צומאכן אייוועלט

זאלן פילטערס בלאקן אידישע וועבזייטלעך?

  • יא

    Votes: 24 36.9%
  • ניין

    Votes: 39 60.0%
  • אנדערע: זיי מסביר

    Votes: 2 3.1%

  • Total voters
    65
אבער װאס װײס איך.
כ'בין דיר דן לכף זכות אז דו ווייסט טאקע נישט, ווייל איך וויל דיר נישט חושד זיין אז ביסט אן אכזר חלילה.

(שוין געווען אינעם געשעפט און זיך געכאפט אז כ'האב אהין שפאצירט אהן מיין בערזל!!! 😠🤬🤬
כ'האלט נאך פארן סמאדי! אפי' איך דארף שטיין ווייט פון זיך אליין יעצט!)

באמת איי לאוו יו, כ'בין נישט באלאנסירט אויפן מינוט... 😂😂😂
 
איך גיי נישט לייגן קיין סקרינשאט אבער נישט לאנג צוריק האט איינע פון די לייבן פון אייוועלט געשריבן א קלארע רעפערענץ צו די "פרענדס" שאו... (עס קען זיין אז ער האט בטעות געמיינט אז ער איז אין די פארמאכטע VIP lounge וואס עקזעסטירט דארט, כנודע)
.
 
איך גיי נישט לייגן קיין סקרינשאט אבער נישט לאנג צוריק האט איינע פון די לייבן פון אייוועלט געשריבן א קלארע רעפערענץ צו די "פרענדס" שאו... (עס קען זיין אז ער האט בטעות געמיינט אז ער איז אין די פארמאכטע VIP lounge וואס עקזעסטירט דארט, כנודע)
.
 
בנוגע דעם סמאדי זעהט מען בחוש דעם אין עצה ואין תבונה נגד השם.

שעפטי קען טרינקן טיי, מעדיטעיטאן, עקסערסייזן, אטעמען. מיט אביסל הונגער אויב ס'נישטא קיין סמאדי וועט ער זיך טענהן ווי א קליין קינד און האבן קאפוויי בלויז פון דעם אז א ברודער האלט עפעס אנדערש ווי אים. ביסט שוין געווארן אדער אן אומוויסנדער אדער אן אכזר...

כ'גיי עס נישט מעקן ווייל מ'מעג זעהן אז כ'בין אויך א הומען ביאינג מיט טריגערס...
-

צוריק צום ענין. כ'האב נאכאלס נישט קיין סמאדי. כ'קען נישט טרעפן מיין בערזל כ'טריי צו געוואר ווערן אויב איך האב עס באהאלטן פון מיין ווייב אדער פארקערט... 😂😂😂
 
בנוגע דעם סמאדי זעהט מען בחוש דעם אין עצה ואין תבונה נגד השם.

שעפטי קען טרינקן טיי, מעדיטעיטאן, עקסערסייזן, אטעמען. מיט אביסל הונגער אויב ס'נישטא קיין סמאדי וועט ער זיך טענהן ווי א קליין קינד און האבן קאפוויי בלויז פון דעם אז א ברודער האלט עפעס אנדערש ווי אים. ביסט שוין געווארן אדער אן אומוויסנדער אדער אן אכזר...

כ'גיי עס נישט מעקן ווייל מ'מעג זעהן אז כ'בין אויך א הומען ביאינג מיט טריגערס...
-

צוריק צום ענין. כ'האב נאכאלס נישט קיין סמאדי. כ'קען נישט טרעפן מיין בערזל כ'טריי צו געוואר ווערן אויב איך האב עס באהאלטן פון מיין ווייב אדער פארקערט... 😂😂😂
העפטיגע קאמפיין אין פולן שוואנג

Untitled (5).webp
 
אה. פארגעסן צו אפדעיטן כ'האב עס געטראפן און שוין געגעסן און געטרינקן.
און שוין לאנג פארגעסן אז כ'האב דא באזיכט...
❤️
 
וואס קאווע שטיבל האט געטון בכלל איז א גרויסע חורבן

אפיציעל איז קאווע שטיבל געווען א ווינקל ווי מ'האט געקענט שרייבן וואס מ'האט געוואלט פחד פון די סיסטעם, מ'האט געקענט אונטערייסן די סיסטעם וכדומה.

