- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 123
- רעאקציע ראטע
- 578
אין די לעצטערע יארן איז געשען א שטארקע טויש אויף מערערע פראנטן אינערהאלב אונזער היימישע חסידישע קאמיוניטי, וואס טוישט דראסטיש אונזער לעבנס שטייגער און פערספעקטיוו. ווערטער וואס האבן אמאל נישט געקענט געזאגט ווערן, און מחשבות וואס האט נישט געמעגט ארויפגעברענגט ווערן, ווערן היינט גענוצט דורך די סאמע היימישע ערליכסטע אידן.
איך האב נישט קיין כח צו שרייבן א לאנגע באריכט, אבער לאמיר פרובירן בקיצור (אויך מיר בקיצור...).
זינט די היימישע אידן משלנו האבן געלאנדעט אין אמעריקע, און מער ספעציפיש אין ניו יארק, נאך די מלחמה, האט מען געלעבט אן א.ג. "העכערע לעבן". נישט ח"ו אז איך מאך עס אוועק, פארקערט, צומאל בין איך מקנא די אידן מיט זייער תמימות און ערליכקייט, לעבן מיט אמונה וכו'. אבער צומאל שפיר איך אנדערש...
למשל? האבן 16 קינדער, ועוד היד נטויה. מען דארף דאך נקמה נעמען אין היטלער ימ"ש. איי, קינדער קאסטן געלט? דא איז בטחון אריינגעקומען אין בילד. מען וועט שוין האבן. מען וועט שוין צאמשטעלן. מען וועט שוין העלפן חתונה מאכן, עס איז פאראן א קופת חתנים און אנדערע ארגאניזאציעס. שכר לימוד? מען וועט אראפהאנדלען וויפיל עס איז מעגליך און דאס ביסל וואס בלייבט וועט מען לאזן אויפגעשריבן אין די מוסדות בוכער און בעפאר די רעגיסטראציע פון קומענדיגן יאר וועט מען זיך ווידער אפרעכענען מיטן אדמיניסטראטאר און מאכן א דיעל. עניוועי האבן דאך די מוסדות פראגראמען עד אין שיעור און זיצן אויף ריזיגע פארמעגנס.
ליעסן א שיינעם קאר? דאס יא. קויפן א זומער הייזקע? נעוואדע! א הויכשטאקיגע ברייטע שטריימל מיט אפאר ווייסע הארעלעך פאר עשרת אלפים? ס'שאלה! איי ווי נעמט מען די געלט? קודם האט מען דאך אסאך קרעדיט קארטלעך וואס מען קען מאכן פוינטס, עס איז דאך ממש א עוון פלילי און בל תשחית נישט צו נוצן. איי פון וואו וועט מען דאס אלעס באצאלן? האלא, בטחון! דער רבש"ע האט גענוג פאר יעדן, לי הכסף ולי הזהב. עניוועי שטימט נישט דער חשבון פון א אידישע שטוב, יעדער ספענדט מער וויפיל מען קען עפפארדן, עס איז ממילא למעלה מדרך הטבע, ערגעץ וואו גראדט זיך שוין דער חשבון אויס... אמאל פון טעקס ריטורן, אמאל פון א פליפ אריין און ארויס, אדער קען מאכן זירא-פוינט-טו, אדער גאר אנזעצן און לאזן קראכן אלע קרעדיט קארטלעך, אלענפאלס נישט געזארגט; דער באשעפער דארף נישט אונזערע עצות.
איינקויפן יעדן שבת מאסיווע סעודות וואס וואלט געקלעקט זאט צו מאכן עוג מלך הבשן, מיט סאוער-דאו, דיפס, יאפטשיק און מיעט-בארדס לרחצה? נישט קיין ספק! מען זאגט נאר דעם לחש 'לכבוד שבת' און עס גייט תיכף אריין אין דעם פרי אקאונט פון הוצאות שבת וואס אויף דעם זאגט דער באשעפער "לוו עלי ואני פורע". מען דארף זיך נישט זארגן. דערווייל קען מען "אויפשרייבן" אין גראסערי. מ'וועט זיך שוין א עצה געבן.
עסן קען מען אלע חזיריי. ס'איז אדער שבת קודש ווען עס קאונט נישט, אדער איז עס טועמיה לכבוד שבת וואס איז זיכער צום געזונט, אדער איז עס שיריים פון שבת וואס קען נישט שאטן. אדער איז עס סתם א סעודת מצוה, א וואך נאכט, א בר מצוה, קען מען רואיג רוקן דזשערקי, סעסעמי טשיקן מיט אלע סארטן אויליגע אדער צוקערדיגע קוגלען, פאר אונז אידן וועט עס נישט שאטן.
