יואלי ראטה - מלך המשיח?!

די איינציגסטע עכט לעגיטימע טענות וואס איך האב אויף איהם געהערט איז טאקע דאס אז די ערשטע כת האט ער פארכאפט. חוץ מזה זעה איך גארנישט ראנג.
 
די איינציגסטע עכט לעגיטימע טענות וואס איך האב אויף איהם געהערט איז טאקע דאס אז די ערשטע כת האט ער פארכאפט. חוץ מזה זעה איך גארנישט ראנג.
אדרבה ענטפער די קשיא וואס איך האב פריער געפרעגט.

די האלטס אז אויב איינער געט זאכן פאר קינדער אדער יונגע בחורים אן רשות פון די עלטערן באגייט ער א אומרעכט??? נישט קיין חילוק די סיבה פארוואס די עלטערן ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן עס זעהן.
די ווילסט איך זאל געבן ביכער פאר דיינע קינדער וואס איך האלט אז זיי דארפן וויסן יונגערהייט אן דיין רשות???
 
ביסט נישט גוט אינפארמירט.

ער האט געזאגט פאר די קינדער אז מען דארף נישט פאלגן קיין טאטע. ער פלעגט זיי ארויסנעמען צו די וואסער, גיין אין מקוה מיט זיי און שפילן אויף א גיטאר. ער פלעגט אוועקלייגן א גיטאר ערב-שבת, און שבת נאכמיטאג איז מען געגאנגען צו די וואסער, און דארט פארברענגט ביז מוצאי שבת ווען מען האט ארויסגענומען די גיטאר, ער האט מיט זיינע פיאות געמאכט אזוי ווי א טשופ און געשפילט פאר זיי, זיך משוגע געמאכט מיט זיי... די קינדער האבן שוין מער נישט געוואלט פאלגן זייער טאטע און זיי האבן געזאגט אז יואלי ראטה איז גוט.

ער האט געעפנט די ישיבה, זענען די בחורים געגאנגען אן רשות פון די עלטערן. די טאטעס האבן ממש געוויינט אז ער זאל אפלאזן זייערע קינדער, אבער ער האט געהאלטן העצערישע דרשות קעגן די עלטערן און פיזיש חוזק געמאכט פון די אויסקוק פון טייל עלטערן.

אין די ערשטע יארן איז געווען א ריזיגע מישמאש אין ישיבה, אלטע בחורים פון איבער צוואנציג, אינאיינעם מיט דרייצן יעריגע בחורים, געזעצן אויף איין טיש און געשלאפן אין איין צימער.

ס'איז נישט געווען אזוי פשוט.
נניח די אלע זאכן זענען אמת.... האט ער גארנישט געטון נגד התורה, און די טאטע האט נישט קיין רעכט איינצוטיילען די קינדער ביי וועם זיך צו דרייען, כל זמן ער הייסט זיין נישט טון נגד התורה.

הגם איך פארשטיי זייער גוט די עלטערן און איך וויל אויך נישט אז איינער זאל עס טון צו מיינע קינדער, עכ''פ לויט די תורה איז עס קיין שום פראבלעם נישט.
 
אדרבה ענטפער די קשיא וואס איך האב פריער געפרעגט.

די האלטס אז אויב איינער געט זאכן פאר קינדער אדער יונגע בחורים אן רשות פון די עלטערן באגייט ער א אומרעכט??? נישט קיין חילוק די סיבה פארוואס די עלטערן ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן עס זעהן.
די ווילסט איך זאל געבן ביכער פאר דיינע קינדער וואס איך האלט אז זיי דארפן וויסן יונגערהייט אן דיין רשות???
איך וויל נישט אז די שפילצייג געשעפט זאל אונטערווארפן די קאטאלאג חנוכה און פסח פאר מיינע קינדער אונטער מיין רוקן.

איך וויל נישט השומרים זאל אויפקלערן און אנרייצן טאג אין נאכט מיינע קליינע קינדער פאר סמארטפוינס.

און פונקט ווי יואל ראטה אפעלירט צו קליינע קינדער איז מיר נישט אנגענעם וויפיל השפעה יואלי לאנדא האט אויף די יוגענט.

