איז זיין קינדערלאז טאקע אזא צרה?

שמן למאור

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
95
רעאקציע ראטע
633
אקעי חברה, איך בין אויפגעשטאנען אויף די קאנטראווערסיעלע זייט היינט.

איך גיי נישט סתם דרייען א קאפ, איך וויל טאקע ארויפברענגען א נושא וואס 'יעדער' טאכט איין וועג, און כדרכי האב איך עס ליב צו טשעלענדזשן און דערגיין אביסל טיפער וואס ליגט אינטער די זאך.

לעצטע וואך איז פארגעקומען די דינער פאר די הייליגע ארגאניזאציע בוני עולם, וואס העלפן קאפלס מיטן האבן קינדער.

ווי די שטייגער יאר יערליך איז אהערגעשטעלט געווארן א פרעזענטאציע איינס אין די וועלט, וואס האט אויפגעפילט לעבעדיג די מורא'דיגע צער וואס עלטערן פון קינדערלאזע שטיבער גייען אריבער.

יואלי שטויבער האט צענומען יעדעמס הארץ ווי ער האט אראפגעלייגט זיין פערזענליכע געשיכטע.

View: https://youtu.be/IbA9EBwayv0?si=GdQKwSpn8KV54c-w


און איך שטיי און וואונדער זיך. יא, גערעכט, איך האב געהאט א קינד א יאר נאכן חתונה ממילא קען איך בכלל נישט אריינרעדן און פארשטיין די צער, אבער פארוואס איז עס נאר א אידישע פראבלעם?

פארוואס איז דא אזוי פיל פארפעלקער ביי די גוים וואס ווילן דווקא נישט האבן קיין קינדער? אזוי פיל גוים וואס האבן דווקא נישט חתונה און זענען העכסט צופרידן דערפון?

ממש די וואך שבת האט ביל מאהר געהאט א שיינע סעגמענט אויף דעם, נאך וואס די מיטלויפער פון טראמפ, JD ווענס, האט אוועקגעמאכט די סינגל קעצי לעידיס.

View: https://youtu.be/l83WSTkV5Zk?si=G_ow10QvwIZBljLt



אקעי, אוודאי איז אויך דא ביי די גוים קאפלס וואס ווילן האבן קינדער און זיי מוטשענען זיך אויך. אבער איז עס אזא בער ביי זיי?

עס גנב'עט זיך אריין אזא מחשבה'לע ביי מיר אין קאפ, אז די גאנצע צרה ביי אונז פון נישט האבן קינדער איז די באקאנטע פראבלעם וואס מיר האבן אז מיר טארן נישט זיין אנדערש פון יענעם. "יעדער" מוז טון וואס "יעדער" טוט. "קיינער" טאר נישט זיין אנדערש, און אז יא איז עק וועלט. און אז איינער האט נישט קיין קינדער איז ער דאך זיער אנדערש. עס זעט מיר אויס ווי 20 פראצענט די צרה אליין, און 80 פראצענט סעסייעטי פרעשור.

צודען ברענט פשוט די הייליגע מצוה פון פרו ורבו ביי די קינדערלאזע קאפלס? דאכצעך אז נישט. זיי גיסן נישט קיין טרערן אז זיי קענען נישט מקיים זיין דעם הטבת נרות אינעם בית המקדש, אדער אנדערע מצות שאי אפשר לקיימם.

ווער וועט מיר באדינען ווען איך ווער עלטער? זארג נישט, גוטע אידן וועלן זיך זארגן פאר דיר, וועסט אויך האבן גוטע אידן וואס וועלן זאגן קדיש נאך דיר.

ווער וועט מיר געדענקן? וואס לאז איך איבער אויף די וועלט? אקעי, אבער געדענקט איינער ווער זיינע זיידעס זענען געווען פאר 300 יאר צוריק? קיינער האלט ניטאמאל זייער יארצייט, מען ווייסט נישט ווער זיי זענען בכלל. די יחוס בריוו ציעט זיך ארויף העכסטנס 5-10 דורות, און בעיקר צו די שיינע רבנים, און פון אלע אנדערע זיידעס און באבעס ווייסט קיינער נישט אין וועלכע חרובע בית החיים אין יוראפ זיי ליגן. אהה, ווילסט פשוט עפעס איבערלאזן אויפן וועלט? זיכסט פשוט צו קאנטריביוטן צו סעסייעטי? ס'איז דא אסאך בעסערע וועגן ארויסצוהעלפן און טון פאר די מענטשהייט ווי האבן קינדער.

