נומערן זאגן נישט קיין ליגנט, צי דען?

היינט איז ארויס געקומען א שטודיע פון ,Mispar א שטודיע קאמפעני פון/פאר עמי מאגעזין.
זיי האבן שטודירט וויפיל שדכנים ווערן באצאלט אן עווערעדזש, און זיי זענען געקומען צי די מסקנה אז א פרוי באקומט $2700 און א מאן באקומט $9000.
א יעדע בר בי רב דחד יומא ווייסט אז דאס איז נישט אמת, א מאן שדכן באקומט נישט צופיל מער פון א פרוי און זיכער נישט מיט %400 מער.
איך קום נישט נישט זאגן אז זיי זענען ליגענערס, איך קום אבער יא זאגן א נומערן זאגן יא ליגענט, וואס דא איז געשעהן קען מען זעהן אויפן טשארט אז איין מאן שדכן האט באקומען איבער צעהן אלפים און לכאורה רעדט מען פון א צודרייטע נומער ווי למשל הונדרעט טויזענט און דאס האט ארויפגעברענגט די עווערידש צי $9,000, וואס דאס איז פשוט א פאלשע מסקנה.

וואס וויל איך ארויסברענגען? אז נומערן קענען יא זאגן ליגענט!View attachment 98
דאס מיינט נאר אז די מהלך פון צאמנעמען סטאטיסטיקס און דאס רעכענען קען זיין flawed.
 
דא איז א ווידיא וועגן סטאטיסטיקס און ווי גרינג ס׳איז ארויסצונעמען וואס מען וויל, סטאטיסטיקס איז א קאמפליצירטע נושא, און ס׳איז וויכטיג צו פארשטיין וויאזוי פארשער ארבייטען מיט סטאטיסטיקס פארן ארויסנעמען די אייגענע מסכנות
זייער א אימפארמאטיווע ווידיא, ער צולייגט וויאזוי מ׳קען אויסטייטשען א סטאטיסטיק נומבער צוויי אנדערע וועגן געבענדיג א געלעגענהייט פאר די מידיא ארויסצולייגן א בייעסד אפיניאן.

למשל, אז דעי יאר איז איין פון א מיליאן מענטשען געווארן אראפ געקלאפט ביים קראסען די גאס, און די נעקסטע יאר איז די נאמבער ארויף צו צוויי פון א מיליאן, מען קען עס אנקוקן אז די נאמבערס זענען ארויף מיט א פוינט פוינט פון א פראצענט אין מ׳האט שוין געהערט אזאנס, אדער קען מען שרייען אז די צאל איז ארויף מיט א הונדרעט פראצענט (ווייל למעשה האט זיך עס געדאפעלט) און ס׳איז ממש א קריזיס…
 
אויב 0.3333333333 וכו׳ עד אין סוף איז א דריטל, פארוואס איז 0.99999999999 עד אין סוף נישט 1?
 
אויב 0.3333333333 וכו׳ עד אין סוף איז א דריטל, פארוואס איז 0.99999999999 עד אין סוף נישט 1?
דו רעדסט פון א דריטל, וואס איז א פראקציע, נישט קיין נומער.
ביי א פראקציע דארפסטו פרעגן, א פראקציע פון וואס?

אויב האסטו א שיסל מיט 99 עפלעך וועט א דריטל זיין פונטקליך 33.
אויב רעדסטו פון די נומער הונדערט וועט עס מוזן זיין אין סוף, ווייל עס וועט אייביג איבערבלייבן איינס מער וואס קען נישט ווערן צוטיילט אין 3.

0.3333 עד אין סוף וועט קיינמאל נישט ווערן 0.34
 
אויב 0.3333333333 וכו׳ עד אין סוף איז א דריטל, פארוואס איז 0.99999999999 עד אין סוף נישט 1?
איך מיין די תשובה איז פשוט'ער, 0.3333333 גייט טאקע אויך קיינמאל נישט ווערן קיין דריטל!

'עד אין סוף' אי א סלאגאן אן קיין מינונג, ווייל מ'קען דאך נישט גיין עד אין סוף, און אפי' ווען יא וואלט מען ווייטער געדארפט צולייגן 3'ערס צו קומען נענטער צו א דריטל, פונקט ווי צולייגן 9'ערס וואלט געקומען נענטער צו 1.

די זאך איז אז אין אונזער די דעצימעל סיסטעם קען מען נישט במציאות ארויסשרייבן קיין פונקטליכע דריטל ווייל עס איז א פראקציע וואס האט נישט קיין נומער דערפאר. שרייבן 0.333333 איז מער אזא סימן וואס יעדע פארשטייט אז עס דארף צו באדייטן א פונקטליכע דריטל.
 
'עד אין סוף' אי א סלאגאן אן קיין מינונג, ווייל מ'קען דאך נישט גיין עד אין סוף, און אפי' ווען יא וואלט מען ווייטער געדארפט צולייגן 3'ערס צו קומען נענטער צו א דריטל, פונקט ווי צולייגן 9'ערס וואלט געקומען נענטער צו 1.
איך מיין דא ליגט די טעות (סיי זיין קשיא און סיי דיין תירוץ).

