צווייטער אַמענדמענט; וואס האט דא פאסירט?

שמעי' גרין

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 19, 2024
מעסעדזשעס
168
רעאקציע ראטע
652
AD_4nXf_UV0TpWwp3SVvS1PGIRmYP31P0BeNhxWIInnGl6349fQzc2PPcT-0WWHLjpd2MAosbDUMXHmgpWPJ9ZXgt80bTRf6zzhNe4TDZQH9N7tnFklcwzKpjUCqPPN1BSE9u0343Xi_TBw34mx2qsSfxhKFfoD3

PDF
קרעדיט פאר'ן מגיה זיין: @מתבודד, @שעפטאל, @חוקר ודורש

פאר א צייט אפשניט פון איבער 100 יאר, זינט דעם 1911 ניו יארק סטעיט סוליוואן אקט, איז פאר יעדן ניו יארקער איינוואוינער קלאר געווען אז דער צווייטער אמענדמענט האט נישט מיט זיי צוטון. אין יוני 2022 האט זיך אבער אלעס געטוישט, און דער עולם האט אנגעהויבן זיך רעגיסטרירן זיך צו קענען דרייען מיט געווער אין גרויסן. אויך ביי אונזער חרד'ישן אידנטום האט זיך אנגעזען אן ענדערונג ווען פיל דרייען זיך שוין מיט געווער אדער ארבעטן דערויף, און ס'איז נאר געווארן מער נאך די שוידערליכע אקטאבער 7 טעראר אטאקעס, ווען געוויסע האבן זיך אנגעהויבן פילן אומבאשיצט קעגן די אנטיסעמיטישע סענטימענטן וואס האבן זיך געהערט אין די גאסן און זייערע נאכפאלגן.

פרעגט זיך די פראגע, וואס האט דא פאסירט? ווי אזוי איז פון אן אוממעגליכן שריט געווארן א גרינגע נארמאלע אנגענומענע זאך? וויאזוי האבן ניו יארק און נאך שטאַטן געקענט אפהאלטן זייערע בירגער פון צו טראגן געווער קעגן דער קאנסטיטוציע, און אויב איז עס יא געווען קאנסטיטוציאנעל, פארוואס האט זיך דאס געענדיגט? וואס האט זיך געטוישט?

וועל איך עס פרובירן דא מסביר צו זיין לויט וויפיל די פענע וועט מיך ערמעגליכן.
AD_4nXeKOt8Xf1Pg9OqvJM4jkJHFruY4KJw-Ei8kBEGBz1epEzRqHmQ1OA86wSr9qxAec19R_XsVAEBtQH32rz0Zo2b8TH_wD-AtRVtHEtzOckfs_H1EUDeXr20zEpoYkoIFNQVwft6RLu801uxYVgNuWYfpfcqw

צום אלעם ערשטן דארף מען פארשטיין די טערמינען פון "מעג-ארויסגעבן" געווער קעגן "זאל-ארויסגעבן", און איר באדייט.

די אריגינעלע טעקסט פון דעם צווייטן אמענדמענט, וואס איז געשריבן געווארן אין 1791 אין דער "ביל אף רייטס", ליינט זיך ווי פאלגנד:

A well regulated Militia, being necessary to the security of a free State, the right of the people to keep and bear Arms, shall not be infringed

-- אין אידיש איבערטייטש:
"א ריכטיג-רעגולירטע מיליציע, זייענדיג נויטיג פאר דער זיכערהייט פון א פרייען שטאַט [לאנד], די רעכט פון די מענטשן צו האלטן און טראגן געווער, זאל נישט געבראכן ווערן."

עס זענען דא צוויי וועגן וויאזוי א שטאַט וועט אפלערנען די רעכט פון מענטשן צו "טראגן" געווער, וואס ווערט דערמאנט אין דעם צווייטן אַמענדמענט - צי מיט א "מעג-ארויסגעבן" פראפיל אדער מיט א "זאל-ארויסגעבן" פראפיל. דער באדייט פון די צוויי וועט שוין ערקלערט ווערן.

