יואלי ראטה - מלך המשיח?!

איינער וואס האלט עפעס אויף א נושא ווערט ער א אמבאסאדער?
קודם כל, האב איך מקדים געווען אז כ'מיין נישט ח"ו אוועקצומאכן א געוויסע ניק.

ווען איינער האלט עפעס אויף א נושא, ווערט א טאקע נישט קיין אמבאסאדער. אבער אויב איינער איז יעדע זאך וואס ר' יואל זאגט איז ביי עם קודש קדשים (ותבא עליו ברכה איבערדעם), און אזוי יעדער איבער זיין רבי, און ער וועט עס פארענטפערן פון מקטרגים בכל אופן וצורה שהוא, קען מען רופן אמבאסאדער.

און אגב, אמבאסאדער איז נישט קיין שאנד טיטל, בפרט נישט אין ברסלב, בפרט נישט אין היכל הקודש, והבן.
 
אויב יעדער דא האט די זעלבע מיינונג איז נישט אינטערסאנט, נישטא אויף וואס זיך צו טענה׳ן, ס׳ברויך זיין צוויי אידן דריי דעות.
 
קודם כל, האב איך מקדים געווען אז כ'מיין נישט ח"ו אוועקצומאכן א געוויסע ניק.

ווען איינער האלט עפעס אויף א נושא, ווערט א טאקע נישט קיין אמבאסאדער. אבער אויב איינער איז יעדע זאך וואס ר' יואל זאגט איז ביי עם קודש קדשים (ותבא עליו ברכה איבערדעם), און אזוי יעדער איבער זיין רבי, און ער וועט עס פארענטפערן פון מקטרגים בכל אופן וצורה שהוא, קען מען רופן אמבאסאדער.

און אגב, אמבאסאדער איז נישט קיין שאנד טיטל, בפרט נישט אין ברסלב, בפרט נישט אין היכל הקודש, והבן.
איך קען גראדע הערן קריטיק אויף די ר''י איך אליינס בין נישט מסכים צו אלעס, ער איז דאך א מענטש... (אין ברסלב איז די משפיע נישט קיין מלאך וואס קען נישט מאכן טעותים...)
 
יואלי ראטה איז ברייט באקאנט מיט זיינע קאנטווערסיעס, איך ברענג דא דעם אשכול נאך אפאר שטיקלעך וואס איך האב געטראפן ווי ער איז זיך מרמז נישט מער אין נישט וויניגער אלטס דער מלך המשיח!?

1. ער שרייבט אינטער אן הקדמה צו איינע פון זיינע קונטרסים אז די באשעפער זאל העלפן אז ער זאל פארעכטען זיינע פגמים אין עס זאל שוין זיין "מֶ֧לֶךְ אֶחָ֛ד יִהְיֶ֥ה לְכֻלָּ֖ם" וואס דאס שטייט ביי משיח.

2. אין פון זיינע לעצטיגע ווידיאס ווי ער ברענגט ארויס אז די גאס וויל נאר זעהן געלט אין די אמת’ע שבח פון זיין שטעטל איז אז מען האט נישט קיין דאגות, ער שפילט אויס אפאר משלים אין ער ענדיגט צו "ס’איז ממש משיח’ס צייטן".

שטעלט זיך די פראגע איז ער טאקע אויפן גאנג אז מען זאל אים איין טאג דערקלערן אלטס מלך המשיח אדער עס איז נאר א צו פאל? וואס איז אייער מיינונג...
איך האב נישט אדורכגעליינט די אשכול אבער דיין תגובה זעט אויס ווי פון די טייפ יודן וואס האבן געפייניגט מעכל ניקלסבורגער מיט אזעלכע מינע דמיונות
קאם אן א מענטש מעג נישט זיין אנדערש ווי די מיינסטרים? דיין טרעפן רמזים און זיינע ווערטער איז שוין נעקסט לעוועל
 
די הייליגע ליובאוויטש’ער רבי האט זיך קיינמאל נישט דעקלערט משיח אבער ער האט אלס געזאגט אז גרויס טייל פון זיינע חסידים זאלען שרייען אז ער לעבט ביזן היינטיגן טאג אין די זעלבע זעי איך זיך אז עס אנטוויקלט זיך ביי יואלי ראטה

אגב איך בין דא צו פארברענגען נישט צו דיך דיפענדען
ווי זעסטו זיך עס אנטוויקלען אזעלכע סטייל רמזים וואס די האסט געטראפן קען איך דיר טרעפן פון יעדע רבי זצוק"ל און שליט"א
 
אונז האמיר שוין געהאט לעצטענס, אין די לעצטיגע יארן איינער וואס האט ארומגעשיקט קליפס פון זיך אז ער איז משיח,

ער האט גע'גנב'ט א צירונג אין א טייער געשעפט אין אויסלאנד, און ווען מען איז אים געקומען ארעסטירן האט ער געזאגט אז ער איז משיח און עס באלאנגט פאר אים

ער האט געקויפט א קרוין אויך.
מחמת כבוד המשפחה, און פאר די אידן וואס האבן נישט געהערט דערפון, בעט מען נישט צו שרייבן קיין נאמען און קיין רמז הה"ד ווער עס פארשטייט פארשטייט....

