איז מעגליך צו טון אן עבירה?

סטראבערי

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 28, 2024
מעסעדזשעס
24
רעאקציע ראטע
68
איז עס מעגליך צו טון א עבירה? א מאדנע קשיא וועלן זיך טייל וואונדערן. מ'זעהט דאך טעגליך אז מענטשן טוען זאכן וואס מ'טאר נישט!

איז אזוי, לאמיר פארשטיין א מינוט. גאט איז דאך די גאנצע וועלט. אלעס וואס עקזיסטירט איז דאך א חלק פון גאט. אנדערש וועט מען מוזן זאגן אז ס'איז דא א עקזיסטענץ וואס איז נישט קיין חלק פון גאט. דאס וועט אויך מיינען אז גאט האט א גבול און א ערך.... בקיצור מ'וועט מוזן זאגן אז אלעס איז גאט.

מיינע מחשבות, געדאנקען, און אמונה איז דאך אלעס גאט. וואס מיינט טון א עבירה? טון א זאך קעגן די רצון פונעם אויבערשטן.

שטעלט זיך די פראגע, אויב גאט טוט א זאך וואס גאט אליינס איז דער וואס האט געזאגט נישט טון הייסט עס א עבירה?

כ'פארשטיי אז טייל ליינערס וועלן זיך דינגען אויף מיינע הנחות. אנדערע וועלן טענה'ן אז איך פארשטיי נישט געוויסע טערמינען. די כונה פון די שנירל איז נאר צו האבן א שמועס. ווילאנג איר האלט זיך ב'כבוד'דיג פילט פריי צו זאגן אייער מיינונג.
 
ווען איך האלט שוין באמת ביי דעם דרגה אין השגה, דאן איז נישט מעגליך אז כ׳זאל טון אן עבירה.

(און אויב ח״ו יא וועליך זיך נישט אויפעסען דערויף. משא״כ אויב איך זעה נאך דעם זיך אלץ א נפרד פון ג-ט דאן האב איך מורא פון דעם עבירה און אירע קאנסקווענצן אפילו ווען איך זינג ׳אין עוד מלבדו׳)
 
וואס הייסט? פארוואס דארף א מענטש זיין אויף א דרגה? ער איזה דאך כולו גאט.

ווי איך ווי איזה שייך א הפרדה צו גאט. וואס דען איז א מענטש אויב נישט א שטיק אלוקות.
 
לעצט רעדאגירט:
דעריבער גייט מיר נישט זיין הייס אין גיהנום?
 
כ׳אב געמיינט צו זאגן אויב...
(דו נעמסט דעם שמועס צו אן אנדערע ריכטונג?)
 
@סטראבערי די קעפל אליין 😂
פליז שרייב ווייטער!

אפשר טוהט טאקע גאט עבירות?

ברכות לב. אמר רבי חמא ברבי חנינא אלמלא שלש מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאי ישראל חד דכתיב ואשר הרעותי וחד דכתיב (ירמיהו יח, ו) הנה כחומר ביד היוצר כן אתם בידי בית ישראל וחד דכתיב (יחזקאל לו, כו) והסירותי את לב האבן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר רב פפא אמר מהכא (יחזקאל לו, כז) ואת רוחי אתן בקרבכם ועשיתי את אשר בחקי תלכו.

עמער פרעגן @מי אני ווי סאך חז"ל'ן רעדן פון דעם.
@שמן למאור וועט אונז דערציילן מיט א פשוטע'ן חשבון... און שעפטי וועט זאגן אז ביים אדם קדמון איז ניטאמאל דא קיין עבירות צו מצות, לפני הוי"ה (-העכער פונעם שם הוי"ה) תטהרו. (בעל התניא)
 
די טעות שטעקט אין די דעפינאציע וואס דו געבסט צום מושג 'עבירה' - פשוט פשט מיינט עס טון פארקערט ווי עס שטייט אין די תורה. פינטל. - גארנישט מיט רצון השם צו טון.
די ראי' דערצו איז ווייל די גמ' ברענגט שוין די מושג פון 'עבירה לשמה', און אויב מיינט עבירה דאס פארקערטע פון רצון השם איז עס טאקע א מצוה לכאו'.


