יואלי ראטה - מלך המשיח?!

א 15 יעריגע בחור מיט אפענע אינטערנעט... אבער אלעס איז שולדיג יואלי ראטה'ס דרשה... עס מאכט מיר נישט קיין סענס, קען זיין האסט זיך אויסגעבויעט סוב-קאנטשעס א תירוץ אראפצונעמען דאס שוחד פון זיך.
עגען, איך בין געווען אומוויסענד, געטראפן מיין טאטעס אלטע פאון, זיך קאנעקטעד מיט ווייפיי, געקוקט מוזיק זאכן, און אריינגעבאמט אין די דרשה, און דאס האט מיר אנגערייצט.

ווילסט נישט פארשטיין? מוזט נישט, דאס איז געווען מיין אינטרא אין א עקלדיגע לעבנסשטייגער.
 
יא איך פארשטיי מען קען האבן אפען אינטירנעט אויב ווייסט מען נישט ווייסט מען נישט צו סערטשען קימט מען נישט אן צו קיקען נבלה.
 
דאס איז דאך בעצם א שטארקע טענה קעגן די גאנצע אינטערנעט מערכה, אנשטאט צו לעבן דערמיט נארמאל לייגט מען אריין אין קינדער און בחורים פון יונגווייז אן אז אינטערנעט איז שמוץ און עריות און כל דבר אסור, און ממילא גייט עס שוין סובקאנטשעסלי אריין אז אינטערנעט איז סינאנים מיט שמוץ, און די רגע מען באקומט זיך ארויף אויף די אינטערנעט נוצט מען דאס טאקע פאר דעם

איך ווייס נישט ווי סאך אנדערש עס וואלט געווען אן דעם, אבער עס איז זיכער אז עפעס מאכט עס אויס. קען זיין עס לוינט קעגן די תועלת וואס מען באקומט דערפון.
 
איך בין געווען לכאורה ארום 15 יאר, איך האב געהאט עקסעס, געקוקט מוזיק ווידיאס/נייעס וכו, און זיך אנגעשטויסן מיט א חזרישע דרשה, ווי ער איז מסביר די תאוה וואס ס'דא ביי בחורים,
ער האט פינקטליך אראפגעלייגט מיט אלע פרטים וויאזוי ס'ארבעט וויאזוי און וואס מ'טוט, און וויאזוי ס'ענדיגט זיך...
וד"ל...
מאכסט מיר לאכן האסט געהאט אנפילטערעד עקסעס ביי די 15 און די באשולדיגסט יואלי ראטה ....
אן אים וואלט דיר גענומען פונקט 2 טעג לענגער אנצוקומען דארט
 
וואס ער מיינט לכאורה צו זאגן, אז ער האט בכלל נישט געהאט קיין תאווה פאר די אלע זאכן ביז ר' יואל האט עס אריינגעברענגט אין אים
 
און וואס איך מיין צו זאגן אז א 15 יעריגער מיט אנפילטערעד עקסעס דארף נישט צוקומען צו יואל ראטה זאל עס אריינברענגן ער וואלט געזיצן נאך אפאר שעה פארן ווערן אויפגעקלערט
 
@ערליך און אפן

קום אריין מיט דיטעילס וויאזוי פ**נעגראפיע האט אייך געשאט
I don’t think it’s fair
זיך צו פירן כאילו מ׳קראצט דא אויס א טאפ פון טשאלנט.
מ׳רעדט פון טיפע יסורי הנפש וואס איינער האט גענומען די קוראזש מיטצוטיילן כדי צו ברענגען awareness לטובת הכלל
אויב דו ווילסט וויסן וויאזוי porn קען אויספייניגן די נשמה ווען מ׳ווערט introduced דערצו אלס קינד ווען מ׳איז נאכנישט רייף און אנטוויקלט גענוג עס צו קענען באהאנדלען- דעמאלס איז דא איבער גענוג אינפארמאציע אויף דעם עוועילעבל און דו קענסט עס טרעפן מיט איין שאלה צו גוגל.
דא איז א Ted Talk פון אלי נאש אויף דעי נושא - וואס געבט א שפרענקעלע אן אהנונג וואספארא לעבן פון יסורים דאס קען גורם זיין

View: https://m.youtube.com/watch?v=dbYWKVAeu6Y&pp=ygUYYWRkaWN0aW9uIHRvIHBvcm5vZ3JhcGh5
 
כ'וויל באמת פארשטיין פון ר' ערליך וויאזוי פא*ן האט אים געשאט. כ'האב בכלל נישט געשטעלט אין פראגע צו עס מאכט סענס אדער נישט.

