטופעד פארן טון כך וכך)

מיין ברודער האט ב"ה געמאכט א וואכנאכט. ער באקומט א טעלעפאן קאל פון מאמי יענער צופרי 7:30

אברהמי ביסט מיר שילדיג א טובה אלץ כיבוד אם, זאג פאר הירש אז דו ווילסט נישט ער זאל קומען צום וואכנאכט אהנעם היט און רעקל.

מאמי כ'גיי עס נישט טון!

וואס הייסט?! ביסט מחויב אלץ כיבוד אם!

מאמי כ'בין מחויב עס נישט צו טון! אזוי איז די הלכה ווען די עלטערן הייסן טון אן עבירה.

וואס הייסט. ס'איז א מצוה. דו מוזט!

מאמי כ'געב דיר די נאמבער פון מיין רב, קענסט אים רופן זאל ער מיר זאגן אז כ'בין מחויב צו זאגן אז איך וויל ער זאל נאר קומען מיטן היט און רעקל...
-

נעה. פארוואס שרייב איך דאס. ענק וועלן דאך קיינמאל נישט הערן און טוישן.

הירש האט קיין עלטערן נישט געהאט
ער האט געהאט א פיינפולע ערשטע האלב פון זיין לעבן
מיט אסאך יארן טעראפי האט ער זיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו דיעלן מיט דעם
אבער ער קוקט אויף זיינע עלטערן און זעט זיי האבן אויך נישט געהאט קיין עלטערן, זיי האבן נישט קיין האלבע זיך. אויש צוויי פארלוירענע דערשראקענע שאטענעס וואס ציטערן פון יעדע שארך.
זיי האלטן נאך אהן מיט אלע כוחות צו פארבן און פארעמען זייערע קינדער מיט צוואנג דורך מאניפאלירן, דערנידערן, דרייען א קאפ.
זיי עסן זיך דאס געזונט פאר זאכן וואס איז קיינמאל נישט געווען אין זייערע הענט.
-

פארוואס שרייב איך עס?
ווייל כ'וויל אויסגעבן מיין געפיהל, אפשר וועט זיך איינער אויפוועקן און אנהייבן לייגן געוויכט אויף זיין נשמה און זיין תפקיד.
ער וועט אנהייבן צו ליב האבן זיך אליין און זיינע קינדער.
אנשטאט פון באצווינגען וועט ער זיי ערלויבן צו עקזיסטירן און זיין ווי אזוי דער באשעפער האט זיי געמאכט!

קריאה בלשון חיבה
וועקט אייך אויף
האסט באנעצט מיין אויגן
 
דעס שמעקט אביסל פון בארדערליין
 
Back
Top