פרידאם אוו ספיעטש איז געווען א שטארקע זאך דארט.

פלוצלינג פון איין מינוט צום צווייטן האבן זיי געגעבן א מעק אפ א גרויס חלק דערפון, אויף עכט א פחדנישע וועג, וואס איז געווארן מיט אלע זייערע ווירדן?

אריין אין דרעין אריין

שוין בעסער צו סטיקן מיט אייוועלט אין זייער צענזור...

עה... נישט ממש... אייוועלט איז נאך אלס ערגער...
 
איך בין מחולק מיט דיר. ס'איז אײן זאך מגלה זײן װער ס'שטײט אונטער א ניק. גאר א צװײטע זאך זאגן װעלכע הודעה האט װעלכע ניק געשריבן.

ס'איז שױן אזױ אױך גאר שװער מיטצוהאלטן און לײענען אלטע אשכולות אין קאװעשטיבל װײל א 20 ניקס האבן צו מחמת רוגזא צו מחמת'ן זיך נישט אובאכט געבן גענוג װעמען זײ טראָסטן, אפגעמאכט אױסצומעקן זײערע ניקס אדער זיך א נײע נאמען צוגעבן. רוגזא מײן איך צו דיע רעװעלוציענערן װעלכע זענען געגאנגען זיך מאכן שבת פאר זיך מיט'ן אױפעפענען ”קרעמל„. װי איז נאך װען פיהלע האבן זיך מגלה געװען בכװנה כדי צושאפן א חברותא אין ריעל לײף.

איך האב גרױס דרך ארץ פאר די אלע ניקס; זײ זענען געװען די לײבן פון קאװעשטיבל בשעתם אבער די תוכן אױף קאװעשטיבל געהערט נישט אינגאצן פאר זײ, אפילו אױב די האָוּסטינג אדער סײט-דאָמײן האט יא פײנענשעלי געהערט צוזײ, און גײן אױסמעקן נעמען פון ניקס פארשװערט גאר שטארק דאס לײענען און האלטן חשבון װער עס רעדט צו װער.

איך האב קײנמאל נישט מגלה געװען פאר קײנעם סײ װער פון די אמתע פערזאנען אונטער דיע ניקס, און איך פלאן נישט צו, אבער גײן עדיטן די תוכן, איך רעד שױן נישט פון אפשפארן גאנצע חלקים פון דער פובליק, נאר צו באשיצן געװיסע יחידים, איז נישט קײן מענטשליכקײט.

די סײט איז געװען פאר'ן ציבור בײ דעם ציבור, נישט קײן עקסלוסיװע סערװיס פאר אפאר געװיסע יחידים, װאס האבן א פראבלעם געהאט צורעדן אפן אין עכטן קאװע צימער פון שוהל, ממילא זענען אונז, אלע אנדערע ניקס, נאר אזעלכע פּאָנדלעך, פױערן, זײ צו אונטערהאלטן און געבן א פלאטפארמע. װאספארא רשות גיבט עס זײ אז װען זײ זענען פעד אָפּ דערפון, מעגן זײ זיך אפטראגן נישט אײדער'ן װאנדאלאזירן דער סײט, עדיטן און רעסטריקטען אנדערעמ'ס װערק ס'זאל דינען זײערע פחדים, אנדערע װעלן עס אָנרופן פּאַראַנױע, און אזױ ארום פארשװערן דאס לײענען פאר א קומענדיגע דור?

פארװאס מעג איך נישט האבן צוטריט צו מײנע הודעות געשריבן אין מאחורי? פארװאס מעג איך נישט טארן איבערלײענען די שמועסן װאס איך האב געהאט מיט די NAMELESS ניקס און קענען לײכט װידער רע-קאָנסטראקטן און פאלױען די קאנװערזײשאָנס, אהן זיך מיטשען? פארװאס, אױב איך געדענק װער ס'איז געװען װער, זאל איך נישט טארן דא רעקארדירן פאר פּראָספּעריטי, װער ס'איז געװען װער, אָהן אױפדעקן די עכטע מענטשן אונטער זײ? װי איז נאך װען אפילו אזױ איז שװער צוריקצוגײן און אידענטיפיצירן װער פון די NAMELESS איז װער? סױרטשינג איז געבליבן די זעלבע שװער און אוממעגליך.