רעדנדיג פון פ**ן ביי צענערלינגען, איז דען דא היינט אין די אלגעמיינע גאס פופצן יעריגע וועלכע האבן נישט געזען קיין פא*נעגראפיע? כ'פרעג נאר.

אין די שטרענגסטע חסידישע ישיבה קטנה'ס איז א האלבע עולם אנגעקוקט מיט דעם..
 
אין דעם ווידעא דערציילט ער בכלל נישט וואס די פראבלעם איז מיט פא*ן. ער רעדט בלויז ווי עדיקטעוו דאס איז.

עניוועיס, נישט געמיינט צו טשעלענדזשן די פראבלעם מיט פ
 
כ'וויל באמת פארשטיין פון ר' ערליך וויאזוי פא*ן האט אים געשאט. כ'האב בכלל נישט געשטעלט אין פראגע צו עס מאכט סענס אדער נישט.

רעדנדיג פון פ**ן ביי צענערלינגען, איז דען דא היינט אין די אלגעמיינע גאס פופצן יעריגע וועלכע האבן נישט געזען קיין פא*נעגראפיע? כ'פרעג נאר.

אין די שטרענגסטע חסידישע ישיבה קטנה'ס איז א האלבע עולם אנגעקוקט מיט דעם..
אסאך זאכן, איין פרט אז אלס בחור האב איך מוציא געווען ז"ל כמעט יעדן טאג, און טיילמאל 2 אדער מער מאל
 
זאג שוין איינמאל פאר אלעמאל וואס מיינט יא א קולט און וויאזוי ער איז אדער א קולט בכלל. און אויב יא מיט וואס ער איז מער קולט ווי סיי וועלכע חסידות?
א קולט איז א גרופע וואס ווערט קאנטראלירט דורך איין מענטש, און אלעס איז אינטער זיין פירערשאפט. ער איז פארוויקלט אין יעדעמס פריוואטע לעבן (אויף וויפיל עס איז אים נוגע). זיינע נאכפאלגער וועלן אלעס טוהן נאר פאר אים, ער וועט מאכן די החלטות פאר זיינע נאכפאלגער. יעדע זאך וואס האט צוטאן מיט שכל, וועט ער זיין דער וואס מאכט די באשלוס.
א קולט פירער וועט קענען מאכן סיי וועלכע אויסערגעווענליכע תקנות, און וועט תיכף ווערן נאכגעפאלגט אן קיין פארוואס.
יעצט צו ר' יואל.
ער איז אריינגעמישט אין יעדע פון זיינע חסידים'ס לעבן. איינעם מער און איינעם ווייניגער.
ער קאנטראלירט ווער פון זיינע אנהענגער קענען יא קומען וואוינען אין די שטעטל, און ווער נישט.
ער מאכט זייער אסאך החלטות פאר זיינע מענטשן. ווי צו וואוינען, מיט וועם צו חתונה האבן, ווען צו חתונה האבן. ער איז די איינציגסטע חתן רבי, פאר סיי וועלכע הדרכה דארף מען גיין צו אים. אויב דארף מען א טערעפיסט, איז עס ווייטער אים. ער לאזט נישט גיין צו קיין צווייטן.

א קולט מיינט נישט א פלאץ וואס מען ווערט פיזיש צוגעבינדן מיט קייטן.
עס איז א פלאץ וואס פראבירט צו איבערנעמען דיין לעבן אויף ווי ווייט מעגליך. די פירער וועט פראבירן דיר צו מאכן אנגעוואנדן אין אים, די שטערקסטע וואס מעגליך.
צו ווערט זיין קולט פארעכנט אלס גאר א שטארקע קולט פון ווי מען קען זיך נישט ארויס זעהן? לכאורה נישט.
אבער א קולט איז ער.
די וועג ווי אזוי ר' יואל ארבעט מיט דעם איז, שוין פון קינדווייז אן פרעדיגט ער שוין אריין אין די קינדער, אז נאר וואס ער זאגט איז ריכטיג, און נאר אים זאל מען פאלגן. אויב הערסטו איינעם אמאל אפלאכן איז עס נאר וועגן......
ער פראבירט צו אפשרעקן זיינע קינדער פון די ארומיגע וועלט, אלס מענטשן וואס ביי זיי לערנט מען נישט אויס די מינדעסטע...
ער לייגט אריין אין זיי א אימידזש ווי כאילו ער איז די איינציגסטע, פארשטאנדיגע מענטש וואס מען קען טראסטן.
ער פראבירט גראדע זייער אסאך מאל צו ניצן די הייליגע ר' נחמן אלס זיין פּאפּעט, און ארויפשמירן אויף אים זיינע מאמרים.
מיט די באקאנטע ''די רבי זאגט'' סלאגאן. זיין גאנצע מהלך איז אויף א וועג, אז ער איז די ענדגילטיגע.
 
