שלוחי מצוה אינן ניזוקין (אפגעטיילט)

שטייגער

היימישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
71
רעאקציע ראטע
299
המשך פון דא
--
די מעשה קען נישט זיין אמת. שלוחי מצוה אינן ניזוקים.
אפילו אלע צייטונגען זאלן עס שרייבן, וואס איז מער באגלייבט, די הייליגע חז"ל אדער די שרייבערלעך און נייעס ברענגערלעך?
 
די מעשה קען נישט זיין אמת. שלוחי מצוה אינן ניזוקים.
אפילו אלע צייטונגען זאלן עס שרייבן, וואס איז מער באגלייבט, די הייליגע חז"ל אדער די שרייבערלעך און נייעס ברענגערלעך?
די גמרא פרעגט דאך שוין די קשיא אויף א מעשה שהיה אויף וואס די תורה זאגט למען יאריכון ימיך.
 
די גמרא זאגט טאקע דארט אין קידושין (לט ע"ב) אז וועגן דעם איז אלישע בן אבויה ארויס לתרבות רעה
 
די גמרא זאגט טאקע דארט אין קידושין (לט ע"ב) אז וועגן דעם איז אלישע בן אבויה ארויס לתרבות רעה
און פארדעם איז טאקע דא בחירה...

די גמ' זאגט שוין דארט אז ס'גייט ארויף לחיי העולם הבא
 
אלישע בן אבויה איז טאקע ארויס לתרבות רעה ווען אזאנע ווי @צוויי האבן איהם געגעבן אזאנע אפלאגעטישע תירוצים 😘

מיין אידישקייט האט נישט מורא פון קיין קשיות. ס'שטומט נישט און ס'דארף נישט שטומען.
אבער ס'ציטערט פון באבע תירוצים!

עיין כאן דברי רביה"ק זי"ע בקש. וז"ל:
נאר דאס ריכטיגע פשט איז אזוי: ווען אחר האט געזען די מעשה, פון דעם אליינס איז ער נאכנישט אפגעפארן. אלא מאי, אז שילוח הקן פארלענגערט נישט אויטאמאטיש דאס לעבן, ס'פרעגט אבער נאכנישט אפ גאנץ אידישקייט, זאל די פסוק אליינס זיך פארענטפערן, פון א קשיא פארט מען נאכנישט אפ. נאר וואס דען? ווען ער האט געזען ווי מ'איז פארנומען פארענטפערן די אלע קשיות מיט אלע מיני לעכערליכע תירוצים, אזוי אז ס'איז בכלל נישט שייך דן צו זיין מיט'ן נארמאלן שכל. אויף יעדע קשיא האט מען אויטאמאטיש אן אנדערן באבע תירוץ, אמאל זאגט מען אזוי, און אמאל פארקערט, הכל לפי המבייש והמתבייש. איז אויב גארנישט מיינט סייווי נישט גארנישט, וואס פעלט מיר אויס דאס גאנצע מעשה? איך קען דאך פונקט אזוי זאגן אז ס'נישט דא קיין גאט, מ'מעג עסן חזיר, און מענטשן קומען פון מאנקיס, איי די פסוק? מ'וועט שוין טרעפן עפעס א באבע תירוץ, שערי תירוצים לא ננעלו. ווען איך האב הונדערט קשיות, גיי איך נישט זוכן אן עקסטערן תירוץ אויף יעדע איינע, וואס יעדע תירוץ וועט האבן הונדערט קשיות, כ'על ענדערש פארענטפערן אלע קשיות מיט איין תירוץ... אויף דעם זאגט רב יוסף: אילמלא דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב - וואלט אחר נישט געהערט די אלע באבע פשעטלעך, דרשות און תירוצים, לא חטא.

ועיין כאן
מיטאמאל גיבט רבי יוסי א פראל אויף די טירן פון בית המדרש און גיבט א שריי אויס, "וואס גייט דא פאר!!! נאכאמאל פארדרייטס עטץ די פאקטן מיט ענקערע נארישע פילפולים?!" דו מיינסט רבי אלעזר אז מיט דיינע לייקענען די פאקטן וועסטו קענען עפעס אויפטוהן פאר אידישקייט? און דו רבי יהודה הנשיא, דו מיינסט טאקע אז מיט דיינע קרומע אפאלאגעטישע תירוצים וועסט ראטעווען אידישקייט? נישט גענוג אז אלישע בן אבויה איז אפגעפארן וועגן ענקערע קרומקייטן מאכטס עטץ נאך? קוקטס די פאקטן אין די אויגן, יא! אונזערע הייליגע אותיות קומען פון די גוים פון בבל! איי ווי קען עס זיין? איך ווייס נישט! איך דארף נישט אלעס פארשטיין, און איך קען נישט אלעס פארשטיין! ס'שטימט נישט מיט וואס איך האב געוואוסט ביז היינט? וועט עס נישט שטימען! איי ס'וועט געבן לעגיטימאציע פאר די רעפארמער? וועל איך מודה זיין אז זיי האבן אויך רעכט, זיך אפווישן דאס נאז, און ווייטער דינען דעם באשעפער אויף דעם אופן וואס ארבעט פאר מיר. זעהט אויס אז הייליג איז נישט וואס דער באשעפער זאגט איז הייליג, הייליג איז וואס מיר באשטימען צו האלטן הייליג, און אז מיר האבן אויפגעהערט נוצן די אותיות פון בארג סיני איז עס געווארן חולין, און אז אונז האבן אפגעמאכט צו נוצן א גויאישע שריפט איז דאס געווארן הייליג!
 
