יואלי ראטה - מלך המשיח?!

אה העלא גוט אז דו ביסטא האסט באמערקט אז איך האב דיר געזוכט פריער? גיב א קוק א שאד נאר האסט עס נישט געזעהן פארן שרייבן דיין לופטיגע דראמאטישע תגובה .....

פארוואס איז א חוצפא צו מדמה זיין צו תשובות נודע ביהודה? האסט אמאל געזעהן די תשובה?

די נקודה איז אז די תורה הקדושה און חכמינו האבן זיך קיינמאל צוריקגעהאלטן פון אויסשמועסן קאנטענט אלס חשש אז איינער גייט ווערן אנגעצינדן, דאס איז זייער פשוט.
או יאמר די נקודה איז אז ווען מ'דארף גובה עדות זיין און מ'מוז אריינקריכן אין בלאטע, האבן עס גדולי ישראל געטוהן און כח תורתם האט מגין געווען. ווען איינער וואס לא קרא ולא שנה ולא שימש, און איז מחליט אז אנשטאט צו ארויסברענגען (לאמיר זאגן גראפיש) אז מ'טאר נישט מוציא ז"ל זיין, גייט ער און שפילט אויף די פלעזשור און די עקסטאסי דערפון מיט א זאפטיגן שפראך מיט אלע קליפערלעך, איז נישט מער ווי א חזיר. סארי. דער נודע ביהודה האט נישט אויסגעשמועסט ווי יענער האט געברענגט די פרוי צו ארגע*ם, נאר שמועסט אויס די טעכנישע דעטאלן טרוקן בלשונה פון די פרוי, אויף וויפיל עס האט זיך אויסגעפעלט להתיר אשה לבעלה.
 
אקעי די נקודה איז בכלל נישט געווען וועגען די יראת שמים פון ר' יואל ראטה ווס. די נודע ביהודה

די שמועס איז געווען די בלעים צו ער קען באשולדיגן ר' יואל אין זיין דורכפאל, אויף דעם האב איך געשריבן 2 נקודות.

1) דאס אז ער איז ארויף אלס 15 יעריגע בחור אויף אינטערנעט נישט וויסענדיג אפילו צו עס האט א פילטער האט ער זיך אליינס אריינגעלייגט אין די מצב און קען קיינעם בלעימען.

2) אז די מציאות איז אז דו קענסט אזויפיל מאל טרעפן אין די תורה נ''ך גמרא רש''י'ס תשובות ספרים אפילו לעצטיגע ספרים ווי די באר משה וכדומה זאפטיגע זאכן ארויף אראף דאס איז נישט משנה די מציאות איז אז עס רייצט און עס ציט בחורים עס אפיר צו זיכען...
 
איך האב מיך איינגעהאלטן פון אריינרעדן אין די גאנצע נושא דא אבער ס׳איז דא א שיעור וויפיל מ׳קען זיך איינהאלטן.

ווען איינער דערציילט א מעשה וואס ער האלט אז עס האט אוועקגעלייגט זיין לעבן אדער אפאר יאר פון זיין לעבן פרעגט מען נישט טויזענט שאלות פונקט ווי מ׳שטייט אין קאורט, מ׳הערט אים אויס און מ׳האט מיטלייד.
זאגן פאר איינעם די וואלטס סיי ווי געזעהן אדער ס׳איז פונקט ווי א רש״י איז נאריש ווייל קיינער טראכט נישט וואס וואלט געשעהן אויב העטיך פעטיך, ער קוקט די פאקט וואס איז געשעהן און ער האלט אז יואל ראטה איז שולדיג. פארשטייצך אז ער גייט אריין צי ר׳ יואל מעג אים ר׳ יואל מסביר זיין פארוואס ער האלט אז ער האט עס יא געדארפט זאגן, און ס׳קען גאר זיין ר׳ יואל איז גערעכט אז ער האט עס געמעקט זאגן אבער @ערליך און אפן מעג ווייטער האלטן אז ר׳ יואל האט אים שאדן געמאכט.