איך האב נישט געזען אז די פראבלעם מיסודו זאל דיר באדערן בכלל. ס'איז די נפש יואלי ראטה וואס עגבערט דיר......
 
נניח די אלע זאכן זענען אמת.... האט ער גארנישט געטון נגד התורה, און די טאטע האט נישט קיין רעכט איינצוטיילען די קינדער ביי וועם זיך צו דרייען, כל זמן ער הייסט זיין נישט טון נגד התורה.

הגם איך פארשטיי זייער גוט די עלטערן און איך וויל אויך נישט אז איינער זאל עס טון צו מיינע קינדער, עכ''פ לויט די תורה איז עס קיין שום פראבלעם נישט.
גערעכט

אבער דא קומט אריין געוויסע סימנים פון א קולט....

אויב ער איז בארעכטיגט ע''פ תורה, מעג ער שוין גורם זיין געוואלדיגע צער און עגמת נפש פאר די עלטערן?

(יעדע קולט פירער, בארעכטיגט זיך אינגאנצן וכו', אבער ס'מאכט אים נאכנישט ריכטיג)
 
נניח די אלע זאכן זענען אמת.... האט ער גארנישט געטון נגד התורה, און די טאטע האט נישט קיין רעכט איינצוטיילען די קינדער ביי וועם זיך צו דרייען, כל זמן ער הייסט זיין נישט טון נגד התורה.

הגם איך פארשטיי זייער גוט די עלטערן און איך וויל אויך נישט אז איינער זאל עס טון צו מיינע קינדער, עכ''פ לויט די תורה איז עס קיין שום פראבלעם נישט.
די גייסט יעצט גיין מיט די תורה?
ס׳דא זאכן וואס שטייט נישט אין די תורה אדער שו״ע וואס אויב איינער גייט עס טוהן צו דיינע קינדער וואלסטו גערופן די פאליציי.
 
באמערקט אז ער איז געגאנגען פון אלעס איז פיין בכלל צו אז ס'איז פיין מן התורה. און שפעטער וועט עס זיין פיין כל פיל תורה נאר מיט א שיטה יחידאה, וואס איז גראדע א גרויסע גדול יואל ראטה.....
 
די גייסט יעצט גיין מיט די תורה?
ס׳דא זאכן וואס שטייט נישט אין די תורה אדער שו״ע וואס אויב איינער גייט עס טוהן צו דיינע קינדער וואלסטו גערופן די פאליציי.
אמת אבער דאס מאכט עס נאכנישט נגד התורה...
 
באמערקט אז ער איז געגאנגען פון אלעס איז פיין בכלל צו אז ס'איז פיין מן התורה. און שפעטער וועט עס זיין פיין כל פיל תורה נאר מיט א שיטה יחידאה, וואס איז גראדע א גרויסע גדול יואל ראטה.....
דו רעדסט פון מיר? איך האב פריער קלאר געשריבן אז איך בארעכטיג עס נישט.

אבער דא האב איך ארויסגעברענגט אז ער איז נישט קיין בעל עבירה
 
בקיצור, מ'קען שוין עפעס זעהן, וואס ער איז אנדערש פון די געווענליכע רבי'ס...
 
בקיצור, מ'קען שוין עפעס זעהן, וואס ער איז אנדערש פון די געווענליכע רבי'ס...
וואס? אז ער פארברענגט מיט זיינע בחורים?

ער הייסט זיין חסיד באפרייען זיין עגונה?

יא יא גערעכט דאס איז די גרעסטע חילוק אנדערע רבנים זיצן על סיר הבשר און בונטעווין ווען עפעס גייט נישט זייער וועג...

ווען ראבינאוויטש איז ווען ביי ר' יואל ראטה וואלט שוין לאנג געווען א גט
 
@מנחם , איך האב גארנישט (נאכנישט) קעגן ר' יואל

לדעתי איז ער יא א (שטיקל) קולט פירער, אבער ווער האט געזאגט אז ס'איז אזא פראבלעם??
אוודאי קען א קולט פירער זיין געפערלעך, און אזוי איז אין רוב פעלער
אבער ער איז אוודערווייל גאנץ גוט!