אלישע בן אבויה איז טאקע ארויס לתרבות רעה ווען אזאנע ווי @צוויי האבן איהם געגעבן אזאנע אפלאגעטישע תירוצים 😉


מיין אידישקייט האט נישט מורא פון קיין קשיות. ס'שטומט נישט און ס'דארף נישט שטומען.
אבער ס'ציטערט פון באבע תירוצים!

ער איז ארויס לתרבות רעה, צוליב זיין בחירה. פינטל.

אויב האט ער געקוקט אויף די דעמאלטסדיגע סארט קרעמל, איז ער זיך ווייטער אליינס שולדיג, דארט וואלט ער ממה נפשך ארויס לתרבות רעה, אזא איינער ווי צוויי (וואס אין ביהמ"ד וואלט איך אים צוגעפירט צו א גרעסערע חכם ווי מיר אים צו ענטפערן... אבער ער וואלט נאך אלס געהאט בחירה) וואלט אים נישט עכט פארענטפערט וואלט ער ארויס לתרבות רעה לויט דיינע ווערטער, און אזא איינער ווי שעפטאל וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט תרבות רעה אדער אנדערע וואס זענען שוין לאנג אויך ארויס לתרבות רעה, וואלט ער ער דאך זיכער נאכגעפאלט...:sneaky:

און יא!
מיין אידישקייט האט נישט מורא פון קיין קשיות. ס'מוז נישט שטומען און ס'דארף נישט שטומען, אבער ס'שטומט שוין איינמאל.
איך קען עס פרובירן צו פארשטיין, איך קען זיך איינרעדן איך פארשטיי, איך קען וועלן פארשטיין, אבער איך ווייס אז איך פארשטיי נישט און איך דארף נישט אינגאנצן פארשטיין. ידיעה_בחירה#
און ניין! ס'ציטערט אפי' נישט פון קיין באבע תירוצים! מיין אמונה בלייבט פעלזן פעסט וכמאמר הבעשטה"'ק זי"ע "איך בין א נאר און איך גלייב".
 
לעצט רעדאגירט:
וכבר אמרתי: נאר בלייבט נאר (איך זאג נישט אז אמונה איז נאריש, נאר די סטעיטמנט איז נאריש ודוק)
 
און איך זאג נישט אז רעליגע איז נישט אמת.
אבער כדי צו גלייבן כלומריש מיט שכל מיז מען זיין אפלאגעטיש.
 
און איך זאג נישט אז רעליגע איז נישט אמת.
אבער כדי צו גלייבן כלומריש מיט שכל מיז מען זיין אפלאגעטיש.
וואס הייסט ? מען מיז זיין א נאר און גלייבן ווייל מיט שכל קימט נישט אן מיט אמונה

No other choice
 
מ'דארף נישט זיין א נער צו גלייבן
אבער א נער מיינט אז זיין אמונה אין רעליגע קומט פון שכל.
(אמונה איז א געפיהל. ונבנתה העיר האט אין ק"ש א הערליכן אשכול פארוואס איך גלייב)
 
און דאס איז א פשט וואס קיינער וואלט נישט געלערנט ווען נישט די מציאות שמייסט אין פנים
מעגסט טראכטן אזוי אז קיינער וואלט עס נישט געלערנט, עס ווייזט אויף שכל און קאפ וואס די טראכסט, און איך ווענדט נישט אפ די יא אדער נישט גערעכטיגקייט דערפון. דאך האט עס די גמרא געזאגט, און מיר נעמען אן די ווערטער פון חז"ל הייליג און טייער, און מיר בויען נישט קיין געביידעס דערויף מיט מסקנות וואס זענען אנדערש ווי אונזער מסורה'דיגע אמונה.
 
מ'דארף נישט זיין א נער צו גלייבן
אבער א נער מיינט אז זיין אמונה אין רעליגע קומט פון שכל.
(אמונה איז א געפיהל. ונבנתה העיר האט אין ק"ש א הערליכן אשכול פארוואס איך גלייב)
דורכגעליינט!
אים שטים צו צו זיין געדאנקענגאנג.
הגם איך בין נישט קיין חבד'סקער, איז תניא פון מיינע אויבן אן ספרים,
 
ס'איז דעם דעפיניציע פון אפאלאגעטיקע אויף ויקיפדיה
 
און יא!
מיין אידישקייט האט נישט מורא פון קיין קשיות. ס'מוז נישט שטומען און ס'דארף נישט שטומען, אבער ס'שטומט שוין איינמאל.

איים סארי, אבער אויב ס׳שטימט טאקע שוין איינמאל, פארוואס מוזטו זאגן אז ס׳דארף נישט שטימען????

נאר די אמת קיצעלט!!
 
Back
Top