די נקודה אז א בחור דארף נישט זיין אזוי סענסיטיוו צו די נושא איז אמת, אבער א חסידישע אינגערמאן און זיכער א ראש הישיבה וואס ווייסט אז זיינע דרשות גייען ארום און ער ווייסט אז ס׳דא טויזענטער חסידישע בחורים וואס האבן נישט קיין קענשאַפט און קיין השגה פון די זאכן דארף ער אביסל אכטונג געבן ווי אזוי ער רעדט, אפגערעדט פון אריינשטיפן זיינע ספרים און ביכער צו יונגע בחורים וואס ער ווייסט אז זייער אסאך עלטערן פון די בחורים ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן עס ליינען, נישט קיין חילוק די סיבה פארוואס די עלטערן ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן ליינען זיינע זאכן, פונקט ווי ר׳ יואל ראטה וויל נישט אז איך זאל געבן אין גראסערי אפאר ביכער פאר זיינע קינדער צו ליינען אן זיין רשות אפילו איך האלט אז זיי מוזן עס זעהן.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב מיך איינגעהאלטן פון אריינרעדן אין די גאנצע נושא דא אבער ס׳איז דא א שיעור וויפיל מ׳קען זיך איינהאלטן.

ווען איינער דערציילט א מעשה וואס ער האלט אז עס האט אוועקגעלייגט זיין לעבן אדער אפאר יאר פון זיין לעבן פרעגט מען נישט טויזענט שאלות פונקט ווי מ׳שטייט אין קאורט, מ׳הערט אים אויס און מ׳האט מיטלייד.
זאגן פאר איינעם די וואלטס סיי ווי געזעהן אדער ס׳איז פונקט ווי א רש״י איז נאריש ווייל קיינער טראכט נישט וואס וואלט געשעהן אויב העטיך פעטיך, ער קוקט די פאקט וואס איז געשעהן און ער האלט אז יואל ראטה איז שולדיג. פארשטייצך אז ער גייט אריין צי ר׳ יואל מעג אים ר׳ יואל מסביר זיין פארוואס ער האלט אז ער האט עס יא געדארפט זאגן, און ס׳קען גאר זיין ר׳ יואל איז גערעכט אז ער האט עס געמעקט זאגן אבער @ערליך און אפן מעג ווייטער האלטן אז ר׳ יואל האט אים שאדן געמאכט.

די נקודה אז א בחור דארף נישט זיין אזוי סענסיטיוו צו די נושא איז אמת, אבער א חסידישע אינגערמאן און זיכער א ראש הישיבה וואס ווייסט אז זיינע דרשות גייען ארום און ער ווייסט אז ס׳דא טויזענטער חסידישע בחורים וואס האבן נישט קיין קענשאַפט און קיין השגה פון די זאכן דארף ער אביסל אכטונג געבן ווי אזוי ער רעדט, אפגערעדט פון אריינשטיפן זיינע ספרים און ביכער צו יונגע בחורים וואס ער ווייסט אז זייער אסאך עלטערן פון די בחורים ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן עס ליינען, נישט קיין חילוק פארוואס די עלטערן ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן ליינען זיינע זאכן, פונקט ווי ר׳ יואל ראטה וויל נישט אז איך זאל געבן אין גראסערי אפאר ביכער פאר זיינע קינדער צו ליינען אן זיין רשות, אפילו איך גיי האלטן אז זיי מוזן עס זעהן.
ביסט גערעכט מיט דיין נקודה, און זיין ווייטאג איז אויך בארעכטיגט און מיטפילן דארף מען אויך אן דשאדשען דאס איז א וודאי ריכטיג.

אבער ארויסגיין באשולדיגן אומריכטיג נאכדערצו א מנהיג ישראל זעה איך נישט פארוואס מען מעג עם נישט אויספרעגן.
 