בכל אופן, האב איך נישט ליב צו טון אין די עניינים, ווייל ביי יעדעם מיינט 'מצוה' 'עבירה' עפעס אנדערש, און צו יעדע שטעלונג קען מען טרעפן ראיות אין גמ', ראשונים, אחרונים, פוסקים, ספרי חסידות, - עס איז נישטא קיין אויסגע'פסק'נטע דעפינאציעס.

ובכלל ווענדט זיך לגבי וואס מ'רעדט, צו מ'רעדט לגבי שכר ועונש (וואס איז ווייטער א נושא פארן באשעפער אליין מחליט צו זיין - הגם די גמ' רעדט יא אסאך אריין דערין, וצ"ע), צו מ'רעדט פשוט צו מ'מעג/דארף עס טון אדער נישט - וואס דארט זענען אויך דא שיקולים אינדרויסן פון ריין 'מצוה' און 'עבירה' (מוסר, עבירה לשמה, וכדו').

און לגבי די עצם נושא צו אונז טוען בכלל עפעס - איז דאס דאך נכלל אין די ברייטערע שאלה פון בחירה ווס השגחה, אדער בחירה ווס דעטערמאניזם אין די מאדערנערע סענס. וואס די גאנצע געדאנק אז מיר האבן מעגליך נישט קיין בחירה איז נאר לויט די חסיד'ישע אפטייטש פון השגחה פרטיות.
טאקע אינטרעסאנט צוצוצייכענען דעם איזביצא לגבי זמרי בן סלוא יעו"ש.
 
מעשה שהיה:
(כך שמעתי, כ׳נעם נישט קיין אחריות...)

אין אינדיע איז געווען א גוי וואס האט זיך פארמיסט אין די מגושם׳דיגע עוה״ז, און געוואלט פארשטיין און משיג זיין די עמקי סודות הבריאה. והנה, האט ער זיך ארויסגעלאזט צו די ׳הימאלייען׳ בערג און זיך באזעצט אין איינע פון די היילן, ר׳האטסעך פארטיפט אין מתבונן געווען מיט לאנגע מעדיטאציע׳ס איבער די נעיטשור אוו ריאלעטי, ווי אויך האט ער זיך צוגעשארט צו די עלטערע גורו׳ס און אויסגעהערט זייער פילאסעפי וכו׳.

איין טאג, האט אים די ׳קוועסטשאן אוו עקזיסטענץ׳ גאר שטארק בארירט און אנגעהויבן נאגן זיין זעהל. איז ער צוגעגאנגען צום גורו וועם ר׳האט גאר שטארק מעריץ געווען און פרעגט אים: ״כ׳אב שוין צוגעהערט פארשידענע דרשות און פילאסאפיס, אבער למעשה, וואס ׳איז׳ די עקזיסטענץ אין וואס אונז געפינען זיך״??

דער תשובה איז געקומען ווי פאלגענד: ״ס׳איז אלעס ׳מאיא׳״. (׳אילוזשען׳ בלע״ז).

ער גייט צוריק צו זיין הייל בארוהיגט און צופרידן אז ער האט זוכה געווען און ווייסט שוין דעם אמת און גרייט זיך צו גיין צוריק אין שטאט אריין - מישען עקאמפלישד!

אנקומענדיג אין שטאט הונגעריג און מיד פון דעם לאנגע רייזע, באמערקט ער א פענסי רעסטעראנט ביים ווינקל פון גאס און די געשמאקע ריחות האבן דערגרייכט זיין מאגן. גייט ער אריין באשטעלט זיך א פארציע און נעמט זיך צו די עבודה...