עקסערסייז? דאס איז נאר פאר גויים. פאר אידן איז עס כמעט א מיאוסע ווארט וואס מען דארף קאנסידערן צו טוישן מיט [ביטע נישט רעדן אומאיידעלע ווערטער, מנהל]. ווער האט אפילו צייט פאר עקסערסייז? היימישע אידן זאלן אנטון ווייסע גראבע סניקערס און דזשאגן אויף די גאסן מיט העדפאונס אין די אויערן? אפגעהיטן זאל מען ווערן.
גיין צום דאקטאר איז אויך עפעס נישט. וואס פארשטייט דען דער גוי צו א אידישן גוף? ס'דא עפעס א חת"ם סופר אז א גוי פארשטייט נישט. איז נישט. בכלל איז דארט דא אסאך מאל מאגאזינען, אדער ווידעא אויפן סקרין, אדער שפילט אונטער די טריפה'נע קלאסישע מוזיק וואס איז מטמא די אויערן. פאר אונז איז גענוג אז נאכ'ן גרעבץ פון אריינשמייסן א האלבע בהמה מיט האט-דאגס אינעם גוף זאגט מען "צום געזונט". יעדע ברכה האט זיכער א כח, א דיבור פון א איד גייט נישט פארפאלן.
אזוי האט זיך געדרייט א רעדל יארן לאנג, מדור דור. בעפאר די חתונה האבן די עלטערן אריינטרענירט די קינדער דאס סאמע וויכטיגסטע יסוד אין לעבן: מאכן פוד סטעמפס ממחרת פונעם שבע ברכות, תיכף אפלייען פאר סעקשאן 8, און פאר וואוטשערס אין שטאט, און ווי נאר די ווייבל הייבט אן ווארטן איז דא וויק, א.א.וו. ליידער די לעצטערע יארן איז אביסל שווערער געווארן ווייל די פ.ס. קומט שוין אויף א קארטל נישט אויף די פאפירן ווי אמאל ווען מען האט געקענט באצאלן שכר לימוד דערמיט און די מוסדות האבן געהאט קיופאנס צו צאלן די מלמדים, און אזוי איז געווען א גלגל החוזר פון אייגענע וואלוטע מיט פ.ס. און קיופאנס. ליתר שאת האט מען געגעבן א העד טשעק און צוגעלייט א דזשאוק פון יאנקל מילער אז איך וועל דיר עס אויסשטעלן מיט עקסטערע 25 דאלער וואס די באנק טשארדזשד פאר א ריטורנד טשעק... חחח... שווערע צייטן געווארן אז די פ.ס. גייט דירעקט אויפן קארטל. וואס קען מען טון, מ'איז ליידער אין גלות.
יארן זענען זיך פארלאפן, און פאר סאם ריעזאן האט דער הארטער מציאות אנגעהויבן שלאגן אין פנים. מענטשן וועקן זיך אויף ווי פון א טיפן שלאף און וואונדערן זיך "וואס גייט פאר"?
גראסערי פרייזן זענען ארויף ווי משוגע, רוב מענטשן קענען עס מער נישט עפפארדן.
קאר ליעסינג פרייזן האבן זיך געדאפעלט און געטריפלט.
שכר לימוד איז מער נישט קיין מאנקי ביזנעס; די אדמיניסטראטארן שטייען פעלזן פעסט, העכערן די פרייזן יערליך, און פארלאנגען שטייף פון אלע עלטערן צו באצאלן די פולע שכר לימוד, אן קיין תירוצים.
אפגערעדט פון קעמפ; אמאל האט מען געקענט אדורכשווערצן א זומער מיט א 500-1,000 טאלער אין סאטמאר קעמפ, היינט קאסט א קעמפ צווישן 3,000-5,000 דאלער, אן קיין מעשיות. האסט 4 קינדער? "קענסט גיין אליין שנארן; מיר זענען נישט שולדיג דערין", זאגט די הנהלה. "מיר האבן שוין נישט די געלט ווי אמאל", קלאגן זיי.
די לעבנס קאסטן זענען געשטיגן אסטראנאמיש. די הוצאות זענען געשטיגן פי כמה שנעלער ווי די הכנסות. א הוט פאר א בחור'ל 400 טאלער, א שטריימל מינימום 6,000 טאלער, א בעקישע 300, שיך 150, ציצית 50, א בר מצוה לכה"פ 10 אלפים, א חתונה כמעט 100 אלפים. טאטעס שטייען מיט א שטוב פון קינדער און קענען זיך נישט קיין עצה געבן!