מען קומט אהיים צו א ליידיגע שטוב? איז וואס? און נאכן חתונה מאכן אלע קינדער וויאזוי מיינסטו די הויז קוקט אויס דעמאלטס? צו דען איז נישטא קיינער וואס וואלט דאס אויסגעוועלט ווי איידער אן איבערגעדרייטע הויז מיט 20 קינדער?

און וואס טוט זיך מיט די קאפלס וואס האבן 16 קינדער אויך אן קיין געהעריגע רצון? זיי זענען עפעס ווייניגער אין פעקל? די רב זאגט אז מען טאר נישט נעמען בירט קאנטראל, מען זיכט צו זיין ערליך און פאלגן, און מען גייט אראפ פון זינען!

א קאפל 4 יאר נאכן חתונה, מיט 3 פיצלעך, די פרוי גייט אראפ פון זינען פשוטו כמשמעו, נישטא קיין טאג, נישטא קיין נאכט, אבער דאס איז "נארמאל"!!! ווייל יעדער טוט דאס! נישטא קיין ארגאניזאציעס מיט חיזוק פאר אזעלכע 'נארמאלע' קאפלס.

ווייסטן ענק אז איבער 40 פראצענט הצלה קאלס הייניטיגע צייטן איז פאר מענטל קעיסעס? הצלה האט א גאנצע טיעם וואס טרענירן זיך ספעציעל פאר דעם. אינזער סעסייעטי איז קראנק אדורך אין אדורך, מענטשן דערהייבן נישט די 'נארמאלע' סואציאלע פרעשור, אבער די צרה איז נאר ווען איינער איז אנדערש, ער האט נישט קיין קינדער, נאר דעמאלס דארף מען מרעיש עולמות זיין.

איך ווייס איך טאנץ דא פון איין עקסטרעם צו די אנדערע. פאר רוב קאפלס איז געאייגנט צו האבן עטליכע קינדער, אויסגעשפרייט מיט פאראנטווארטליכקייט, אבער די צרה איז דאכצעך די זעלבע ביי ביידע עקסטרעמען, די חילוק איז נאר אז איינס איז 'נארמאל' ווייל יעדער איז אין די זעלבע פעקל, און די אנדערע נישט.

וואס זאגט דער עולם?
 
איך קען טאקע אפאר אינגערלייט וואס האבן געהאט מינעמאלע פראבלעמען אין געדארפט ווארטן 3-4 יאהר אין עס האט זיי גארנישט אפעקטירט.

אז עס נעמט לענגער קען עס טאקע זיין ביטערלעך ספעציעיל ווען מען פאלט דארוך איין מאהל נאכן צווייטען.

דאס איז זיעכר אז די גאנצע געוויין דארט איז א פיינע פי אר פון בוני עולם וואס האט זייער קאנטווערסיע...
 
נאך מער ווי דעם הצדיק ר'יואל האלט בכלל נישט וויזוי ער האט געוויינט דארט ביי בוני עולם

הצדיק ר'יואל האט ארויסגעברענגט זיין עכטע השקפה אינעם שטיבל ביי זיין אינטערוויו

הצדיק ר'יואל זאגט ממש ווי דיר שמן למאור.. ער שרייבט דארט אז קיינער זאל מיר נישט איינרעדן אז ס'ברענט עים די מצוה פון פרו ורבו אויפשטעלן דורות וכו'

ער זאגט די זאך איז פשוט און גראד קנאה יענער האט און איך נישט!
 
