נומערן זאגן נישט קיין ליגנט, צי דען?

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
789
רעאקציע ראטע
3,910
היינט איז ארויס געקומען א שטודיע פון ,Mispar א שטודיע קאמפעני פון/פאר עמי מאגעזין.
זיי האבן שטודירט וויפיל שדכנים ווערן באצאלט אן עווערעדזש, און זיי זענען געקומען צי די מסקנה אז א פרוי באקומט $2700 און א מאן באקומט $9000.
א יעדע בר בי רב דחד יומא ווייסט אז דאס איז נישט אמת, א מאן שדכן באקומט נישט צופיל מער פון א פרוי און זיכער נישט מיט %400 מער.
איך קום נישט נישט זאגן אז זיי זענען ליגענערס, איך קום אבער יא זאגן א נומערן זאגן יא ליגענט, וואס דא איז געשעהן קען מען זעהן אויפן טשארט אז איין מאן שדכן האט באקומען איבער צעהן אלפים און לכאורה רעדט מען פון א צודרייטע נומער ווי למשל הונדרעט טויזענט און דאס האט ארויפגעברענגט די עווערידש צי $9,000, וואס דאס איז פשוט א פאלשע מסקנה.

וואס וויל איך ארויסברענגען? אז נומערן קענען יא זאגן ליגענט!
IMG_7916.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:

די כאפסט נישט אז די אמי זוכט איצטערט א סאמעטוכעס
 
מסתמא איז דאס פון דרויסענדיגע געמיינדעס, ביי אונז איז נישט דא קיין פרויען שדכנים.

אין די טעגליכע שמחה צעטלעך איז נישט צום געפינען פרויען שדכנים, מ'זעהט אדער ר' פלוני אדער אשת ר' פלוני און די טשעק געבט מען אוודאי פאר'ן ר' פלוני
 
לעצט רעדאגירט:
וויפיל איז
5+5/2
פשוט אז ס׳איז פינף, ווייל פינף מיט פינף איז צעהן און ווען מען צוטיילט עס אין צוויי בלייבט מען מיט פינף.
אבער ווען מען לייגט עס אריין אין קאלקיולאטור באקומט מען 7.5 ברויך מען פארשטיין וואס גייט דא פאר?
די תירוץ איז אז ס׳איז א מחלוקת הפוסקים וויאזוי מען דארף רעכענען אזא מין מאטעמאטישע פראבלעים, יש אומרים מען רעכנט כסדרן, ווי אונז אלע זענען געוואוינט דהיינו פון לינקס אויף רעכטס, ויש דורשים אותו לגנאי און מען רעכנט ערשט די מאלטפיקעשען און דעוויזשען און דערנאך די עדישאן און סובסטרעקשען (איך פארשטיי בכלל נישט די לאגיק פון די שיטה, אבער עכ״פ און די אויפגעקלערטע וועלט איז דעיס מער אנגענומען).
במילא די מאדערנע טעק קאמפעניס האלטן ווי די צווייטע שיטה און דערפאר באקומט מען א 7.5, און מען וועט טאקע זעהן אז אין א פשוט׳ע אלטמאדישע קאלקיולאטור ווט די ענטפער יא זיין 5 ווייל זייער פראגראמירער האט געהאלטן ווי דער ערשטער שיטה.

ויאמר ג׳ פעמים בקול רם ״נומערן זאגן נישט קיין ליגענט״
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_7926.jpeg
    IMG_7926.jpeg
    205.5 KB · געזען: 28
נישט אין דער אלטמאדישער קאלקיולאטאר
אין א סייענטיפיק קאלקיולעיטאר יא, ס'האט מער פאנקציעס און טוּלס כדי צו אריין לייגען די input אינפא כהלכה, און לויט דעם ארבעט ער.

משא"כ א געהעריגע קאלקולעיטאר, וואס איז זייער לימיטעד אין אינפוּט פאנקציעס, ווערט די אינפארמאציע נישט ריכטיג אריין געלייגט, ממילא פראסעסד ער נאר וואס ער לייענט, און garbage in garbage out

-----------

כאמור, איז pemdas די אנגענומענע מהלך יארן פאר קאלקיולעיטארס האבן עקסעסטירט
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס נישט אויב די ריכטיגע מסקנא איז אז "נומערן" זאגן ליגנט, אדער אז דער "עוורעדזש" זאגט ליגנט.