איך לייען אביסל אייוועלט ווען איך האב צייט. ממש איך וויין מיט מיט זיי. זיי וויינען יעדע יאר בעפאר קעמפ. יעדע יאר בעפאר רעגיסטראציע. מען ענדיגט נישט וויינען אויף אינפלאציע, אויף טייערע שמחות, און אויף וואס נישט?
לאור המצב מערן זיך לעצטנס פינאנציעלע עקספערטן לרוב. "בודזשעטינג" איז א נייע ערפינדונג וואס כלל ישראל האט ווייניג געהערט, אויסער אמאל אמאל פון קרן עזר ווען מען האט געדיעלט מיט א שווערע קעיס. פלוצלינג זענען דא אינטערוויאוס אין אלע אויסגאבעס ווי אזוי צו שפארן געלט, וואטסעפפ סטאטוס'ן פון געוויסע עסקנים, מיט אדווייס ענדערש צו קויפן א ביליגע קאר ווי איידער ליעסן יעדע 3 יאר נייע טייערע וואס איז ממש געלט אין מיסט. מען לערנט זיך אויס אז השתדלות איז נישט קיין סתירה מיט בטחון, און מען קען נישט סווייפן דעם קארטל ווען אימער עס גלוסט זיך אן. עס יאווען זיך גאר עקספערטן וואס פאדערן זיך אויפצוהערן צו באנוצן מיט קרעדיט קארטלעך אל-טוגעדער, קלאגנדיג אז דאס איז א רעסעפי פאר דיזעסטער אין כמעט יעדע אידישע שטוב!
אידן הערן נייע השגות. ווערטער ווי "דעיוו רעמסי" מהלך. שפארן. אינוועסטירן. אוועקלייגן געלט צו קענען עפפארדן שמחות. זאכן וואס מען האט כמעט נישט געהערט ביז לעצטנס. מען אדוואקאטירט צו מופן צו ביליגערע געגענטער. טשעקן ביליגע פרייזן אין גראסערי. מאכן תקנות חתונות. מען לערנט אונז אויס די א"ב פון לעבן נארמאל, גענוי ווי מען טרענירט קליינע בעביס צו שטעלן א טריט נאך א טריט. אויף איינמאל הערט מען אז די היימישע אינטערטעינמענט אינדוסטרי שרינקט, עס איז שוין נישט דא אזויפיל אויפרייסערישע פארטיס און שמחות. ווייניגער שבת נחמו קידושים. מענטשן זוכן דיעלס אנליין. מען גייט צו ביליגע געשעפטן ווי בינגא אדער צו סעילס, און אז מעגליך נעמט מען וואס מען קען פון די אלע חלוקה'ס וואס ווערן לעצטנס נתרבה והולך.
מאנכע אויף אייוועלט קענען שוין דערמאנען ברמז בירט קאנטראל, אז מען קען נישט האבן אזא 20 קינדער אן קיין חשבון. מען דארף עס קענען קאווערן. עס קאסט פלעי גרופ, שכר לימוד, טוטארס און טעראפי, ריזיגע הוצאות ישיבה, לחם לאכול ובגד ללבוש, ועל כולם חתונה מאכן. און מען דארף עס באצאלן. עס קוועטשט! טאטעס דרייען זיך ארום אנע קאפ...
עס קומט א יונתן שווארץ, און הייבט אן רעדן פון געזונטהייט. מען קען נישט עסן וואס מען וויל, וויפיל מען וויל... עס האט קאנסעקווענצן! יא יא, די פיינע לאקשן קוגל און הערינג וואס דו עסט יעדע וואך ביים קידוש, עס איז שרעקליך נישט געזונט! מען קען נישט גיסן אזויפיל צוקער אין אונזער ארימען גוף! ער בעט מען זאל מאכן עקסערסייז... יצחק עקשטיין וואגט זיך גאר צו אפעלירן צו עפענען א דזשים פאר'ן היימישן עולם, אינעם היימישן פרומען וומסב"ג! די סאמע פרומע סאטמאר מאכט אן אסיפה פאר אלע אידן מען זאל זיך גיין אויסטשעקן ביים דאקטאר!! רבש"ע לאן הגענו?
דאס אלעס איז א הארד לענדינג... נישט גרינג, צו לאנדן אויפן הארטן רעאליטעט באדן, נאכ'ן פליען אזא לאנגע צייט אין עולם הדמיון. עס טוט וויי. אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל. עס איז צום האפן אז דעם עם חכם ונבון וועט זיך טאקע אויפוואכן פון זיסן חלום, און נאכ'ן וויינען און אפווישן די טרערן וועט מען טאקע טון צו דער זאך.