לעצט רעדאגירט:
איך קען ב״ה נישט אריינרעדן אין די בוני עולם נושא, אבער ווי איך פארשטיי איז נישט די פראבלעים די אלע טעכנישע זאכען ווי פרו ורבו, קדיש זאגען, העלפן ווען מען איז אלט, נישט האבן א ליידיגע הויז, א דאָגי בצורת אדם וכו׳
נאר ס׳איז א עקסיסטענציאנאלער פראבלעים, פונקט ווי א מענטש וואס ווייסט נישט פארוואס ער לעבט (ספיריטואל גערעדט), אדער א מענטש וואס האט שוין אלעס (בגשמיות) קען ווערן ציבראכען ווייל ער האט נישט קיין סיבה צי ווייטער אנגיין מיטן לעבן.
די זעלבע איז מיט קינדער, אין הכי נמי א אינגע מענטש איז נישט אינטערעסירט אין קינדער אבער איינמאל מען ווערט אביסל עלטער און מען זיכט א תכלית אין לעבען (לאו דוקא אז האבן קינדער איז די תכלית פון לעבען) איז אויב האט מען קינדער באקומט די געים וואס הייסט ״לעבען״ נייע לעוועלס, און ס׳פארט ווייטער און ווייטער לעולמי עד.
אבער אויב האט מען נישט קיין קינדער ענדיגט זיך די געים און מען פילט ווי מען איז שוין אנגעקומען די ווייטסטע און ס׳ווערט זייער נמאס דעם לעבן.

פראקטיש גערעדט איז די בעסטע צי האבן טאקע צווישן איינס און פיר קינדער, גענוג צי מאכען די געים עקסייטינג, אבער נישט צי סאך אז מען זאל משוגע ווערען.
 
עס גנב'עט זיך אריין אזא מחשבה'לע ביי מיר אין קאפ, אז די גאנצע צרה ביי אונז פון נישט האבן קינדער איז די באקאנטע פראבלעם וואס מיר האבן אז מיר טארן נישט זיין אנדערש פון יענעם. "יעדער" מוז טון וואס "יעדער" טוט. "קיינער" טאר נישט זיין אנדערש, און אז יא איז עק וועלט. און אז איינער האט נישט קיין קינדער איז ער דאך זיער אנדערש. עס זעט מיר אויס ווי 20 פראצענט די צרה אליין, און 80 פראצענט סעסייעטי פרעשור.
סאיז לא דווקא די "זיין אנדערש" פון יעדעם
ספעלט א שטיקל אין ריעל לייף ווען מהאט עס נישט,
נישט אלס פער פרעשור ווייל יענער האט און איך וויל אויך, איך וויל ווייל סאיז א גוטע זאך, סאיז א זאך וואס ברענגט הנאה,
אהיימקומען צו א שמייכעלדיגע קינד, סגיבט א געוויסע פארפעס אין לייף.

די חלק פון פעיר פרעשור נעמט אויך א גרויסע חלק, און טאקע ביינונז, אלעס דרייעט זיך ארום קינדער, סדר נאכט, גראגערן, קעמפ, בענטשן די קינדער, ראש השנה זיידע באבע ארומדיגאנצעשטאטגעוואקאכץ (יא סאיז איין ווארט...) שמחת תורה טאנצן מיט די קינדער, חנוכה פארטיעס, וכו וכו

איז ווען די ביסט פארסעד צו זיך משתתף זיין, און יעדער האט, און דו נישט, סגיבט א ציפ אין הארץ, נישט מער ווי בארעכטיגט
 
אין עריק עריקסאן׳ס באקאנטע סטעידזשעס פון סייקאָסאָשעל דעוועלאפּמענט, איז די זיבעטע סטעידזש (פון אכט) דאס דורכגיין די עקזיסטענשאל שאלה צו זיך אליינס פון ״דאס ווערד פון מיין לעבן״. און דאס איז בעיקר לגבי דזשענערעטיוויטי, והיינו וואס געבט מען און מען לאזט איבער להדורות. (עריקסאן האט דאס אראפגעשטעלט ביים מענטש ביי בערך די 45 און מידל-עידזש.) כמובן, איז די פשוט׳סטע געדאנק דערין די אייגענע דורות און לעגעסי וואס מ׳לאזט איבער, וואס דאס איז דאך דאס מערסטע שייך ביי די אייגענע קינדער (הגם עס מוז טאקע נישט זיין דוקא דאס). עכ״פ די געדאנק ליגט בתוך די סייקי פונעם מענטש, און עס האט כמובן אַן עוואלוציאנערישע הסבר פון איבערלאזן די דזשינס ווייטער אין די דזשין פּוּל. כמובן, ווערט דאס אלעס נאך מער געשטארקט ווען די געזעלשאפט און גלויבונגען לייגן צו אַן עקסטערע דגוש דערויף.