נאַט קאַנווינסד. ווילאנג קיינער איז נישט געצווינגען. און ס'איז זייער גרינג צו זיין אפען צו די וועלט און אוועקצוגיין זעה איך נישט מער א פראבלעם ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות אונטער א אדמור.
 
נאַט קאַנווינסד. ווילאנג קיינער איז נישט געצווינגען. און ס'איז זייער גרינג צו זיין אפען צו די וועלט און אוועקצוגיין זעה איך נישט מער א פראבלעם ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות אונטער א אדמור.
עס איז נישט קיין פיזישע באצווינגונג.
ער נעמט איבער דיין מוח פון אלס קינד.
ווען א הינטל איז טרענירט, קען מען אים שוין לאזן לויפן אן קיין שטריק.
 
א קולט איז א גרופע וואס ווערט קאנטראלירט דורך איין מענטש, און אלעס איז אינטער זיין פירערשאפט. ער איז פארוויקלט אין יעדעמס פריוואטע לעבן (אויף וויפיל עס איז אים נוגע). זיינע נאכפאלגער וועלן אלעס טוהן נאר פאר אים, ער וועט מאכן די החלטות פאר זיינע נאכפאלגער. יעדע זאך וואס האט צוטאן מיט שכל, וועט ער זיין דער וואס מאכט די באשלוס.
א קולט פירער וועט קענען מאכן סיי וועלכע אויסערגעווענליכע תקנות, און וועט תיכף ווערן נאכגעפאלגט אן קיין פארוואס.
יעצט צו ר' יואל.
ער איז אריינגעמישט אין יעדע פון זיינע חסידים'ס לעבן. איינעם מער און איינעם ווייניגער.
ער קאנטראלירט ווער פון זיינע אנהענגער קענען יא קומען וואוינען אין די שטעטל, און ווער נישט.
ער מאכט זייער אסאך החלטות פאר זיינע מענטשן. ווי צו וואוינען, מיט וועם צו חתונה האבן, ווען צו חתונה האבן. ער איז די איינציגסטע חתן רבי, פאר סיי וועלכע הדרכה דארף מען גיין צו אים. אויב דארף מען א טערעפיסט, איז עס ווייטער אים. ער לאזט נישט גיין צו קיין צווייטן.

א קולט מיינט נישט א פלאץ וואס מען ווערט פיזיש צוגעבינדן מיט קייטן.
עס איז א פלאץ וואס פראבירט צו איבערנעמען דיין לעבן אויף ווי ווייט מעגליך. די פירער וועט פראבירן דיר צו מאכן אנגעוואנדן אין אים, די שטערקסטע וואס מעגליך.
צו ווערט זיין קולט פארעכנט אלס גאר א שטארקע קולט פון ווי מען קען זיך נישט ארויס זעהן? לכאורה נישט.
אבער א קולט איז ער.
די וועג ווי אזוי ר' יואל ארבעט מיט דעם איז, שוין פון קינדווייז אן פרעדיגט ער שוין אריין אין די קינדער, אז נאר וואס ער זאגט איז ריכטיג, און נאר אים זאל מען פאלגן. אויב הערסטו איינעם אמאל אפלאכן איז עס נאר וועגן......
ער פראבירט צו אפשרעקן זיינע קינדער פון די ארומיגע וועלט, אלס מענטשן וואס ביי זיי לערנט מען נישט אויס די מינדעסטע...
ער לייגט אריין אין זיי א אימידזש ווי כאילו ער איז די איינציגסטע, פארשטאנדיגע מענטש וואס מען קען טראסטן.
ער פראבירט גראדע זייער אסאך מאל צו ניצן די הייליגע ר' נחמן אלס זיין פּאפּעט, און ארויפשמירן אויף אים זיינע מאמרים.
מיט די באקאנטע ''די רבי זאגט'' סלאגאן. זיין גאנצע מהלך איז אויף א וועג, אז ער איז די ענדגילטיגע.
איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען... מיט וואס איז אנדערש יעדע אנדערע חסידות??
איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמאר און פון קינדווייז אן פרעדיגט מען די רבי זכרונו לברכה געווען די איינציגסטע צדיק און די לעצטע דורות וכו' חתן רבי'ס גייט מען נאר צו די קהילה עפראווטע וואס לערנט אויס אויף זייער שטייגער וכו' וכו'