אױב זײ האבן זיך נישט גענוג אפגעהיטן איז עס קײנעם'ס פראבלעם נישט, נאר זײער אײגענע. דערפאר האבן זײ געקענט נוצן מיליאנע ניקים יעדער אײנער, זײ האבן געהאט די אפציע פון שרײבן מיט א שערד Anonymous ניק, און זײ האבן אפילו געקענט טױשן ניק נעמען פון אײן מינוט אױף דאס אנדערס אָהן קײנעם מודיע זײן - װי דער משל פון @שש משזר מיט @אדנירם. װי װײט עקסטרים דארף מען גײן מיט גילוי? אלעס האט דאך א שיעור.

חוץ טאמער רעדט מען פון אזא ניק װי @פארמעגליך װאס האט ארױסגעגעבן שונד-בלעטער אױף אײנע פון די סאטמאר רביס - און אױף צענדליגע מענטשן מיט עכטע נעמען און שמוציגע CVs ביהײנד זײ - אדער אזעלכע ניקס װי לעיקװאד װאס האבן זיך אפיציעל מגלה געװען אױף דער סײט און איז נאך הײנט אין די פובליק אײַ, איז מײן איך קײנער נישט אינטרעסירט הײנט צו װיסן און גרובן װער ס'איז געװען יאנקל אדער קופערניקוס אזױ װי קײנער איז נישט אינטרעסירט הײנט װער עס איז בדק_בית אדער מײמוני, צו סײ װער אנדערש, אױף הײד פארק צו בחדרי חרדים למשל.

די סײט איז כהיום אונ-אקטיװ, די ניקס זענען אונ-אקטיװ, ס'איז שױן אריבער 10-15 יאר פון דעמאלס, ס'איז היסטערי װי מ'זאגט. איך פארשטײ באמת נישט פארװאס מען דארף חושש זײן איבער די גבול?
גם אני מצטרף צו יעדעס ווארט.

נישט ח"ו צו אוועקמאכן די אמת'דיגע פחד פון די אויטאריטעטן און קאמפליקאציעס לגבי שידוכים וכו', און לעולם איז א גוטע זאך אז מענטשן זאלן קענען זיך רוקן ווייטער אין לעבן, ואין דבר העומד בפני התשובה, אבער עס שפירט זייער קאלעמוטנע.

אונז זענען מיר געווען קאמראדן אין די רעוואלוציע, אינאיינעם גענומען ריסקס, אינאיינעם אריינגעשפרונגען אינעם לייבן גרוב, והנה, די רעוואלוציע איז אדורכגעפאלן. טייל פון אונז זענען אריבערגעגאנגען טריבונאלן, בזיונות, גלות, רדיפות, כמעט סועסייד, און וואלגערן זיך עד היום אין פיין און חרטה. די אנדערע האבן געטוישט נאמען און אנטלאפן קיין ארגענטינע און לעבן א חיים טובים. עס שפירט זיך פארראטן.

כאטש מעק נישט אויס גארנישט. ווען איך זוך מיינע הודעות זע איך א מספר וואס איז ווייניגער ווי דער סכום וואס שטייט ביי מיין נאמען. משמע, עטליכע צענדליג זענען נישט בהישג יד. מסתמא עטליכע אין מאחורי, אנדערע סתם אזוי פארשפארט. מעשה ידי געשריבן מיט בלוט סתם אוועקגענומען פון מיר אן קיין ווארנונג.

אידן, אלעס וואס איר שרייבט אויף די אינטערנעט געהערט צו א צווייטן. גוגל, טוויטער, פעיסבוק, אלע וועלן איין שיינעם טאג זיך אויסמעקן. מ'דארף באהאלטן א ספאדיק אן אלטן, אלעס אוועקלייגן, יום יבוא, און די דורות הבאים וועלן נישט האבן קיין מושג פון וואס מ'רעדט.