עס איז אויך מן הראוי לציין אז מאידך גיסא איז דא די פילאזאפישע פאזיציע פון אנטינעטעליזם, וועלכעס נעמט אָן אז אראפברענגען קינדער להעולם איז גאר אומעטיש און אומריכטיג, אלס דעם אז א באשעפעניש איז קרוב להפסד ורחוק מן השכר לגבי צער וכדומה. (און דאס קען אריינפירן צום ברייטערן שאלה און פאזיציע פון פּראָמאָרטעליזם, וועלכעס פרעגט צי ס'בכלל לוינט זיך צו לעבן.)

ואגב, אז מ׳רעדט שוין, איז דא די געדאנק אז אפילו פון א תורה׳דיגע פּערספּעקטיוו זאל מען נישט האבן מער ווי צוויי קינדער, ועיין בב״ב ס: בתוד״ה דין ע״ש.
 
לעצט רעדאגירט:
ברענגען א קינד איז א דבר פשוט פארוואס דאס מאכט א מענטש זאל שפירן פארווייטאגט אויב ער קען דאס נישט ערפילן. אויסער אז ס'איז איז א מצוה, איז דאס אן אלוועלטלעכע שטרעבונג וואס אלע באשעפענישן ווילען.

וואס איז יא שווער צו פארשטיין, פארוואס ביי אונז קויפט מען א 1200 דאלארדיגע באָגי-באא קערידש פאר די נייע בעבי? מ'זעהט עס נישט אין די אלוועלטליכע אידישע וועלט אז מענטשען גייען פאר א אזא טייערע קערידש. אויך ביי די גוי'אישע וועלט איז דאס נישט קיין Must, סיי ביי די שטאטישע גוים, אפי' די גוים פון די קאנטרי זעהט מען אויך גיין מיט א פשוט'ע 50 דאלארדיגע קערידש...
 
איך האב נישט קיין ווילן און נישט קיין פלאן צו האבן קינדער.
מאך זיכער נאר צו נעמען א לעבנס שיתוף (אויב דו ביסט אינטערסירט אין דעם בכלל) וואס איז קלאר מסכים דערצו.

שמועס עס אויס קלאר און דייטליך.
 
איז ברענגען קינדער נישט אביסל סעלפיש?.... Think about it פאר דיין אייגענע הנאה ברענגסטו אראפ א קינד פאר דיינע באדערפינישן ...
 
מאך זיכער נאר צו נעמען א לעבנס שיתוף (אויב דו ביסט אינטערסירט אין דעם בכלל) וואס איז קלאר מסכים דערצו.
אז מ׳האט דערמאנט עריקסאן׳ס סטעידזשעס, איז טאקע די סייקאָסאָשעל סטעידזש פונעם מענטש הארט בעפאר דזשענערעטיוויטי (דאס זעקסטע), צו ענטפערן די שאלה ״קען איך ליבן״, והיינו צו באקריגן אינטימעסי מיט א שותף; דעם לא טוב היות האדם לבדו. דאס פארשטייט מען ליגט אויך בעצם (ועכ״פ עפ״י רוב) אינעם סייקי פונעם מענטש (און אויך מכח זיין עוואלוציאנערישע עבר).
 
איך האב נישט קיין קינדער, און איך האב נישט קיין פלאן צו האבן קינדער.
לכאורה ביסטו נאך אין דיינע אינגע צוואנציגער יארן, וואס איז זייער נערמאל אזוי צי טראכטען און מיט רעכט, ס׳האט נישט קיין פשט צי האבן קינדער אין א עידזש וואס מען וויל האבן פאן אין האקען א לעיבען.
 