נאר איין זאך דו קענסט נישט קהילת היכל הקודש דארט פונקט ווי אין יעדע קהילה איז פארהאן הייסע אנהענגער נארמאל אנהענגער און פארווע אנהענגער וואס וועלן זיך ערלויבן צו קריטיקן אויך...

ביסט נעבעך אומוויסענד, למעשה איז ער די איינציגסטע באקאנטע מנהיג וואס אינטערסירט באמת די וואוילזיין פון זיינע אנהענגער, ממילא קוקסטו עס אן ווי קולט, גיב א קוק אזא ראבינאוויטש מעשה קען דען האבן א קיום אין זיין קהילה? קיינמאל! מהר''יי מסאטמאר זאל זיך נאר פראבירן צו זאגן אז ווארט פארן נגיד און ער האקט אם מיט עם, אויך מיר א מנהיג...
די באקאנטע בערקאוויטש פרשה הנקרא 'פרי מלכי' דארף דען נישט יעדע מנהיג דאס צו קענען מסדר זיין, א בושה אז נאר ר' יואל ראטה האט איר געקענט באפרייען.

זיצן זיך די גרעסטע רבי'ס און לייגען אריין די גרעסטע ענערג'י אין די אני ואפסי אז ביים גרויסע עצרת מחאה זאל זיך אנזעהן אז זיי זענען באמת 'די זאך' און חלילה נישט קיין נאכשלעפער...
ביי די 80 דערמאנט ער זיך צוצישטעלן ביליגע דירות פאר זיינע אנהענגער און עסט זיך דאס גאל מיט זיינע נגידים וואס פייטן עם.

אבער ר' יואל ראטה איז א קולט, ווייל ער איז א אמת'ע מנהיג ישראל וואס זארגט אז זיין ציבור זאל האבן א געשמאקע לעבן
 
לעצט רעדאגירט:
100% ריכטיג
אבער יואלי ראטה׳ס solution פאר דעי חסידישע טשיילד עביוז איז עס צו לעזן מיט אסך גרעסערע טשיילד עביוז
דו קענסט אביסל מער מסביר זיין דיין דראמאטישע לופטיגע סטעטמענט?
די קהילה שטייט שוין קרוב צו 20 יאר דו קענסט פארציילען אביסל מער פון די גרעסערע טשיילד אביוז? די ערשטע חדר יונגליך זענען שוין היינט עטליכע יאר נאך די חתונה, און די ערשטע יונגע חתונות זענען שוין געווען עטליכע יאר צוריק, לויט וואס איך ווייס איז אלעס געוואלדיג עכ''פ בעסער ווי ביי אונז...

לאמיר הערן וואס דו ווייסט, קום אריין קלאר מיט דיטאלען נישט מיט קיין ברייטע לופטיגע דראמאטישע סטעטמענט וואס מען האט גענוצט דורך די סאטמארע טעראריסטן ביי הרב מיכל לעבאוויטש.
 
ער לייגט עס ארופ זייער זייער ציענד,
מיר פערזענלעך האט עס געמאכט אנהייבן קוקן פארנאגראפיע
וואס איז עס אנדערש ווען א 15 יעריגע האט עקסעס צו אומגעפילטערע אינטערנעט און זיכט 'אידישע' קאנטענט און ער קומט אן צו קרעמל און ליינט זיך אן מיט אדאלט קאנטענט וואס פירט עם אריין אין תהום?

איך מיין אז דיין קעיס איז א אויסנאם שבאויסנאם ניטאמאל א מיעוט שאינה מצוי קען מען עס אנרופען, א בחור מיט אומגעפילטערע עקסעס זאל ווערן פארשלעפט צו שאול תחתית דורך א יואל ראטה דרשה...

בעצם קומסטו אריין ווי די יונגערמאן מיט טענות אויף די שמאלי געפאסטע קול קורא'ס אז עס עפענט עם אויף צו באטראכטן פרויען ווי אזוי זיין גייען אנגעטון, אדער די הבדלה אויסגאבע רייצט עם אן צום אינטערנעט... כאפסט?
 
Back
Top