טאקע געטוהן געוויסע זאכן במשך די יארן, וואס האט שטארק מצער געווען אנדערע מענטשן, און ס'וועט אייביג בלייבן א פלעק אויף אים, אז פאר זיין כבוד און אינטערעסן, וועט ער ווייטוהן אנדערע, און נאך זיין גערעכט ע''פ תורה

ער איז א קולט פירער, ווייל למעשה איז ער אין קאנטראל, אין ער באקט אריין אין זיינע מענטשן, אז די בעסטע פלאץ פאר זיי, איז נאר ביי אים,
און ער באקט אריין ביז מ'גלייבט ממש

למעשה, איז ער נישט אזוי שלעכט, אדער אפי' גאנץ גוט!
למעשה דארפן זיינע מענטשן אזא מענטש ווי אים, און אזא פלאץ וואס ער שטעלט צו
אזוי אויך לאזט ער זיינע מענטשן, זיך דרייען אין די וועלט, ליינען און הערן וכו' (זעהט אויס, אז ער האלט, אז ער באקט געניג אריין, אז ס'וועט זיי שוין נישט שאטן..)
 
איך האב נישט געזען אז די פראבלעם מיסודו זאל דיר באדערן בכלל. ס'איז די נפש יואלי ראטה וואס עגבערט דיר......
מיך גייט נישט אן ר׳ יואל ראטה, נישט זיינע דרשות אדער ביכער איך האב גארנישט אקעגן אים, ס׳דא מענטשן וואס גייט יא אן אז זייערע קינדער באקומען זיינע זאכן וואס איז אנגעפילט מיט נארישקייטן ווי צום ביישפיל אז ברסלב שלאגט מען נישט די ווייבער (אינטערסאנט, כוכבים און זיין טאטע און זיין שווער שלאגן אויכט נישט זייערע ווייבער אפילו זיי באלאנגען נישט צו ברסלב 🤷‍♂️), און אויב מ׳קוקט שמוץ אדער מ׳האט געוואוינט מיט א צווייטן זאל מען זאגן תיקון הכללי, מ׳טאר נישט גיין פאר העלפ צו א טעראפיסט ועוד. און ער ווייסט זייער גוט פון דעם אז ס׳דא עלטערן וואס ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן עס ליינען און אפילו אזוי טארגעט ער די יונגע בחורים ווייל זיי קען מען די גרינגסטע איבער רעדן.

איך האב אמאל געזעהן אין זיין גליון ווי איינער פרעגט אים וואס ער זאל טוהן אז זיין ווייב שטייט נישט אויף אינמיטן די נאכט צו גיין אין טוילט און זי מאכט אין בעט, ער האט געגעבן א לאנגע תשובה אז נאר תפילה קען העלפן, ער האט נישט געזאגט קיין איין ווארט אז זי זאל גיין צו א דאקטער.

א פרעמדע מענטש טאר נישט געבן פאר קינדער אדער יונגע בחורים זאכן וואס ס׳קען זיין אז זייער טאטע וויל נישט ער זאל עס ליינען, ס׳דא מענטשן וואס האלטן אז מ׳דארף געבן די אפציע פאר אלע מיידלעך צו זיין א לעסביאן, ביסט מסכים אז א פרעמדע מענטש זאל געבן א בוק צו דיין טאכטער? ס׳שטייט אויכט נישט אין שו׳ע אז מ׳מעג נישט זיין א לעסביאן, וואס מעג מען יא געבן פאר א פרעמדע יונגל און וואס נישט?
(השומרים זענען טאקע גרויסע חיות און בהמות, דיין שפילצייג געשעפט משל איז סתם נאריש ווייל קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז זייערע קינדער זעהן שפילצייגן)
 
לעצט רעדאגירט:
.

איך האב אמאל געזעהן אין זיין גליון ווי איינער פרעגט אים וואס ער זאל טוהן אז זיין ווייב שטייט נישט אויף אינמיטן די נאכט צו גיין אין טוילט און זי מאכט אין בעט, ער האט געגעבן א לאנגע תשובה אז נאר תפילה קען העלפן, ער האט נישט געזאגט קיין איין ווארט אז זי זאל גיין צו א דאקטער.