וואס בלייבט, ר' יואל ראטה איז דער מלך המשיח אדער נישט?
לויט @מנחם איז ער דאך דער גואל ישראל ממש אין לויט ווי חב”ד משיח’סטן האט שוין אויסגעקלארט אז ווען עס קומט איינער אין איז מקרב זיין אלע אידן צו אידישקייט איז ער ביי דיפאלט משיח קומט דאך אויס... פיר אליינס אויס...

וואס עס ווארט נאך אויס צו וויסן איז אויב אין די נעקסטע צוואנציג דרייסיג יאר וועט זיך עס שטייטלעך פארמירן צו א גענצליכע קולט אדער ער וועט עס לאזן מער אפען ווי לאנג זיינע מענטשן דינען אים... ימים ידברו...

איין זאך איז זיכער ער האלט זיך פאר משיח אין ער איז עס מרמז מער אין מער...
 
ביסט גערעכט מיט דיין נקודה, און זיין ווייטאג איז אויך בארעכטיגט און מיטפילן דארף מען אויך אן דשאדשען דאס איז א וודאי ריכטיג.

אבער ארויסגיין באשולדיגן אומריכטיג נאכדערצו א מנהיג ישראל זעה איך נישט פארוואס מען מעג עם נישט אויספרעגן.
די האלטס אויכט אז אויב איינער געט זאכן פאר קינדער אדער יונגע בחורים אן רשות פון די עלטערן באגייט ער א אומרעכט??? נישט קיין חילוק די סיבה פארוואס די עלטערן ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן עס זעהן.
די ווילסט איך זאל געבן ביכער פאר דיינע קינדער וואס איך האלט אז זיי דארפן וויסן יונגערהייט אן דיין רשות???

אדער וואס די ראש הישיבה טוט איז הייליג און כשר.
 
איך פארשטיי די טענה אבער וואס האט דאס מיט @ערליך און אפן'ס געשיכטע? ער איז ארויף אויף יואטוב זיכען זאכן און ער האט נישט געוויסט צו עס האט א פילטער ער איז אליינס אריין אין טראבל און קיינער האט עם גארנישט גיגעבן אין די האנט.

לאז מיר דיר פרעגן די זעלבע וואס איך האב עם געפרעגט אז א תמימות'דיגע בחור'ל לייגט א האנט אויף א כלי און סירטש פאר וואטעווער מיוזיק און קומט אן צו קרעמל און זעהט זיך אן מיט אדאלט קאנטענט און דאס פירט עם צו שאול תחתית, איז ווער איז שולדיג דא? קרעמל?? פליז איגנאר מיר נישט אזוי ווי @ערליך און אפן איך בלעים עם נישט ער איז בארעכטיגט צו ווייטאגן און נישט זעהן די גאנצע פיקטשער אבער דו מעגסט מיר ענטפערן.

איי לאוו יוא אלל ענד לוקינג פארווערט זיך צו פאראייניגען אויף די טעמע.
 
צוריק צו די שאלה פון דעם אשכול, דירעקט פאר מנחם:

אויב מען גיבט די צוויי ברירות. 1. משיח זאל שוין קומען, אבער יואלי ראטה וועט מוזן ווערן בטל און מען וועט אים פארשיקן צו אלע רוחות. 2. משיח זאל קיינמאל נישט קומען אבער דער ראש-ישיבה זאל ווייטער פירן מיט א פעסטקייט און זיך אויסלאכן פון די וועלט.

וועלכע פון די צוויי אפשנ'ס וואלסטו אויסגעקליבן?
וואס האט יענער געענטפערט ווען מען האט אים געפרעגט וואס ער טוט ווען משיח קומט און ער זעהט אז ליובאוויטשער רבי זי"ע איז משיח, און ער רייט אויף אהרן / זלמן לייב / סקווער / בעלז ווהאטעווער זיין רבי איז....
 
צוריק צו די שאלה פון דעם אשכול, דירעקט פאר מנחם:

אויב מען גיבט די צוויי ברירות. 1. משיח זאל שוין קומען, אבער יואלי ראטה וועט מוזן ווערן בטל און מען וועט אים פארשיקן צו אלע רוחות. 2. משיח זאל קיינמאל נישט קומען אבער דער ראש-ישיבה זאל ווייטער פירן מיט א פעסטקייט און זיך אויסלאכן פון די וועלט.