צושטעלן א פראקציע צו א נומער, איז צושטעלן עפלעך צו אראנזשעס.

די עיקר חילוק איז אז פראקציעס (חלקים) איז רעלאטיוו, א פראקציע פון....
א נומער איז א נומער. אן זיך צושטעלן צו עפעס אנדערש.

אויב רעדט מען למשל פון די נומער 1

0.3333 עד אין סוף וועט זיין א פונטקליך דריטל און דאס איז אן אמת'ע מציאות (אין טעאריע פארשטייט זיך). מ'קען עס אפילו ארויסשרייבן .
(...0.333) = 3 ÷ 1

(...0.999) וועט קיינמאל נישט ווערן 1.

לסיכום:

פראקציעס.
0.33333 עד אין סוף = א פונקטליכע 1/3 (דריטל)
0.99999 עד אין סוף = א פונקטליכע 1/99 (ניין און ניינציקסטל 🤷🏻‍♂️)

נומערן.
0.33333 עד אין סוף וועט קיינמאל נישט אנקומען צו די נעקסטע פראקציע (0.34).
0.99999 עד אין סוף וועט קיינמאל נישט אנקומען צו די נומער איינס.
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין די תשובה איז פשוט'ער, 0.3333333 גייט טאקע אויך קיינמאל נישט ווערן קיין דריטל!
0.3333 עד אין סוף וועט זיין א פונטקליך דריטל און דאס איז אן אמת'ע מציאות (אין טעאריע פארשטייט זיך). מ'קען עס אפילו ארויסשרייבן .
0.999999… עד איז סוף איז טאקע יא ממש 1.
שרעקעדיג. איך זע דא דריי לייבן מיט דריי אנדערע שיטות...
 
0.999999… עד איז סוף איז טאקע יא ממש 1.
האב איך שוין געלערנט עפעס היינט.
שכוח.

אבער ס'איז נישט פאר די זעלבע סיבה פארוואס 0.333 צו אינפיניטי איז א פונטקליך דריטל.
איך מיין ס'איז נאך אלץ צוגעשטעלט עפל צו אראנזשעס.

...0.888 וועט נישט זיין 0.9
און 0.3333 וועט ניט זיין 0.4

דאס איז אן עקסטערע חידוש ביי 0.999 וויבאלד עס ווערט אינפיניטלי נאנט צו 1.

מאכט סענס?
 
לעצט רעדאגירט:
0.999999… עד איז סוף איז טאקע יא ממש 1.
איך פארשטיי נישט קיין ווארט פון די 'פרוף' דארט. קענסט עס ביטע מסביר זיין אויף פלעין אידיש?

איך פארשטיי אבער נישט וויאזוי עס איז מעגליך פאר 0.33333 צו גרייכן א דריטל.
איך קען הערן אז עס 'רעפרעזענטירט' א פונקטליכע דריטל, און אז ווען מ'וויל שרייבן 1/3 גייט מען נוצן ....0.3333 פשוט ווייל ס'נישטא בעסערס אין אונזער סיסטעם. ס'מיינט אבער נישט אז גיין דערמיט ביז אין סוף (וואס מיינט דאס בכלל? - עס איז לכאו' מינונגלעס.) גייט סיי ווען גרייכן א פונקטליכע דריטל. די מציאות איז אז א דעצימעל (- 10) האט נישט קיין אקוראטע רעפרעזענטאציע פאר א דריטל. 0.33 איז די נענסטע וואס מ'קען גיין, וזהו.

@מר שושני איך פארשטיי אויך נישט וואס דו זאגסט. עגעין, איך פארשטיי אז אין טערמס פון די פראקציע וואס מ'וויל ארויסברענגען און רעפרעזענטירן איז 0.333 א דריטל (און מעגליך 0.999 א גאנצע), אבער אויפריכטיגערהייט איז 3 קיינמאל נישט קיין גאנצע דריטל - נישט קיין חילוק וויפיל 3'ס מ'לייגט צו און ווי קליין די פראקציע ווערט.
 
קודם דארף מען גלייבן אמונה פשוטה, דערנאך קען מען פרובירן פארשטיין. 🤣

דו אליין ביסט עס גוט מסביר.
טאקע ווייל 0.3 איז נישט קיין עכטע דריטל, טאקע וועגן דעם איז 0.33333 עד אין סוף (to infinity), די איינציגסטע וועג צו רעפרעזענטירן אן אמת'ע דריטל פון דער נומער איין.

ס'איז פארשטייט זיך נאר אין טעאריע. אין מציאות גייט מען קיינמאל נישט דארפן אזא פונקטליכע דריטל.

(...0.9999 איז נאר נאך א וועג צו רעפרעזענטירן 1.
דאס איז אן עקסטערע סוגיא וואס @מי אני האט אריינגעברענגט צו פשוט ענטפערן אויף מיין טעות.)
 