אויפן וועג ארויס, דערלאנגט מען אים דעם ביל, ״ר׳ גוי באצאלן ביטע״!

יעצט כאפט ער זיך אז ער האט דאך נישט קיין געלט... ער דרייטסעך הין און אהער אין גרויס פארלעגענהייט און טראכט אוי געוואלד, וואס טוט מען?

ביז ער גיבט זיך א כאפ און דערמאנטסעך אין די ׳טיטשינג׳ וואס ער האט קונה געווען אין די בערג, און גיבט זיך א רוף אהן: ״עההה... ס׳איז אלעס מאיא״!

שטייטסעך ס׳געווארן א שטיקל טענה׳ריי, דער בעה״ב שרייט חי וקים, מאיא אהער מאיא אהין, געב אהער דאס געלט!!

ביז ער האט גערופן פאליציי און מ׳האט אים געטראגן צום שופט און נאך א שטיקל משפט וואס ער האט זיך געהאלטן ביי דאס זיינעם, אז ״ס׳איז אלעס מאיא״, איז ארויס דעם פסק דין: ״5 פייערדיגע שמוץ״.

דער שוטר נעמט דעם ריטל, און דער פסק ווערט אויסגעפירט, בשעת די יאמערליכע וויי געשרייען פילן אן דעם זאל.

און דער שופט גיבט א געשריי: ״מאיא״???!!
 
לעצט רעדאגירט:
איז דאס נישט וואס דער איזביצ'ער האט געטענה'ט?
 
@ נפשי
זייער א גוטע מעשה וואס ברענגט גוט ארויס די פראבלעם
באמת אבער כמעט אלע פלאגערייען וואס מענטשן מוטשענען זיך איז נישט פיזישע פעטש און ווייטאג נאר די זארגענישען און גייסטלעכע ווייטאג איז וואס עסט אויף די מענטש
רוב חשבונות וואס מען מאכט און וואס דרייווט דער מענטש איז אין קאפ
למשל וואס וועט יענער זאגן וועגן מיר
וויאזוי קוקט מיר יענער אהן
וויאזוי גיי איך האבן געלט מארגן
דאס אלעס איז באמת סתם דמיונות
ממילא אפילו דערווייל קענסטו מיר אנווייזן אויף 10 פראצענט וואס איז יא פיזיש איז דאס נישט על הכלל כולו יצא אדרבא מסתבר איז אז אין א געוויסע מיינדסעט איז פיזיש אויך נישט נוגע אזוי ווי די איבעריקע 90 פראצענט
איז גארנישט אזוי אפגעפרעגט אז עס איז אלעס טאקע מאיא!
 
לעצט רעדאגירט:
בנוגע די עצם געדאנק צו מען קען טוען אן עבירה
עס איז לכוארה פשוט על פי חסידות ועל פי האמת אז א מענטש קען נישט טוהן אן עבירה און אלעס איז גאט און פרי דעטערמינד
די פראגע איז נאר וואס דארף איך טוען וועגן דעם
ווילאנג איך וויל נאך מאכן געלט און איך ווער נערוועז ווען עפעס גייט נישט וויאזוי איך וויל גלייב איך נאכנישט אין גאט באמת. איז א קליינע חכמה צו זאגן אז איך קען נישט טוען אן עבירה
די תכלית ווי עס קוקט אויס אז דער מענטש דארף אנקומען איז אז ער איז באמת גארנישט און האט נישט קיין שום say in the matter און נאר מיטפארן מיט וואס די מציאות (גאט)פירט איהם און עס זאל איהם נישט זיין קיין חילוק וואס ער וויל בכלל נאר וועלן מיטפארן מיט די גרויסע force סיי בנוגע די אנגעלעגנהייטן פון די וועלט און סיי לגבי עבודת השם
אזוי ווי די איזשביצע רביס לערנען אונז אז א מענטש וויסט קיינמאל נישט ווען ער טוט עפעס צו עס איז א מצוה אדער נישט ער דארף טוען און האפן אז עס קומט אהן צו די גוטע פלאץ
בקיצור עס איז באמת נישטא גארנישט מען דארף נאר לעבן מיט דעם אז עס איז נישטא גארנישט
 