וועלכע פון די צוויי אפשנ'ס וואלסטו אויסגעקליבן?
וואס איז די שאלה משיח דארף זיכער קומען!

ר' יואל ראטה איז א משפיע/מנהיג וואס גיט עצות און הדרכה דא אין גלות צו זיין ערליכע אידן וואס טוען די רצון השם און דאס איז מקרב די גאולה, אז די גאולה איז דא איז דאך מלאה הארץ דעה את השם.
 
איך פארשטיי די טענה אבער וואס האט דאס מיט @ערליך און אפן'ס געשיכטע? ער איז ארויף אויף יואטוב זיכען זאכן און ער האט נישט געוויסט צו עס האט א פילטער סוי ער איז אליינס אריין אין טראבל און קיינער האט עם גארנישט גיגעבן אין די האנד.

לאז מיר דיר פרעגן די זעלבע וואס איך האב עם געפרעגט אז א תמימות'דיגע בחור'ל לייגט א האנט אויף א כלי און סירטש פאר וואטעווער מיוזיק און קומט אן צו קרעמל און זעהט זיך אן מיט אדאלט קאנטענט און דאס פירט עם צו שאול תחתית, איז ווער איז שולדיג דא? קרעמל?? פליז איגנאר מיר נישט אזוי ווי @ערליך און אפן איך בלעים עם נישט ער איז בארעכטיגט צו ווייטאגן און נישט זעהן די גאנצע פיקטשער אבער דו מעגסט מיר ענטפערן.

איי לאוו יוא אלל ענד לוקינג פארווערט זיך צו פאראייניגען אויף די טעמע.
ס׳האט גארנישט מיט @ערליך און אפן טענה, ס׳קען זיין ר׳ יואל ראטה האט גארנישט געטוהן ראנג, איך ווייס אפילו נישט פון וועלכע ווידיא ער רעדט.

ס׳דא א ליסטע פון טענות וואס מענטשן האבן אויף אים וואס איך האב נאך נישט געזעהן א תירוץ, איינער פון די קשיות האב איך דיך געפרעגט פריער, אדרבה אז די האסט א תירוץ לאז מיך וויסן ווייל איך האב נאך אפאר קשיות.

(איך רעד נישט פון אלטע חטאים, נאר וואס ער טוט נאך יעצט.)
 
איך האב נישט קיין תירוץ און איך בין בכלל נישט זיכער אז ער טוט ריכטיג, - הגם לויט די שו''ע איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם - אבער אלס טאטע פארשטיי איך די עטישע טענה אז דו קוקסט צוריק קענסטו זעהן ווי איך שרייב צו ערליך און אפען אז נניח ער וואלט עס געהערט אויף ברסלב האטליין וואלט איך געווען 100% מיט עם היות די מעשה איז געווען אנדערש קומט נישט אריין עם צו בלעימען.

קענסט מיר אויסרעכענען די ליסטע מיט טענות?
 
אבער וואס איז ווערד א משיח, אן דער ראש-ישיבה?
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט דא, די ר''י איז בכלל נישט קיין עבודה זרה, ער איז דא צו העלפן אידן זיין ערליך און סוקסעספול איינמאל משיח איז דא איז דאך אלעס אנדערש
 
קענסט מיר אויסרעכענען די ליסטע מיט טענות?
איך דארף האבן מער צייט, אפשר שפעטער.

א עקסטער יישר כח פארן ענטפערן ווי א מענטש, אסאך מענטשן ווען מ׳פרעגט זיי עפעס וואס זיי האבן נישט וואס צו ענטפערן אדער מ׳רעדט אקעגן זייער רבי לויפן זיי אוועק.
 
איז דא איינער וואס קען אביסל דערציילן די בחורי'שע יארן פון דער ראש-ישיבה?

