צומאכן אייוועלט

זאלן פילטערס בלאקן אידישע וועבזייטלעך?

  • יא

    Votes: 19 39.6%
  • ניין

    Votes: 27 56.3%
  • אנדערע: זיי מסביר

    Votes: 2 4.2%

  • Total voters
    48

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
560
רעאקציע ראטע
1,927
זייט ס'האט זיך אנגעהויבן די מערכה פון די אנטי אינטערנעט מענטשן קעגן "היימישע" זייטלעך, האלט איך יעדן טאג מער און מער אז זיי זענען גערעכט.
מ'דארף צומאכן אייוועלט, אידטיש, Yiddish24 א בליק לייוו, וכו' וכו'
פאר א פשוט'ע סיבה, פרומע אנטי סמארט פאון אידן/כולל אינגעלייט האבן נישט קיין Skin in the game צו זיי גייט גארנישט געשען אויב מ'נעמט אַוועק יעדנ'ס סמארט פאון זיי גייען ווייטער האבן זייער אייוועלט אידטיש Yiddish24 א בליק לייוו וכו' ווי צו זיצן נאך כולל
לאמיר זעהן ווען מ'נעמט אַוועק דיין אונטערהאלטונג וויאזוי די וועסט רעאגירן
די פארשטייסט מיך נישט פאר'ן זיצן אויף יוטוב אבער די פארפאסט נישט קיין איין גוגל דרייוו לינק אין די "שמייכל" פארום
די פארשטייסט מיך נישט פאר'ן קוקן מאוויס אבער די וועסט נישט פארפאסן קיין איין נייע פלעי אדער וולאג ח"ו
די פארשטייסט מיך נישט פאר'ן האבן א שוואכע פילטער וואס לאזט אדורך יוטוב אבער לאמיך זעהן וואס געשעהט ווען משומר פארשפארט איינע פון דיינע אונטערהאלטונג וועבזייטלעך, דיין פילטער וועט פליען שנעלער ווי א גאליציאנער נאך א פעני
 
ניין

וואס באדערט אייך אז ס'באדערט אים?
איך האלט אז אויב זיי גייען האבן וואס צו פארלירן, גייט די דעת הקהל זיך טוישן, גיי איך האבן א רואיגערע לעבן בשעת'ן טוהן וואס איך וויל
 
רב וואזנער האט געפסקנט אז אינטערנעט איז אסור די איינציגסטע היתר איז נאר לצורך פרנסה, אייוועלט אין דעי אלע אידישע סייטס זענען נישט לצורך פרנסה, די פילטערס טארן עס נישט דורך לאזן, זיי זענען מכשיל איעדן טאג דעם עולם מיטן איסור פון אינטערנעט. וואס איז געאסרט געווארען דורך די גדולים ביים כינוס כלל ישראל, פוי עס איז אן עקל צו זעהן ווי אידן וואס פארופן זיך אלץ פרומע אידן זענען יעדן טאג בשאט נפש עובר אויף א קלארען איסור, און זיי טוען עס נאך בפרהסיא אין די אינטערנעט קיאסקס, וועגען אייוועלט איז לעצטע שבת געהרגט געווארען א מאמע מיט אירע צוויי קינדער וועגען דעי אידן וואס זענען מחלל שם שמים בפרהסיא וועגען זיי קומט די אלע צרות.
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס עכט נישט פארוואס די רבנים זענען אזוי שטיל און לאזן דורך דעי אלע וועבזייטלעך

And you know what לאז אפ די רבנים ווי זענען דעי אלע קנאים וואס האבן געמאכט א מחאה אויף יעדע קליינע זאך ווי די פרעס טראק און גל פז איינער געדענקט?...

זייער פאני איך מיין אז אונטערן איז שילדיג זיי האבן אריינגעשלעפט די יונגווארג און די אינטערטעטמענט וועלט און די רעשט איז היסטארי...
 
אייוועלט איז פון די וויכטיגסטע זאכן וואס כלל ישראל פארמאגט! ס'דינט ווי א שפרונג ברעט ארויס צו די וועלט און צו די ברייטערע געוועב.
לאמיר זיך נישט נארן, ווייניג גייען פון אייוועלט צוריק צו א פאון אן טעקס, אסאך מער גייען פון דארט צו יוטוב און אזוי ווייטער, אויסער די אלע וואס בלייבן פלעין דארט און זענען קונה זייער 'ברייטקייט' פון דארט.

חוץ מזה, יעדער וואס איז אויף אייוועלט ווייסט דאך אויך פון די 'צורך פרנסה' לחש, און מיט דעם אלעם דארפן זיי טרעפן עפעס אן עקסקיוז פאר זייער קאגניטיוו דיסאנענס פארוואס 'זיי מעגן' זיין אויף אייוועלט וכדו'. דאס פארוואסערט די שטארקייט וואס די מערכה וואלט געהאט ווען נישט די אלע זענען אויף אייוועלט באיסור.
אפגערעדט אז ווען נישט אייוועלט איז ווידעא נאך יעצט אסור...

מיין שטומע איז א 'ניין'. מ'דארף עס נישט פארשפארן!
 
אונז האלטן די זעלבע זאך וויאזוי קומסטו צו צו "ניין"?

איך וויל נישט מ'זאל עס פארמאכן
איך וויל אז ס'זאל זיין פארשפארט פאר איין וואך נאכדעם וועסטו זעהן אז נאך אסאך זאכן חוץ דאס זענען כשר
 
אונז האלטן די זעלבע זאך וויאזוי קומסטו צו צו "ניין"?

