יובל נח הררי - א בעסט סעללינג author פון די ביכער 'סעפיענס' 'האמא דעאס' און '21 לעססאנס פאר די 21'סטע יאר-הונדערט', האט נארוואס ארויסגעגעבן א פרישע בוך 'Nexus'!
ברייטער איבער אים האב איך געהאט אן אשכול אין קאווע שטיבל (חבל על דאבדין..)
די נייע בוך רעדט ארום טעכנעלאגיע, אינפארמאציע, און וויאזוי מיר מענטשן נוצן דאס צום גוטן און פארקערט.
איך האב עס נאכנישט געליינט אינגאנצן, אבער פון די הקדמה אליין קען איך שוין רעדן.
קודם א דיסקלעימער: ער איז אויסגעשפראכן אנקעגן טראמפ און טראמפיזם (אדער פאפוליזם - צו נוצן די ברייטערע טערמין), ווי אויך איז ער היבש א מתנגד צו עלאן מאסק'ס אספיראציעס. אפגעזען אז רעליגיע איז ביי אים נישט מער ווי א מיטוס, פאר די וועלכע סענסעטיוו דערפאר..
ער הייבט אן מיט א שטיקל היסטארישע איבערזיכט וויאזוי מענטשן האבן גענוצט אינפארמאציע זינט די אנהייב פון ציוויליזאציע, און זיין הויפט טעזע איז צו אפשלאגן די געדאנק אז 'אינפארמאציע פירט צו אמת, און דאס פירט צו קלוגשאפט'. א הויפט ארטיקל אין דעם בוך איז AI און די פאטענציאלע סכנות דערפון. אבער דורכאויס די גאנצע בוך איז ער זייער פארנומען צו אונטערשטרייכן די פראבלעמען וואס פלאגן אונזער גענעראציע נישט נאר 'כאטש' מיר האבן צוטריט צו אזוי פיל אינפארמאציע, נאר מעגליך זאגאר 'ווייל' מיר האבן דעם ענדלאזן צוטריט. און וויאזוי מיר דארפן זיך גוט קוקן אין שפיגל שפאצירנדיג ווייטער אויף דעם גאנג.
איין אינטרעסאנטע (אנטי טראמפ) פאראגראף האט מיר געכאפט אנפאנג בוך, ער רעדט ארום פאפוליזם און WOKE'יזם, און ווי ער זאגט איז ברייט אנגענומען אז WOKEיזם שטאמט דיירעקט פון מארקסיזם, וואס איז אבער ווייניגער באקאנט זאגט ער איז די פאקט אז פאפוליזם און טראמפיזם זענען גארנישט ווייניגער אייניקלעך פון מארקסיזם, ווייל בעת WOKEיזם קוקט אן די וועלט מיט די 'אפרעססאר - אפרעססד' נאראטיוו אין וואו קלאס און ראסע זענען הויפט פאקטארן, קוקט פאפוליזם פונקט אזוי אן די וועלט פון א פאוער דינאמיק פערספעקטיוו, נאר אנשטאט קלאס אדער ראסע איז עס די 'עליטע און די אינסטיטוציעס' אנקעגן די 'המון עם' וועלכע זענען די אפרעססד. און אפי' אויב לגבי עקאנאמיקס און טעקסעישאן נעמען זיי נישט דוקא מארק'ס געדאנקען, איז אבער זייער גאנצע מהלך המחשבה גארנישט ווייניגער קרום אין יענעם דיירעקציע.
קאמיש נאר, אז די סאלושאן וואס פאפוליזם נעמט זיך איז גארנישט מער סעיף ווי די פראבלעם וואס עס קלעימט צו היילן, נעמליך, עס רייסט ארונטער אלע אינסטיטוציעס פון אקאדעמיע, ביז סייענס, ביז מידיע, א.א.וו. ווייל זיי גלייבן נישט אין די סעלף-קארעקטינג מעכאניזם'ס וואס זיי האבן אין פלאץ, און במקום זה שטעלן זיי איין פיגור וואס ער איז דער מציל ומושיע און אונטער אים וועט קיין קארופציע מער קיינמאל נישט זיין! וויאזוי דאס מאכט סענס ווייסט איין באשעפער...
א שרייבער איז ער סתם אזוי איינס אין די וועלט. ער האט א מאסיוון כח אריינצושלעפן דעם ליינער אין א קאסמיק נאראטיוו וועלכע לויפן ווינדערליכערהייט דורך שטחים היסטאריע. ער איז all over the place אבער ביים ענדע שטומט אלעס ווי א פאזל. הגם לגבי די קראנטקייט פון אלעס וואס ער זאגט קען מען זיך אויסשלאגן.
Highly Recommended!