מיר האבן מזל אז פארמעגליך עקזיסטירט נאך אויפ'ן געוועב (קץ דוחק, וואס האסטוך דערמאנט?...), שבת בלעטל איז שוין נישט בנמצא. אזוי אויך נישט פאליש און פורום ביקורת המקרא אויף בחדרי, און טויזנטער לינקס אין עצכח, און אלע קאמענטס צו נתן סליפקין'ס בלאג מיט אלע שטורמישע מלחמות דארט, און צענדליגער אלטע בלאג'ס. און ווער ווייסט וואס נאך. די דארק עידזש איז upon us. היסטאריע ווערט איבערגעשריבן און מיר ווערן אויסגעמעקט פון ספר החיים.

כאטש וואלט קאווע שטיבל געדארפט מאכן אן אנצייכענונג nameless 1, nameless 2, וכדו', צו קענען צוריק צוזאמשטעלן די שמועס. כאטש מעק נישט אויס גאנצע לענגערע תגובות וואס אן דעם איז דער שמועס א יתום. איינער האט דא געפרעגט צי עמיצער איז באלעבאס אויף זיינע ווערטער עד ביאת הגואל? לדעתי נישט. עס איז א קאלאבאראציע צווישן חברים. מענטשן שטרענגען זיך אן צו שרייבן, פארריכטן, נאכקוקן, אויפזוכן, וויסנדיג אז עס בלייבט און גיבט א חשיבות ווי א מורשת פון א מחבר ספר. אז דו האסט הנאה געהאט קענסטו נישט יעצט זאגן אקעי איך בין שוין זאט און איבערדרייען דעם גאנצן טיש.

א קעיס פון אמת'ע עמערזשענסי אפגערעדט, ווי הרב החובל בשעתו, איז דא געווען סתם א קול יוצא פאר אלע וואס האבן זיך שוין מוחל געווען די עבירות צו אפווישן אלץ וואס זיי האבן געטון בשיתוף חברים, אויסלעשן דעם עירקאנדישן, ארויסטראגן אלץ וואס קען נאך ווערן באנוצט, און איבערלאזן דאס פלאץ זאמלען שטויב, טונקל און פול מיט צוריסענע שמות. קענסט אלעמאל אריינקומען אויב די טיר איז אפן, אבער אינעווייניג איז טונקל און דערשטיקנד און נאכגעלאזט.

מיינע ווערק האבן מיר אויך אפגעקאסט בלוט און טרערן. עס איז מיר נישט איינגעפאלן צו מעקן. איך האב באצאלט דעם פולן פרייז, איך האב אויסגעטרונקען דעם כוס התרעלה ביז'ן סוף. איך פארשטיי אזעלכע וואס זענען פחדנים. הירא ורך הלבב איז רעוואלוציע נישט געמאכט פאר זיי. אבער איר האט אונז צוגעשטופט, אייער שרייבווערק אונז ערמוטיגט, מיר האבן געשפירט אז מיר זענען נישט אליין, אז מיר האבן שטיצע צו נעמען א שריט. יעצט זענט איר אלע צולאפן אין די מויזן לעכער און שרייען חי וקיים לאנג זאל לעבן דער עמפעראר, כאטשיג ווייז אונז א צייכן אז איר האט נישט אינגאנצן פארגעסן פון די קרבנות אויפ'ן שלאכטפעלד, כאטשיג א ווינק מיט'ן אויג בשעת מען טראגט אונז צו דער תלייה, זייט נישט אינגאנצן קיין פאררעטער צו א צוועק וואס מיר האבן אינאיינעם זייט ביי זייט געקעמפט.

שוין, מילא. נאר אזויפיל צו וויסן אויף להבא. אינטערנעט איז צייטווייליג. אלעס ווערט פארמעקט. אפשר צו האלטן אויף א קאמפיוטער און סעיוון, דארף מען נאר האפענונג אז די כסדר'דיגע אפדעיטס וועלן נישט מאכן אונזערע פיילס אומליינבאר אין געציילטע יארן. אויפ'ן וואלקן וועט אלעס פארמעקט ווערן מסתמא, אן אייגענעם אקאונט אויב באצאלסטו נישט, אויף יענעמ'ס - ווען א נייער סי אי או וועט פרובירן צו שפארן געלט און מעקן אלטע חשבונות. אפשר דארף מען אלעס ארויספרינטן און מיטלייגן אין קבר למען יעמדו ימים רבים.
 