איך פארשטיי אבער נישט וויאזוי עס איז מעגליך פאר 0.33333 צו גרייכן א דריטל.
איך קען הערן אז עס 'רעפרעזענטירט' א פונקטליכע דריטל, און אז ווען מ'וויל שרייבן 1/3 גייט מען נוצן ....0.3333 פשוט ווייל ס'נישטא בעסערס אין אונזער סיסטעם. ס'מיינט אבער נישט אז גיין דערמיט ביז אין סוף (וואס מיינט דאס בכלל? - עס איז לכאו' מינונגלעס.) גייט סיי ווען גרייכן א פונקטליכע דריטל. די מציאות איז אז א דעצימעל (- 10) האט נישט קיין אקוראטע רעפרעזענטאציע פאר א דריטל. 0.33 איז די נענסטע וואס מ'קען גיין, וזהו.
דאס איז דאך @קהל׳ס נער'ס טענה, אז פונקט ווי 0.333 רעפרעזענטירט א דריטל ווייל ווען מ'זאל ווען קענען גיין עד הסוף וואלט עס געווען א דריטל, די זעלבע זאל 0.999 זיין איינס ווייל ווען עס קען ווען גיין עד הסוף וואלט עס געווען איינס. און אויף דעם טענה'ט @מי אני אין הכי נמי
 
איך מיין אז נישט.

מיין חילוק אויבן צווישן פראקציעס און נומערן גייט נאך אלץ אן.

נאר פונקט ביי ...0.9999 איז דא א ספעציעלע חידוש.

...0.77777 גייט נישט ווערן 0.8

די קשיא איז נאכאלץ א טעות מיסודו מיטן צוגלייכן די צוויי.

עכ"פ לויט מיין פארשטאנד... וואס ווייס מיר אונז...
 
0.777 גייט טאקע נישט ווערן 0.8 ווייל עס צילט בכלל נישט צו 0.8, עס גייט זיין 7/9, אבער 0.7999 איז יא 0.8 ווייל עס צילט אהין.

עס איז דא איין חילוק, אז ביי 0.333 איז דאס די איינציגסטע וועג צו שרייבן א דריטל דורך דעסימאלס און די זעלבע 0.777, משא"כ ביי 0.9999 אדער 0.7999 האסטו א ברירה צו שרייבן ווי א נארמאלע מענטש
 
קומט אויס אז ביידע זענען גערעכט. מ'קען זאגן אז אין די דעצימאל סיסטעם - וויבאלד ס'נישטא קיין אנדערע וועג גייט 0.3333 'מיינען' א דריטל - הגם ווי איך זאג גייט עס קיינמאל נישט עכט 'זיין' א דריטל.
די זעלבע איז מיטן 0.99999 וואס אויב מ'וויל גיין קרום קען מען אזוי ארויסברענגען און 'רעפרעזענטירן' נאך א וועג צו זאגן 1. אבער עס גייט נישט 'ווערן' באמת 1.

עס קומט אראפ צו דעם סעמאנטישן דעבאטע אויב 'equal' גייט טאקע מיינען 'עס איז די זעלבע' ס"ה ווייל מיר נוצן די ווערטער צו רעפרעזענטירן די זעלבע זאך.
 
0.777 גייט טאקע נישט ווערן 0.8 ווייל עס צילט בכלל נישט צו 0.8, עס גייט זיין 7/9, אבער 0.7999 איז יא 0.8 ווייל עס צילט אהין
אין הכי נמי. דאס איז ווייל דו קומסט ווייטער אן צו דעם 0.999 נאר גערוקט איין דעסימעל צו רעכטס.

דאס איז אבער מיין פוינט. פאר פראקציעס דארפסטו נישט צוקומען צו דעם.

איך וואלט געזאגט, (נישט נאכגעקוקט יעצט), אז ...0.333 = 3 ÷ 1 איז געווען באוואוסט סאך פאר די ...0.9999 = 1
 
קומט אויס אז ביידע זענען גערעכט. מ'קען זאגן אז אין די דעצימאל סיסטעם - וויבאלד ס'נישטא קיין אנדערע וועג גייט 0.3333 'מיינען' א דריטל - הגם ווי איך זאג גייט עס קיינמאל נישט עכט 'זיין' א דריטל.
די זעלבע איז מיטן 0.99999 וואס אויה מ'וויל גיין קרום קען מען אזוי ארויסברענגען און 'רעפרעזענטירן' נאך א וועג צו זאגן 1. אבער עס גייט נישט 'ווערן' באמת 1.

עס קומט אראפ צו דעם סעמאנטישן דעבאטע אויב 'equal' גייט טאקע מיינען 'עס איז די זעלבע' ס"ה ווייל מיר נוצן די ווערטער צו רעפרעזענטירן די זעלבע זאך.
ניין.
ס'איז באמת א דריטל און באמת 1.
....0.33333 = 3 ÷ 1
....0.99999 = 1

נאר פאר אנדערע סיבות.

די פראקציע פארשטיי איך אלס א פשטות.

ביי די 0.99 פארלאנגט זיך מער סאפיסטיקירטע מאטעמאטיק דאס צו פרואוון. @מי אני אפשר ארויסהעלפן.
 
Back
Top