Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
עס איז נישט אמת אז ער זאגט תפילה ער זאגט התבודדות עס איז א גרויסע חילוק.טאקע נאך א גרויסע פראבלעם איז דאס וואס ער מאכט 'אינגאנצן' אוועק מענטל העלטה כאילו ס'עקזיסטירט נישט אזא פראבלעם. און פאר 'אלע' סימפטאמען איז בלויז דא 'איין' לעזונג! תפילה! איך קען גראדע פארשטיין אז אין די היינטיגע משוגענע וועלט איז אפשר מענטל העלטה איבערגעטריבן, אבער 'אינגאנצן' לייקענען האט נישט קיין פשט.
"היימישע טעראפיסטן" מיינט נישט לייסענסד?עס איז נישט אמת אז ער זאגט תפילה ער זאגט התבודדות עס איז א גרויסע חילוק.
היינט געזעהן א בריוו ווי ער שיקט א פרוי צו 'היימישע' טערעפיסטן אין שטעטל ...
קוק אויף די עפפ עס איז א לעצטיגע בריוואיך ווייס פון די בריוו וואס ווערן געדרוקט וואך איין און וואך אויס אין זיין גליון. ער ווארפט פעך און שוועבל אויף אלע טעראפיסטן. אויך אין די ווידעאוס. ער חוזק'ט אפ פון מענטל העלטה.
זאגסט האסט 'אליינס' געזען בריוו אנדערש. אפשר זע טאקע מען זאל אנהויבן דריקן יענע בריוו אויך.
וויפיל טעראפיסטן קענסטו אז דו זאגסט וויאזוי רוב טעראפיסטן ארבעטן?די עיקר מערכה וואס ער פירט מיט די טערעפיסטן איז די וואס טוען טאקע גארנישט און דאס איז זייער נפוץ מען קען זאגן אז ממש רוב טערעפיסטן ארבייטן אזוי... מען הערט אויס מען שמועסט מען פארברענגט מיט נארישקייטן, א וודאי איז דא בעסערע וואס פראבירן צו טון מער אבער די מענטש דארף אויך מיטארבייטן און דארט בלייבט מען סטאק רוב מענטשען ארבייטן נישט מיט, צו נאר אביסל.
בקיצור מאר אר לעס ווי סאטמער פאפא בעלזא באבוב וויזניץ און סקווירא.א קולט איז א גרופע וואס ווערט קאנטראלירט דורך איין מענטש, און אלעס איז אינטער זיין פירערשאפט. ער איז פארוויקלט אין יעדעמס פריוואטע לעבן (אויף וויפיל עס איז אים נוגע). זיינע נאכפאלגער וועלן אלעס טוהן נאר פאר אים, ער וועט מאכן די החלטות פאר זיינע נאכפאלגער. יעדע זאך וואס האט צוטאן מיט שכל, וועט ער זיין דער וואס מאכט די באשלוס.
א קולט פירער וועט קענען מאכן סיי וועלכע אויסערגעווענליכע תקנות, און וועט תיכף ווערן נאכגעפאלגט אן קיין פארוואס.
יעצט צו ר' יואל.
ער איז אריינגעמישט אין יעדע פון זיינע חסידים'ס לעבן. איינעם מער און איינעם ווייניגער.
ער קאנטראלירט ווער פון זיינע אנהענגער קענען יא קומען וואוינען אין די שטעטל, און ווער נישט.
ער מאכט זייער אסאך החלטות פאר זיינע מענטשן. ווי צו וואוינען, מיט וועם צו חתונה האבן, ווען צו חתונה האבן. ער איז די איינציגסטע חתן רבי, פאר סיי וועלכע הדרכה דארף מען גיין צו אים. אויב דארף מען א טערעפיסט, איז עס ווייטער אים. ער לאזט נישט גיין צו קיין צווייטן.
א קולט מיינט נישט א פלאץ וואס מען ווערט פיזיש צוגעבינדן מיט קייטן.
עס איז א פלאץ וואס פראבירט צו איבערנעמען דיין לעבן אויף ווי ווייט מעגליך. די פירער וועט פראבירן דיר צו מאכן אנגעוואנדן אין אים, די שטערקסטע וואס מעגליך.
צו ווערט זיין קולט פארעכנט אלס גאר א שטארקע קולט פון ווי מען קען זיך נישט ארויס זעהן? לכאורה נישט.
אבער א קולט איז ער.
די וועג ווי אזוי ר' יואל ארבעט מיט דעם איז, שוין פון קינדווייז אן פרעדיגט ער שוין אריין אין די קינדער, אז נאר וואס ער זאגט איז ריכטיג, און נאר אים זאל מען פאלגן. אויב הערסטו איינעם אמאל אפלאכן איז עס נאר וועגן......
ער פראבירט צו אפשרעקן זיינע קינדער פון די ארומיגע וועלט, אלס מענטשן וואס ביי זיי לערנט מען נישט אויס די מינדעסטע...
ער לייגט אריין אין זיי א אימידזש ווי כאילו ער איז די איינציגסטע, פארשטאנדיגע מענטש וואס מען קען טראסטן.
ער פראבירט גראדע זייער אסאך מאל צו ניצן די הייליגע ר' נחמן אלס זיין פּאפּעט, און ארויפשמירן אויף אים זיינע מאמרים.
מיט די באקאנטע ''די רבי זאגט'' סלאגאן. זיין גאנצע מהלך איז אויף א וועג, אז ער איז די ענדגילטיגע.
