יואלי ראטה איז א נאמען ווייט באקאנט און קיינער דא איז נישט חולק צווישען די אלע טענות און מענות אהין און צוריק אז ער איז דעפינעטלי אן אינטערסאנטער קארעקטור וואס מען קען אסאך דעבאטירן ארום זיין פערסאנאליטעט.
צו זאגן אז ער האט קריעטעד א קולט איז שווער צו זאגן. האט ער אייגנשאפטן ווי א קולט פירער איז אויך נישט קיין ספק. עס איז שווער צו פארפסקענען אז נישט.
זיינע רעדעס זעהט אויס זייער דעמעגאגיש, און ווי אויך פארלאנגט ער אז זיין מהלך המחשבה זאלן זיינע נאכפאלגער טוהן און זיך נישט רירן קיין טיפה מן הים דערפון. ער מאכט זייער חוזק פון איינעם וואס טראכט נישט ווי ער, און טוהט נישט ווי אזוי ער פארשטייט.
אבער אין א קולט ווי גוט דער מענטש געפינט זיך אין זיין קולטישע סביבה זעהט מען אויף איהם/איר אן אום-צופרידענקייט פון דעם לעבנס שטייגער וואס ער/זי מוז לעבן אינעם קולטישער הנהלה.
עס איז נישטא קיין קולט וואס האט אן אינערליכע צופרידענהייט פון זיך, און פון זיין קולט פירער. אבער דא ביי ר' יואליש ראטה. זעהט מען יא א דירעקטע פארקערטע תוצאה. דערעולם איז צופרידן מיט אן אינערליכע סיפוק הנפש. ער/זי איז זייער פראוד זיין זיין א מעמבער אין היכל הקודש. נישט נאר ער/זי איז פראוד מיט א אויפגעבלאזענע פראודנעס. נאר זיי זענען גאנץ גליקלעך. זערא פֿאָר פרעשור. א יעדער לעבט זיך זיין אייגן ארטיגער לעבן כלפי זיינע שכינים ארום, רייך, שטארק, און שוואך אלץ ארום די זעלבע זאך. קיינער לעבט נישט אויף אן אויפן זיך צוצושטעלן צו קיינעם.
די פעיר פרעשור איז מעבירון דעתו של אדם, ומדעת קונו. וואס דאס איז טעקניקעלי וואס איז די עניות. קיינער לעבט נישט אין קיין דורות פון ברויט און פוטער. מען לעבט אין א דירות אז מען האט נישט וואס יענער האט. ווער איז דער יענער איך זיך איהם שוין לאנג. דאס פרעגעלט ער יומם ולילה.
ווי אויך רעדט ער ווי פראקטיש לעבן קען זיין, נישטא קיין לעבנ'ס טעבא סובדזשעקט וואס קען נישט אויס געשמועסט ווערן. ע''כ קען א יעדער לעבן רואיג אונטער זיין השפעה. קיינער דרייט זיך נישט ארום טראכטענדיג, געוואלד איך האב מוז''ל געווען און איך בין אנדערשט פון א יעדער און קיינער טוהט דאס נישט נאר איך. אין די דרשה'ס הערט ער, ער איז נישט אליינס אין זיין נסיונות און א יעדער איז גלייך. איך קען נאך תשובה טוהן אויך (לאפוקי אנדערע פלעצער) איז דאך זיכער מה טוב ומה נאים.
אבער איהם קולטירירן עס זעהט מיר נישט אויס אזוי !! דו''ק ותשכח.