עכ"פ, ננוח אז יואלי ראטה וויל זיין משיח, דארף מען אים לאזן וויסן אז כבר הקדימו אחר...
ביינונז פלעגט מען זאגן אז אין גיהנום זיצט מען און מען רעדט לשון הרע אן נעמען
סטאפ שוין די אביוז !!
ווי וואנט נעימס
 
ביינונז פלעגט מען זאגן אז אין גיהנום זיצט מען און מען רעדט לשון הרע אן נעמען
סטאפ שוין די אביוז !!
ווי וואנט נעימס
איך האלט מען זאל דאס מעקן. מען רעדט פון א בעל בתיש'ע יונגערמאן, א שיינע משפחה מכל הצדדים, ער אליינס האט א שיינע שטוב, וואס איז נעבעך באטראפן געווארן מיט חולי נפש ל"ע. עס פעלט נישט אויס מרבה צו זיין בזיונות פאר די משפחה.
 
ביינונז פלעגט מען זאגן אז אין גיהנום זיצט מען און מען רעדט לשון הרע אן נעמען
סטאפ שוין די אביוז !!
ווי וואנט נעימס
ווילסטו אז
א. איך זאל גיין אין גיהנום פארן מבזה זיין א משפחה, ב. , זיי מאכן דאס גיהנום אויף די וועלט

אלס ווייל אין דיין גיהנום איז לשון הרע אן א נאמען די גאנגבארע ארטיקל?
 
ווילסטו אז
א. איך זאל גיין אין גיהנום פארן מבזה זיין א משפחה, ב. , זיי מאכן דאס גיהנום אויף די וועלט

אלס ווייל אין דיין גיהנום איז לשון הרע אן א נאמען די גאנגבארע ארטיקל?
הומאר פארשטייסטו נישט?
 
איך ווייס נישט פונקט איבער די גאנצע משיח דרייוו. אבער דאס איז זיכער אז ער קען זיך מארגן דערקלערן משיח, און זיין פאפולאציע וועט נישט פאלן!
ער איז א קולט פירער.
די וועג ווי אזוי ער רעדט, איז אויף א וועג אז אלע זיינע חסידים זאלן מורא האבן פון די וועלט, און זיין אין די בּאבּל פון ''נאר אין ברסלב שלאגט מען נישט די מאמע''.
די גאנצע סיבה פארוואס ער מאכט חתונה בחורים/מיידלעך ביי די 15-16 איז בלויז זיי זאלן ווערן מער אנגעוואנדן אין אים.
די סיבה פארוואס עצתו אמונה קומט מיט נקודות איז בלויז אריינצוכאפן די קליינע בחור'ל מיט אביסל ''הייסע קאנטענט''.... ווען א פרישע אלטוועלטליכע בחור'ל וואס איז אין די פריע שטאפלן פון ווערן ערוואקסן, באגעגנט זיך מיט +18 קשיות, וועט דאס מאכן אז יעדע מאל וואס ער זעהט זיינע גליונות, זאל ער עס וועלן דורך ליינען, ווייל אפשר גייט ער טרעפן נאך עפעס ''אינטערעסאנט''... און אזוי וועט ער קענען צוביסלעך אריינגעדרינגן אין דעם בחור'ל, האפענדיג אז ער זאל ווערן זיין תלמיד.
 
יואלי ראטה איז א רבי ווי אלע רבי'ס.
יעדער רבי וויל זיינע חסידים זאלן האלטן פון אים, נאר ער איז כארעזמאטיש האט ער אסאך פון די הייסע שוואנצאנים.
ר' אהרן טייטלבוים האט דען נישט קיין מענטשן וואס רירן זיך נישט אן אים?
 