מסכים ר׳ יואלי ראטה האט טאקע געמאכט א טעות מיט יענע דרשה, ווי קומט מען יעצט אן צי א קולט, הייליגע באשעפער?או יאמר די נקודה איז אז ווען מ'דארף גובה עדות זיין און מ'מוז אריינקריכן אין בלאטע, האבן עס גדולי ישראל געטוהן און כח תורתם האט מגין געווען. ווען איינער וואס לא קרא ולא שנה ולא שימש, און איז מחליט אז אנשטאט צו ארויסברענגען (לאמיר זאגן גראפיש) אז מ'טאר נישט מוציא ז"ל זיין, גייט ער און שפילט אויף די פלעזשור און די עקסטאסי דערפון מיט א זאפטיגן שפראך מיט אלע קליפערלעך, איז נישט מער ווי א חזיר. סארי. דער נודע ביהודה האט נישט אויסגעשמועסט ווי יענער האט געברענגט די פרוי צו ארגע*ם, נאר שמועסט אויס די טעכנישע דעטאלן טרוקן בלשונה פון די פרוי, אויף וויפיל עס האט זיך אויסגעפעלט להתיר אשה לבעלה.
איך בין נישט דא צו איבערצייגן קיינעם מיט מיין שטעלונג. אויב האסטו פארשטאנען מיין ערקלערונג, איז גוט. און אויב נישט, אויך.בקיצור מאר אר לעס ווי סאטמער פאפא בעלזא באבוב וויזניץ און סקווירא.
אלע האבן פראבלעמען אבער זענען נישט קיין קולט, געוויסע האבען טאקע מער פראבלעמען ווי אנדערע.
איך בין נישט דא צו איבערצייגן קיינעם מיט מיין שטעלונג. אויב האסטו פארשטאנען מיין ערקלערונג, איז גוט. און אויב נישט, אויך.
יואלי ראטה קען מאכען טעותים און האט געמאכט טעותים, איך האלט גראדע יא פון עם, אבער ער איז קלאר יא באגאנגען פשעים ווי פארכאפען זיין כיתה פון וויען קיין ברסלב, ס׳איז א פשע אקעגן די ווינע מוסד און אקעגן די עלטערען פון די קינדער בחורים (מען האט גערעדט פון דרייצען יעריגע בחורים, נישט פון קיין ישיבה גדולה בחורים ווואס טוען מילא וואס זיי ווילן).נניח די אלע זאכן זענען אמת.... האט ער גארנישט געטון נגד התורה, און די טאטע האט נישט קיין רעכט איינצוטיילען די קינדער ביי וועם זיך צו דרייען, כל זמן ער הייסט זיין נישט טון נגד התורה.
הגם איך פארשטיי זייער גוט די עלטערן און איך וויל אויך נישט אז איינער זאל עס טון צו מיינע קינדער, עכ''פ לויט די תורה איז עס קיין שום פראבלעם נישט.
בעסיקלי אזוי ווי ר' מענדל ווערטער האט געטון, און אזוי ווי 'חסידות' האט געטון אלע דורות ארויףזיין עבירה איז נישט געווען מיט מאכן יענע כיתה פאר ברסלב'ע, נאר פארן זיי אנהעצן קעגן די אנדערע רבנים פון די דרויסנדיגע וועלט און זאגן אז אלעס איז בולשיט, לאך דיר אויס פון די גאנצע מעשה, דארפסט נישט לערנען נאר זאגן משניות. דאס וואס וויענע רב און אלע רבנים און מחנכים זאגן דיר ביז אהער איז שטותים. זיין עבירה איז געווען, צו נעמען יונגעלעך וואס זענען נתחנך געווארן דורך זייערע עלטערן אויף איין וועג, און זיי זאגן אז זייערע עלטערן, רבי'ס, רעדן דיר איין שטותים... דארפסט גארנישט טון, קענסט זיין קיל, דער אויערשטער האט דיר ליב.
דאס איז זיין חטא.
א קולט ע"פ תורה איז נאכאלס א קולטנניח די אלע זאכן זענען אמת.... האט ער גארנישט געטון נגד התורה, און די טאטע האט נישט קיין רעכט איינצוטיילען די קינדער ביי וועם זיך צו דרייען, כל זמן ער הייסט זיין נישט טון נגד התורה.
הגם איך פארשטיי זייער גוט די עלטערן און איך וויל אויך נישט אז איינער זאל עס טון צו מיינע קינדער, עכ''פ לויט די תורה איז עס קיין שום פראבלעם נישט.
שו"ע אה"ע כ, בקען זיין, איך געדענק נישט אזא זאך אין שו״ע איך בין נישט די גרעסטע בקי
אה קיינער האט נאכנישט געשריבן פארוואס די קהילה איז א קולט בכלל
נניח די אלע זאכן זענען אמת.... האט ער גארנישט געטון נגד התורה, און די טאטע האט נישט קיין רעכט איינצוטיילען די קינדער ביי וועם זיך צו דרייען, כל זמן ער הייסט זיין נישט טון נגד התורה.
הגם איך פארשטיי זייער גוט די עלטערן און איך וויל אויך נישט אז איינער זאל עס טון צו מיינע קינדער, עכ''פ לויט די תורה איז עס קיין שום פראבלעם נישט.
אויב איינער בא'גנב'ט קינדער און מאכט זיי משעובד פאר איהם בגוף ובנפש איז דאס א פאר זיך אליין א פראבלעם.כי ימצא איש גנב נפש מאחיו מבני ישראל והתעמר בו ומכרו ומת הגנב ההוא ובערת הרע מקרבך׃