כדי צו זיין מער פונקטליך וואלט איך גאזאגט אז אן "עוורעדזש" איז א פונקציע וואס נעמט אסאך דאטא (פונקטן פון אינפארמאציע) און קאמפרעססד עס אין איין פונקט.
כדי לשבר את האוזן - איינער האט געקויפט זייער א טייערע קאמערע און האט קונצליך פאטאגראפירט מיט א דראון א היי-קוואליטי פיקטער פון א גאנצע שטעטל. די פיקטער איז געסעיווט און א זייער גרויסע פייל און ענטהאלט זייער קלארע פיקסל-פערפעקט בילד פונעם שטאט, מ'קען אריינזומען און זעהן יעדע איינציגע הויז.

דערנאך איז איינער געגאנגען און קאמפרעססעד דעם פיקטער צו א רעגולער קליינע פיקטשער מיט אסאך א קלענערע רעזולושן. די קאמפרעססטע בילד איז נאך אלס א שיינע בילד פונעם שטאט - אבער ווען מ'פאנגט אן אריין צו-זומען באקומט מען נישט קיין קלארע בילד.

דאס איז וואס אן "עווערעדזש" טוהט - עס איז געמאכט צו געבן אן אויבערפלעכליכע קאמפרעססעד איבערבליק אויף די טויזנטער פונקטן פון דאטא.

למעשה - אן עווערעדזש איז נאר א ריכטיגע איבערבליק אויב עס איז נישט פארהאן קיין עקסטרעם פעלער, אויב אבער זענען פאראן איינס אדער צוויי עקסטרעם פעלער - וועט די עוורעדזש נישט געבן קיין ערווארטעטע איבערבליק, און וועט נישט באמת דערציילן די אינפארמאציע וואס מ'איז אינטרעסירט.

צוליב דעם זענען פאראהן נאך עטליכע סארטן פונקציעס וואס קענען אונז דערציילן איבער די דאטא סעט. למשל די "מידיאן" פונקציע - אין אונזער פאל וואלט געגעבן א בעסערע בליק, אדער לפחות - וואלט עס אונז געוויזן ווי וייט די עווערעדזש איז פארקראכן.
 
אז א מענטש לייגט אריין איין פוס אין קאלט וואסער און איין פוס אין הייס וואסער. וועט ער זיין אין עווערעזש פונקט באקוועם ווארעם...
 
וויפיל איז
5+5/2
פשוט אז ס׳איז פינף, ווייל פינף מיט פינף איז צעהן און ווען מען צוטיילט עס אין צוויי בלייבט מען מיט פינף.
אבער ווען מען לייגט עס אריין אין קאלקיולאטור באקומט מען 7.5 ברויך מען פארשטיין וואס גייט דא פאר?
די תירוץ איז אז ס׳איז א מחלוקת הפוסקים וויאזוי מען דארף רעכענען אזא מין מאטעמאטישע פראבלעים, יש אומרים מען רעכנט כסדרן, ווי אונז אלע זענען געוואוינט דהיינו פון לינקס אויף רעכטס, ויש דורשים אותו לגנאי און מען רעכנט ערשט די מאלטפיקעשען און דעוויזשען און דערנאך די עדישאן און סובסטרעקשען (איך פארשטיי בכלל נישט די לאגיק פון די שיטה, אבער עכ״פ און די אויפגעקלערטע וועלט איז דעיס מער אנגענומען).
במילא די מאדערנע טעק קאמפעניס האלטן ווי די צווייטע שיטה און דערפאר באקומט מען א 7.5, און מען וועט טאקע זעהן אז אין א פשוט׳ע אלטמאדישע קאלקיולאטור ווט די ענטפער יא זיין 5 ווייל זייער פראגראמירער האט געהאלטן ווי דער ערשטער שיטה.