@מיימון דו נעמסט מיר אויף אן השראה! א מין געמישעניש פון צער בענקשאפט קלאגעניש אויף א קומענדיגער חורבן שלא יבא! א בליק פון וואס די מענטשהייט וועט אלץ חלילה פארלירן און פארשקלאפט ווערן!

כ'וויין אויפן קומענדיגן דור וואס וועט נישט וויסן ווי אזוי אידישקייט האט אויסגעקוקט אפי' אפאר יאהר פריער!
 
איך וויל מיר נישט אריינשטעקן די קאפ דא, איך בין פון די נייע דור, אבער אלס איזהו חכם וכו.. וויל איך ראקאמענדירן אז כאטשיג דא אין קרעמל זאל מען יעצט מאכן א אפשטומונג ווי יעדער אן אויסנאם זאל שטימען וואס ס'זאל געשען צי זייער געשריבענע ווערטער לאחר מאה ועשרים פון קרעמל, זאל זיל נישט מאכן ח"ו.

אין אויב איינער שטימט אז זיינע ווערטער צוזאמען מיט זיין ניק זאלן בלייבן, בלייבט עס.

אין פאר נייע ניקים זאל עס זיין אין טערמס אין קאנדישענס ווען זיי סיינען זיך אויף

(וואס די דין זאל זיין ווען די סייט איז נאך עקטיוו, צי א מענטש האט די רעכט אויסצימעקן אלע זיינע מעסעדזשעס פאר נאו גאד ריזען, בין איך נאך מסופק)
 
איך וויל מיר נישט אריינשטעקן די קאפ דא, איך בין פון די נייע דור, אבער אלס איזהו חכם וכו.. וויל איך ראקאמענדירן אז כאטשיג דא אין קרעמל זאל מען יעצט מאכן א אפשטומונג ווי יעדער אן אויסנאם זאל שטימען וואס ס'זאל געשען צי זייער געשריבענע ווערטער לאחר מאה ועשרים פון קרעמל, זאל זיל נישט מאכן ח"ו.

אין אויב איינער שטימט אז זיינע ווערטער צוזאמען מיט זיין ניק זאלן בלייבן, בלייבט עס.

אין פאר נייע ניקים זאל עס זיין אין טערמס אין קאנדישענס ווען זיי סיינען זיך אויף

(וואס די דין זאל זיין ווען די סייט איז נאך עקטיוו, צי א מענטש האט די רעכט אויסצימעקן אלע זיינע מעסעדזשעס פאר נאו גאד ריזען, בין איך נאך מסופק)
אדרבה, עפן א וואוט
 
איך מיין צוזאגן, עפן א וואוט אויב מען זאל מאכן אזא זאך און אויב גייט עס דורך זאלן עס די מאדס אדורך פירן, בין איך ראנג?
 
איך מיין צוזאגן, עפן א וואוט אויב מען זאל מאכן אזא זאך און אויב גייט עס דורך זאלן עס די מאדס אדורך פירן, בין איך ראנג?
איך פארשטיי, אבער איך ווייס נאך נישט וואס די מאדס זאגן בכלל צי אזא איידיע.. פאר איך מאך א אפשטימונג וואס גייט בינדען זייער הענט צי עס.
 
ביסט א וועטעראן - דו ביסט בעל הבית!
שמועס אדורך, מאך א וואוט!

געב נישט קיין איבריגע פאווער אדער כבוד צו די מאדס!
(שבתי שעל ידי שעפטי)
 
אין אויב איינער שטימט אז זיינע ווערטער צוזאמען מיט זיין ניק זאלן בלייבן, בלייבט עס.
דערמאנט מיר פון דער בעל תשובה וואס האט מוסר מודעה געווען אז אויב ער איז חוזר לסורו פארן שטארבן איז עס נישט אים נאר א דיבוק מתוך גרונו..

וואספארא תוקף פונקטליך האט אזא 'שטימע' אויב א טאג שפעטער קען ער שרייען פארקערט?! וכי רצו מאי הוי, נהדרי בהו, וכי קנו מידן מאי הוי, קנין דברים בעלמא הוא.. Consent ארבייט אקוראט ווילאנג מ'ציט נישט צוריק, והשתא דאתית להכא איז מען back to square one.
 
Back
Top