כ'ווייס אפילו נישט צו איך בין דערביי פאר א לעבנס שיתוף.

אפילו שוין יא "קאמיטעד". חתונה האבן דארף איך שוין קלערן דריי מאל בעפאר. פארוואס זיך אראפ בינדן פאר אייביג?

איי ס'איז "נאר" זיבעציג יאר בערך? אבער העי, אפשר מיט טעכנעלאגישע פארשריט וועל איך לעבן דריי הונדערט יאר מיט איר.

נו, ברויך מען קלערן אזא דריי מאל...
 
מאך זיכער נאר צו נעמען א לעבנס שיתוף (אויב דו ביסט אינטערסירט אין דעם בכלל) וואס איז קלאר מסכים דערצו.
פארוואס דארף מען בכלל א שותף אז מוייל קינדער קען מען פארן קיין בעלז כידוע
 
לכאורה ביסטו נאך אין דיינע אינגע צוואנציגער יארן, וואס איז זייער נערמאל אזוי צי טראכטען און מיט רעכט, ס׳האט נישט קיין פשט צי האבן קינדער אין א עידזש וואס מען וויל האבן פאן אין האקען א לעיבען.
כ'בין אבסעלוטלי אפן צו טוישן מיינונג.
 
איז ברענגען קינדער נישט אביסל סעלפיש?.... Think about it פאר דיין אייגענע הנאה ברענגסטו אראפ א קינד פאר דיינע באדערפינישן ...
ווען דו ברענגסט ארויף די געשמאקע אינגערמאן פאר א שבת אין קאנטרי, שאפסט אים א באנגעלוי און אלע באדערפענישן,
דו האסט אים ארויפגעברענגט ווייל דו ווילסט אינדושויען זיין קאמפעני, אבער ער האט האט אויך א גוד טיים, איז דעיס סעלפיש?

לכאורה נישט

די זעלבע מיט א קינד, אויב איז די קאפל איז אין א נערמאלע מענטעל און פיינענטשעל צושטאנד, און זיי קענען פראוויידן פארן קינד א געזונטע דאגה'לאזע פרייליכע קינדער יארן, דאן איז עס נישט מער ווי א טובה (אוודאי מקענישט אלעס אויסרעכענען, אבער מרעדט בדרך הטבע)

אבער אויב די עלטערן זענען שוין עקסזאסטעד, אדער זענען נישט ביים פילן זינען אדער קענען נישט על פי דרך הטבע פראדוויידן פארן קינד וואס ער דארף, דאן איז עס א קריים, און מדארף די עלטערן הוקע מן השמש זיין
 
אויף די 'What a day' האט עס ר' שלמה באכנער זייער גוט ארויסגעברענגט אין 2 ווערטער 'אז דו ביסט אנדערש פון יעדעם פילסטו אנדערשט' ווי ער האט געזאגט אויף זיך אז אפילו ער איז שוין עלטער און נישט די עיטש פון האבן קינדער פילט ער זיך נישט קיין חלק פון סאוסייטי און דאס ברענגט אז ער קען נישט גיין צו קיין שמחות.

אין א אינטערוויו איך מיין אין די מאמענט עטליכע יאר צוריק האט ער געזאגט אז ביי קאוויד ווען ער און זיין ווייב זענען געליגן אין בעט זיך נישט גוט געפילט האט זיך קיינער אומגעקוקט אויף זיי שפעטער האט זיך א נעפיו מרחם געווען, ווען מען האט קינדער געווענליך טשעקען זיי כסדר אריין מיט די עלטערן און מען פילט ווי איינער זארגט פאר דיר.
 
לעצט רעדאגירט:
@שמן למאור פאר איך זאג מיין מיינונג, האסטו שוין אמאל גערעדט פערזענליך, ארום די נושא, מיט איינער וואס האט נישט, -אדער האט זיך געמוטשעט פאר-קינדער?
 
Back
Top