קען איינער אריינקומען איבער די יאר אלס מלמד אין וויען, און ווי אזוי מען האט אים פארשיקט פון דארט?
די ראש ישיבה אליינס רעדט וועגען זיינע בחורישע יארן....
ער איז געווען א ווילדער בחור א קנאי... זיך געמוטשעט צו הייסן א פיינע בחור...

אלס מלמד איז ער געווען גאר גאר געלונגען זיינע תלמידים רעדן גאר שיין פון עם שפעטער האט מען עם אויפגענומען אלס מנהל, נישט קיין ווינדער אז א חלק תלמידים זענען היינט א חלק פון זיין קהילה. פארשיקט האט מען עם ווייל ער איז א ברסלבער
 
אלס מלמד איז ער געווען גאר גאר געלונגען "א טייל פון" זיינע תלמידים רעדן גאר שיין פון עם שפעטער האט מען עם אויפגענומען אלס מנהל, נישט קיין ווינדער אז א חלק תלמידים זענען היינט א חלק פון זיין קהילה. פארשיקט האט מען עם ווייל ער איז א ברסלבער
 
די ראש ישיבה אליינס רעדט וועגען זיינע בחורישע יארן....
ער איז געווען א ווילדער בחור א קנאי... זיך געמוטשעט צו הייסן א פיינע בחור...

אלס מלמד איז ער געווען גאר גאר געלונגען זיינע תלמידים רעדן גאר שיין פון עם שפעטער האט מען עם אויפגענומען אלס מנהל, נישט קיין ווינדער אז א חלק תלמידים זענען היינט א חלק פון זיין קהילה. פארשיקט האט מען עם ווייל ער איז א ברסלבער
ווייל ער איז א ברסלב'ר ? אדער ווייל ער האט פארכאפט אינגע בחורים'לעך ?
 
@לאנגע לאקן אדרבה וואס ווייסטו פון זיינע תלמידים אין וויען? קום אריין קלאר
 
ווייל ער איז א ברסלב'ר ? אדער ווייל ער האט פארכאפט אינגע בחורים'לעך ?

וואס האט ער געטון אלס ברסלבער צו ווערן ארויסגעווארפן?
צו ער האט פארכאפט ווייס איך נישט קען זיין, לויט מיין אינפורמציה זענען תלמידים געוואר געווארן אז ער גייט צו מוהרא''ש און זיי האבן עם אנגעפאנגן אויסצופרעגן - ער איז בכלל געווען גאר נאנט צו זיינע תלמידים סיי אלס מלמד און אלס מנהל - און אזוי האבן זיך געוויסע תלמידים צוביסלעך באקומען די טעם זיך אנצושליסן אין ברסלב
 
לויט @מנחם איז ער דאך דער גואל ישראל ממש אין לויט ווי חב”ד משיח’סטן האט שוין אויסגעקלארט אז ווען עס קומט איינער אין איז מקרב זיין אלע אידן צו אידישקייט איז ער ביי דיפאלט משיח קומט דאך אויס... פיר אליינס אויס...

וואס עס ווארט נאך אויס צו וויסן איז אויב אין די נעקסטע צוואנציג דרייסיג יאר וועט זיך עס שטייטלעך פארמירן צו א גענצליכע קולט אדער ער וועט עס לאזן מער אפען ווי לאנג זיינע מענטשן דינען אים... ימים ידברו...

איין זאך איז זיכער ער האלט זיך פאר משיח אין ער איז עס מרמז מער אין מער...
יעצט באמערקט די תגובה, דו שרייבסט לויט מיר איז ער גואל ישראל, אפשר זאגסטו מיר פון ווי עס קומט אזוי אויס?
האלט עס שוין ביי דעם אז עס איז אפילו נישטא קיין ווייטע טענות אויף עם אז מען דארף ממשש רעדן שטותים והבלים?

די קהילה איז אפען אדרבה קומט אריבער און איבערצייגט אייך אליינס
 
געהערט אמאל, אז פארן גיין צום מוהרא''ש איז ער געווען א שטיק צייט א חב''ד'סקער
קען איינער באשטעטיגען?
 
Back
Top