יואלי ראטה איז א רבי ווי אלע רבי'ס.
יעדער רבי וויל זיינע חסידים זאלן האלטן פון אים, נאר ער איז כאריזמאטיש האט ער אסאך פון די הייסע שוואנצאנים.
ר' אהרן טייטלבוים האט דען נישט קיין מענטשן וואס רירן זיך נישט אן אים?
ביסט פאררוקט? ר' אהרן ט"ב ביי די 80 ווען ער שמעקט די קרקע וועקט ער זיך אויף צו גיבן ביליג דירות, די לעצטע 30 יאר בויעט מען אין קר"י פאר רבי געלד! בכלל, וואס גיט ער פאר זיינע חסידים? עס אינטערסירט אים צו זיי האבן שלום בית, פרנסה, חינוך? ער לעבט ווי אלע היינטיגע רבי'ס על סיר הבש,ר פארט אויף פריוואטע פליגער צום וואקאציע הויז, וכו'.

ר' יואל ארבייט אריין פאר זיינע חסידים 24/7.
 
איך האב אים נישט אוועקגעמאכט.
איך מיין נאר צו ארויסברענגען אז די אלע וואס שרייען אז ער איז אז קולט קענען שרייען דאס אויף יעדע רבי.
 
דערמאנסט מיר יארן צוריק ווען מיין טאטע האט זיך אויסגעדריקט וועגן דעם ליובאוויטשער רבי׳ן
אויף אן אופן וואס האט מיר שאקירט און געפילט ווי א זעץ אין הארץ (איך בין נאך געווען צו יונג צו פארשטיין)
ער האט געזאגט: אויב ער איז טאקע משיח, זאל ער בעסער נישט קומען
כלל ישראל האט נישט אפגעליטן צוויי טויזנט יאר שחיטות און צרות זיך צו דערלעבן צו דעם…
היינט פארשטייסטו עס שוין? די עוולות וואס ער האט אפגעמאכט איז אין מיינע אויגן יצא הפסידו בשכרו.
 
לעצט רעדאגירט:
ביסט פאררוקט? ר' אהרן ט"ב ביי די 80 ווען ער שמעקט די קרקע וועקט ער זיך אויף צו גיבן ביליג דירות, די לעצטע 30 יאר בויעט מען אין קר"י פאר רבי געלד! בכלל, וואס גיט ער פאר זיינע חסידים? עס אינטערסירט אים צו זיי האבן שלום בית, פרנסה, חינוך? ער לעבט ווי אלע היינטיגע רבי'ס על סיר הבש,ר פארט אויף פריוואטע פליגער צום וואקאציע הויז, וכו'.

ר' יואל ארבייט אריין פאר זיינע חסידים 24/7.
דאס איז זיכער אז ער גיבט זיך שטארק אוועק פאר זיינע חסידים, אויף דעם קען מען זיך נישט קריגן. אבער וואס איז אויך זיכער איז אז ער איז א קולט פירער!!!
ער איז דער וואס טראכט פאר זיינע חסידים...
זיי דארפן נישט טראכטן!
 
דאס איז זיכער אז ער גיבט זיך שטארק אוועק פאר זיינע חסידים. אויף דעם קען מען זיך נישט קריגן. אבער וואס איז אויך זיכער איז אז ער איז א קולט פירער!!!
ער איז דער וואס טראכט פאר זיינע חסידים...
זיי דארפן נישט טראכטן!
אדער ווייסטו נישט וואס עס מיינט א קולט אדער קענסטו נישט קהילת היכל הקודש

נאך א אפציע, עפעס א שנאה האסטו אויף די מקום צו לייגן א נאסע ליילעך
 
אדער ווייסטו נישט וואס עס מיינט א קולט אדער קענסטו נישט קהילת היכל הקודש

נאך א אפציע, עפעס א שנאה האסטו אויף די מקום צו לייגן א נאסע ליילעך
אינז ווייסמער זייער פיין וואס מיינט א קולט אין @שטַאטסמַאן האט עס פיין אראפגעלייגט איך וועל נאך איין טאג צאמנעמן די 10 סמנים פון א קולט אין עס אי”ה שיין מסביר זיין אויף היכל הקודש...
 
אינז ווייסמער זייער פיין וואס מיינט א קולט אין @שטַאטסמַאן האט עס פיין אראפגעלייגט איך וועל נאך איין טאג צאמנעמן די 10 סמנים פון א קולט אין עס אי”ה שיין מסביר זיין אויף היכל הקודש...
קענסט עס מסביר זיין אויף וואס די ווילסט.

יואלי ראטה איז א רבי פונקט ווי אלע רבי'ס.
מען קען זיך אבער טענה'ן פארוואס ער לייגט ארויס זיינע בול שיט אין פאבליק. נישט אזויווי אלע רבי'ס וואס באהאלטן עס אינטער א רבי'שע בעקישע אדער צווישן די זאקן פון די גרעיפ דשוס באטלעך רגליים
 
Back
Top