איינע פון די סימנים פון 'נישט' א קולט איז ארויסצולייגן רעקארדירטע דרשות, און דאס איז נישט געקליבענע רעדעס נאר 95% דרשות, אלעס איז אפן און די וועלט איז אפן צו עם, ער לאזט זיינע מענטשן ארבייטן און זיך דרייען וואו זיי ווילן אן קיין לימיטס.אינז ווייסמער זייער פיין וואס מיינט א קולט אין @שטַאטסמַאן האט עס פיין אראפגעלייגט איך וועל נאך איין טאג צאמנעמן די 10 סמנים פון א קולט אין עס אי”ה שיין מסביר זיין אויף היכל הקודש...
דאס שטעטל וואס ער האט געבויעט איז נישט ווי א געטא דוגמת סקווירא טאהש וכדו', נאר אינמיטן קעטסקילס אויסגעשפרייט אויף 10 מייל, און אינצווישן געפינען זיך קעמפס קאנטרי'ס.. נאך א דוגמא פון א קולט...
סמארטפון'ס, אינטערנעט, איז נישט גע'אסר'ט דארט, הגם ער רעדט כסדר פון די שעדליכקייט דערפון, אבער מען רודפ'ט נישט דער וואס האט אפענע אינטערנעט, נאך א סימן פון א קולט....
עס איז דא קיאסק מטעם די קהילה פאר מענער און פרויען וואס האבן נישט קיין אינטערנעט צו קענען הנאה האבן פון אינטערנעט, נאך א סימן פון א קולט....
פרויען זענען נישט אסור צו דרייוון הגם ער אינקארידזשט עס נישט ווייל ער און 90% זענען אויפגעוואקסן דערקעגן, נאך א סימן פון א קולט....
אזוי קען מען גיין ווייטער און ווייטער....