ס׳שטייט אויכט נישט אין שו׳ע אז מ׳מעג נישט זיין א לעסביאן, וואס מעג מען יא געבן פאר א פרעמדע יונגל און וואס נישט?
אזא באשולדינגונג דארף דעקונג איך ליין געווענליך זיינע גליונות און בריוון און איך געדענק נישט אזא זאך און לויט ווי איך זיין מהלך וואלט ער זיכער יא געשיקט עס אויסצוטשעקען.

גראדע שטייט יא אין שו''ע אז מען מעג נישט זיין א לעסביען די מקור איז די גמרא נשים המסלסלות זו בזו לויט ווי איך געדענק נעמט די שו''ע אן לאיסור
 
אזא באשולדינגונג דארף דעקונג איך ליין געווענליך זיינע גליונות און בריוון און איך געדענק נישט אזא זאך און לויט ווי איך זיין מהלך וואלט ער זיכער יא געשיקט עס אויסצוטשעקען.
ס׳איז מיך גראדע אויך געווען א חידוש ווען איך האב עס געליינט אין זיין גליון איין שבת, איך האב עס אפילו געוויזן פאר אפאר יונגערלייט אין שוהל, איך געדענק נישט וועלכע וואך ס׳איז געווען, מן הסתם א יאר צוויי צוריק.
 
רבי איד,
איך ווייס נישט צו דו קענסטעך אויס, אבער צו האבן א פילטער מוז מען נישט צאלן פעימענטס! איך ווייס נישט וועלכע ער האט געהאט, אבער ס'האט געהאט א פילטער.

איך ווייס נישט ווי איך האב עס געזעהן.

דו מוזט מיך בכלל נישט פארשטיין,
מיך האט ער חרוב געלייגט!!!
איך זיך נאך די פילטער וואס מען דארף נישט צאלן קיין פעימענטס
 
גראדע שטייט יא אין שו''ע אז מען מעג נישט זיין א לעסביען די מקור איז די גמרא נשים המסלסלות זו בזו לויט ווי איך געדענק נעמט די שו''ע אן לאיסור
קען זיין, איך געדענק נישט אזא זאך אין שו״ע איך בין נישט די גרעסטע בקי, איך האב געמיינט די פוינט צו זאגן אז ס׳דא גענוג אין נאך זאך וואס ער וויל נישט אז איינער זאל אויסלערנען זיינע קינדער אפילו ע״פ תורה איז עס נישט קיין פראבלעם, און פונקט ווי ער האט זיינע זאכן וואס ער וויל נישט אז א פרעמדע זאל זאגן פאר זיינע קינדער זאל ער אויכט רעספעקטן א צווייטן מיט זיינע זאכן וואס ער וויל נישט אז א פרעמדע זאל זיך אריינמישן.
 
איך זיך נאך די פילטער וואס מען דארף נישט צאלן קיין פעימענטס
גראדע משומר נעמט נישט אראפ זייער פילטער אפילו די נוץ מער נישט די דעווייס און די צאלסט נישט פאר עס. (חוץ אויב די קאלסט אריין פארלאנגען).
און ס׳פלעגט זיין פרי פילטערס אנליין ביז נישט צולאנג צוריק.
 
גראדע משומר נעמט נישט אראפ זייער פילטער אפילו די נוץ מער נישט די דעווייס און די צאלסט נישט פאר עס. (חוץ אויב די קאלסט אריין פארלאנגען).
און ס׳פלעגט זיין פרי פילטערס אנליין ביז נישט צולאנג צוריק.
זיי נעמען נישט אראפ נאר זיי בלאקן די גאַנצע אינטערנעט אזויווי אלע פילטערס
 
מ׳דארף עפענען א שניר וועגן ר׳ יואל ראטה מעלות כדי ס׳זאל זיין א בעלענס, ער האט מעלות וואס רוב ראשי ישיבות אדער רבנים האבן נישט.
@מנחם @טעלעפאן @הורקינוס ווער גייט פתיחה?
 
Back
Top