איך וויל נישט מ'זאל עס פארמאכן
איך וויל אז ס'זאל זיין פארשפארט פאר איין וואך נאכדעם וועסטו זעהן אז נאך אסאך זאכן חוץ דאס זענען כשר
איך האלט אז ווען די פילטערס פארשפארן עס גייט עס גיין רעכטס נישט לינקס. ס'גייט נישט אזוי שנעל ווערן אויפגעשפארט - זיכער נישט 'מער זאכן', רוב מענטשן אויף אייוועלט זענען למעשה אין די סיסטעם, און ווען די סיסטעם וועט זיי ריסטריקטן וועלן זיי זיך בייגן אדער לייגן נישט אוועקנייגן.
 
איך געדענקט שוין נישט ווי איך מיין אין פאליש אה איך דערמאן מיך אינעם שבת בלעטל בקיצור איינער פון די צוויי האט א יונגערמאן באשריבן א גאנצע ארטיקל אז נישט מער און נישט ווייניגער אייוועלט האט עים געמאכט א כופר אינגאנצן . סהאט זיך אנגעהויבן פון אייוועלט און אזוי איז ער אראפגעפארן בין ווערן אן אטיעסט...
 
לעצט רעדאגירט:
האט א יונגערמאן באשריבן א גאנצע ארטיקל אז נישט מער און נישט ווייניגער אייוועלט האט עים געמאכט א כופר אינגאנצן . סהאט זיך אנגעהויבן פון אייוועלט און אזוי איז ער אראפגעפארן בין ווערן אן אטיעסט
דאס איז שרעקליך!! שכח באשעפער פאר קרעמל!!
 
איך געדענקט שוין נישט ווי איך מיין אין פאליש אה איך דערמאן מיך אינעם שבת בלעטל בקיצור איינער פון די צוויי האט א יונגערמאן באשריבן א גאנצע ארטיקל אז נישט מער און נישט ווייניגער אייוועלט האט עים געמאכט א כופר אינגאנצן . סהאט זיך אנגעהויבן פון אייוועלט און אזוי איז ער אראפגעפארן בין ווערן אן אטיעסט
ווייל איי וועלט האט אים געמעקט און געבלאקט , איז ער געווארן באליידיגט, ון דארט איז געגאנגען קיין אידטיש און ער האט מחליט געווען ער איז נישט קיין בעבי טאטע, איז ער געקומען קיין קרעמל און געווארן א כופר...
יא אלעס האט זיך אנגעהויבן ביי איי וועלט...
 
איך האלט אז ווען די פילטערס פארשפארן עס גייט עס גיין רעכטס נישט לינקס. ס'גייט נישט אזוי שנעל ווערן אויפגעשפארט - זיכער נישט 'מער זאכן', רוב מענטשן אויף אייוועלט זענען למעשה אין די סיסטעם, און ווען די סיסטעם וועט זיי ריסטריקטן וועלן זיי זיך בייגן אדער לייגן נישט אוועקנייגן.
אקעי מאכט סענס
אבער וואס האלטסטו אויף סתם אזוי אנדרייען דערקעגן,
נישט רבנים און דיינים, נאר מער השמיעיני את קולך און הבדלה

האלטסט אז אידן גייען זיך אויפוועקן צו די מציאות אדער אז זיי גייען פארלירן אסאך באניצער אדער ביידע?
 
ליידער השמיעיני האט שוין נישט די פאנדס, זיי זאגן אז פון יעצט און ווייטער גייט די גליון גיין אויף האלב...

איך ענדזשוי עס צו ליינען גראדע... ווי זיי האקן אויף אייוועלט די לעצטע פאר וואכן, ס'איז זיס...
 
אקעי מאכט סענס
אבער וואס האלטסטו אויף סתם אזוי אנדרייען דערקעגן
נישט רבנים און דיינים נאר מער השמיני את קולך און הבדלה

האלטסט אז אידן גייען זיך אויפוועקן צו די מציאות אדער אז זיי גייען פארלירן אסאך באניצער אדער ביידע?
איך ווייס נישט וואס געשעט אין טערמס פון נומערן (צו עס שטייגט אדער פאלט), מיין פילינג איז אז ס'מאכט נישט אזוי שטארק אויס, ס'איז מער אזא ריטואל פון רעדן און האקן איבער דעם.

וואס ס'טוט יא איז אז עס צעמענטירט די גרופעס, ווי אן אייוועלט איד ווערט אנגעקוקט ווי א צווייטע סארט איד ווי אן 'השמיעני איד' אדער א איד פון 'חבורת יראים'.. און דאס האט ווידער גוטע השלכות, איינמאל עס איז דא אזא הייערארכיע און געוויסע קענען באשטיין צו 'פאלן' מער אויב זיי זענען שוין ממילא נישט אויפן שפיץ שטייסל.. דאס שפילט אריין אין מיין 'פיר גרופע' טעזע.
 
ליידער השמיעיני האט שוין נישט די פאנדס, זיי זאגן אז פון יעצט און ווייטער גייט די גליון גיין אויף האלב...

איך ענדזשוי עס צו ליינען גראדע... ווי זיי האקן אויף אייוועלט די לעצטע פאר וואכן, ס'איז זיס...
ביי מיך איז עס די וועכנטליכע מילתא דבדיחותא...
ס'פלעגט זיין בעסער אמאל, מיט מער פערזענליכע ערשטהאנטיגע מעשיות פון עלטער זיידעס דיינים וואס האבן חתונה געהאט מיט גויטעס נאכן אריינלייגן א VoIP פאון ליין אינדערהיים...
 
די חסידישע ווערסיע פון ברעין ראט (מוח שימל)
 
Back
Top