ויאמר ג׳ פעמים בקול רם ״נומערן זאגן נישט קיין ליגענט״
דו קענסט טוישן ווי דער קאלקיולאטאר רעכנט דורך צו נוצן באזונדערע מעטאדן אדער פּראדזשעקטן וואס דו ווילסט ערשט דורכפירן. דא איז ווי אזוי דו קענסט דאס טון:
  1. פארענדערן די רעכענונג:אויב דו ווילסט דעם קאלקיולאטאר זאל ערשט רעכענען ווי דו מיינסט, קענסטו נוצן קלאמרן (parentheses) צו שטעלן די סדר. צום ביישפּיל:
    • ווען דו ווילסט דער רעזולטאט 5, טו דעס(5+5)÷2(5 + 5) \div 2(5+5)÷2 דאָס וועט ערשט צונעמען 5 + 5 = 10 און דערנאך צוטיילן 10 ÷ 2 = 5.
  2. פֿאַרבינדן אן "אלד-סקול“ קאלקיולאטאר: געוויסע עלטערע קאלקיולאטארס רעכענען טאקע אזוי ווי דו באשרייבסט, פון לינקס אויף רעכטס אן צו נעמען אין חשבון דעם ארדער פון אָפּעראַטיאָנס (PEMDAS). אויב דו נוצט אזא קאלקיולאטאר, וועט דער רעזולטאט זיין פינף.
  3. פראגראמירן א קאלקיולאטאר: אויב דו ביסט באַקאַנט מיט פראגראמירונג, קען מען שרייבן א פראגראם אדער שפילן זיך מיט די סעטינגס אין געוויסע קאלקיולאטאר־אפס צו טוישן דעם סדר פון רעכענונג. די מערסטע קאלקיולאטארס וועלן נאכפאלגן דעם עיקר פון PEMDAS, אבער אין געוויסע ווערסיעס קען מען קאסטאמייזן דעם פּראצעס.
צו קאַנטראָלירן די רעזולטאטן אין ספעציפישע זאכן, איז דער בעסטער וועג צו נוצן קלאמרן כדי דער קאלקיולאטאר זאל דורכפירן די פעולות לויט דיין חשבון.
 
א קליינע נקודה למחשבה - נישט אז עס פארענטפערט די אבסורד רעזולטאטן.

עס איז דא פילפאכיג מער פרויען שדכנים ווי מענער דערפאר קען זיין אז די פרויען נומערן זענען מער אקוראט
 
היינט איז ארויס געקומען א שטודיע פון ,Mispar א שטודיע קאמפעני פון/פאר עמי מאגעזין.
זיי האבן שטודירט וויפיל שדכנים ווערן באצאלט אן עווערעדזש, און זיי זענען געקומען צי די מסקנה אז א פרוי באקומט $2700 און א מאן באקומט $9000.
א יעדע בר בי רב דחד יומא ווייסט אז דאס איז נישט אמת, א מאן שדכן באקומט נישט צופיל מער פון א פרוי און זיכער נישט מיט %400 מער.
איך קום נישט נישט זאגן אז זיי זענען ליגענערס, איך קום אבער יא זאגן א נומערן זאגן יא ליגענט, וואס דא איז געשעהן קען מען זעהן אויפן טשארט אז איין מאן שדכן האט באקומען איבער צעהן אלפים און לכאורה רעדט מען פון א צודרייטע נומער ווי למשל הונדרעט טויזענט און דאס האט ארויפגעברענגט די עווערידש צי $9,000, וואס דאס איז פשוט א פאלשע מסקנה.

וואס וויל איך ארויסברענגען? אז נומערן קענען יא זאגן ליגענט!View attachment 98

עס טוט זיך יעצט און ענגלאנד א סקאנדאל: פאר איין יאר צוריק האט מען געטראפן שולדיג א נעיו-נעטעל נורס Lucy letby פארן קאלט בלוטיגן מערדער פון 7 בעיביס. נאכן איר אריין ווארפן אין טורמע האבן וועלטס בארימטע סטאטיסטיקער אנגעהויבן זאגן אז מען האט זיך פארלאזט אויף א פאלטשע סטאטיסטיק און עס ווייזט נישט אויף איר שילד.
Lucy Letby: Questions grow in debate on killer's convictions
 
אז א מענטש לייגט אריין איין פוס אין קאלט וואסער און איין פוס אין הייס וואסער. וועט ער זיין אין עווערעזש פונקט באקוועם ווארעם...
אפשר "עוורעדזש" ווארעם. אבער "באקוועם" ווארעם...?
 
דא איז א ווידיא וועגן סטאטיסטיקס און ווי גרינג ס׳איז ארויסצונעמען וואס מען וויל, סטאטיסטיקס איז א קאמפליצירטע נושא, און ס׳איז וויכטיג צו פארשטיין וויאזוי פארשער ארבייטען מיט סטאטיסטיקס פארן ארויסנעמען די אייגענע מסכנות
 
Back
Top