דעריבער גייט מיר נישט זיין הייס אין גיהנום?
לויט ר׳ שמעון בר יוחאי איז נישט שייך אז א איד זאל גיין אין גיהנם בכלל (אין קעיס דו גלייבסט מיר נישט, קוק עס אליין נאך אין אבות דר׳ נתן סימן טז)

דרך אגב איך האלט די גרעסטע חסד וואס מיר קענען טון פאר אונזערע קינדער איז פארלערנען דאס ביים שבת טיש (אדער סיי ווען דו קענסט זיי זאגן דערפון/דערמאנען)
 
לויט ר׳ שמעון בר יוחאי איז נישט שייך אז א איד זאל גיין אין גיהנם בכלל (אין קעיס דו גלייבסט מיר נישט, קוק עס אליין נאך אין אבות דר׳ נתן סימן טז)

דרך אגב איך האלט די גרעסטע חסד וואס מיר קענען טון פאר אונזערע קינדער איז פארלערנען דאס ביים שבת טיש (אדער סיי ווען דו קענסט זיי זאגן דערפון/דערמאנען)
כ'האב שטענדיג מורא געהאט צו לערנען אדער ליינען די צוגעלייגטע זאכן אויס מורא פון אריינפאלן אין א ראשית חכמה שער הגיהנם אדער א קב הישר. אדרבה אויב פארמאגסטו עפעס זיסע ספרים וועלכע מאכן זיס דאס לעבן ביטע לאז וויסן.
 
לויט ר׳ שמעון בר יוחאי איז נישט שייך אז א איד זאל גיין אין גיהנם בכלל (אין קעיס דו גלייבסט מיר נישט, קוק עס אליין נאך אין אבות דר׳ נתן סימן טז)
שיינע מאמר פון רבי שמעון קיינמאל נישט געזען ישר כח @אנטוישטער יונגערמאן מיר האסטו נישט אנטוישט
רבי שמעון בן יוחי אומר מכאן שאין ישראל רואים פני גיהנם לעולם משלו משל למה״ד למלך ב״ו שהיה לו שדה זבורית באו בני אדם והשכירוה בעשרת כורין חטים בשנה זבלוה עדרוה השקוה וכסחוה ולא הכניסו ממנה אלא כור אחד חטים בשנה אמר להם המלך מהו זה אמרו לו אדונינו המלך אתה יודע בשדה שנתת לנו שמתחלה לא הכנסת ממנה כלום ועכשיו שזבלנוה וכיסחנוה והשקינוה מים לא הכנסנו ממנה אלא כור אחד חטים בלבד. כך עתידים ישראל לומר לפני הקב״ה רבש״ע אתה יודע ביצר הרע שהוא מסית בנו שנא׳ (תהילים ק״ג:י״ד) כי הוא ידע יצרנו:
אגב דער מפרש דארט אין עוז והדר קען נישט פארנעמען אזא עקסטרעמע מאמר לייגט ער צו אויף דעם כך עתידין ישראל ר"ל מי שמכונה בשם ישראל ומתחכם עצמו לעשות פעולות רבות לבער היצה"ר מקרבו 🤔
 
לעצט רעדאגירט:
שיינע מאמר פון רבי שמעון קיינמאל נישט געזען ישר כח @אנטוישטער יונגערמאן מיר האסטו נישט אנטוישט

אגב דער מפרש דארט אין עוז והדר קען נישט פארנעמען אזא עקסטרעמע מאמר לייגט ער צו אויף דעם כך עתידין ישראל ר"ל מי שמכונה בשם ישראל ומתחכם עצמו לעשות פעולות רבות לבער היצה"ר מקרבו 🤔
דער מפרש קען נוצן אביסל סייקאדעליקס
 
Back
Top