AD_4nXeXkUO-jbdbHlOgpA0Mpk2Cq0Gfgiyed-4hJCkzX-2G-IEAMp1VdKbtaOCxzcSCTm4svndX-eVun7zIMd5VnFI-yRqLugWweu3OebPDioB2QoTsOtheV_JkPzQtH7cUASQIaKDmuQLlXPedmAp-HSNscFy5
מעג-ארויסגעבן:

דער צווייטער אמענדמענט פארלאנגט נאר אז א שטאַט האט א חיוב אַרויסצוגעבן אן ערלויבעניש צו טראגן האנט-געווער, בלויז אויב זיי טראכטן אז דער אפליקאנט האט א "ספעציעלע סיבה" אדער א "גוטע סיבה".
ד.ה. אז דער שטאַט קען אפזאגן מענטשן פון באקומען ערלויבעניש צו טראגן געווער - אפילו אויב דער מענטש פארמאגט נישט קיין שום שלעכטן רעקארד צי סיי וואס - נאר דערפאר ווייל ער האט נישט קיין ספעציעלע אויסדערוועלטע סיבה זיך צו דארפן קענען דרייען מיט געווער.

זאל-ארויסגעבן:
דער שטאַט אדער די געגנט מוז ארויסגעבן ערלויבעניש צו טראגן געווער פאר יעדן מענטש וואס קומט נאך די מינימאלע פארלאנגען וואס פעלן זיך אויס.
ד.ה. דער שטאט וועט נישט קענען אפזאגן קיין שום מענטש פון באקומען קערי לייסענס ווילאנג דער מענטש האט א ריינעם און נישט קרימינאלן רעקארד.

ביז בעפאר אפריל 2022, ווען דער ברייען סופרים קארט פסק האט אויפגעוויזן אז ניו יארק'ס געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנעל, האט יעדער סטעיט געצויגן מסקנות צו דער זייט וואס זייער פאליטיש הארץ האט געקלאפט, און דער איינציגער וועג ווי אזוי מען האט געקענט פארמאגן געווער אין רוב פון די ליבעראל-גענויגטע שטאַטן, איז געווען דורך א פאזיציע לייסענס, וואו מען קען עס האבן ביי זיך אין שטוב אדער ארבעט. אבער צו קענען ארומגיין דערמיט איז נישט געווען שייך נאר אויב מען האט געהאט א "גערעכטע סיבה", א שטייגער ווי א מסוכנ'דיגע פאזיציע אזוי ווי געזעץ אינפארסירער, אויטאריזירטע וועכטער, קעשירס, גאן דילערס אד"ג.

אין יוני 23, 2022, האט דער סופרים קאורט ארויסגעגעבן א באשלוס אונטער New York State Rifle & Pistol Association, Inc. V. Bruen, אז ניו יארק’ס "מעג-געבן" פאליסי איז אומקאנסטיטוציאנעל.

אין א 6-3 באשלוס, האט דער קאורט גע'פסק'נט אז:

AD_4nXfs5kHOEqELRklDgFn5b3ZnQhsI7qXYxNjBqsfrsf84nSiq7keTNMApdCdYw9TmfAaApV91yfGs1RQZRAL6eX7A0VN7BzkUFQi6fZL-NZckBD5An_OxZlwUtBJgJ6xHRR-wCcScikjWEHgsurpUmPMDQ_xP

- דער צווייטער אַמענדמענט גיבט די רעכט פאר יעדן צו "טראגן" א ביקס ארויס פון שטוב פאר זעלבסט-פארטיידיגונג.

- סטעיטס קענען נאר שטעלן רעקווייערמענטס, ווי בעקגראנד טשעקס און טרעינינג, אָבער קענען נישט גענצליך אפהאלטן די רעכטן פון "טראגן" וואפן.

בעצם האט די רעוואלוציע געשלאגן ווארצלען נאך פריער, אין 2008, אין דער District of Columbia v. Heller סופרים קאורט רולינג. דער פייל איז אריינגעגעבן געווארן דארך א וואשינגטאן פאליציימאן דיק העלער (וואס האט נישט געקענט האלטן זיין ביקס אינדערהיים פאר זעלבסט-באשיצונג לויט די דעמאלטדיגע רעגולאציעס) אקעגן וואשינגטאן די-סי. די די-סי האט דאן גע'טענה'ט אז א "ריכטיג-רעגולירטע מיליציע" מיינט אן אפיציעלע קאנטראלירטע מיליציע, א שטייגער ווי די היינטיגע נעשאנאל גארדס… דעמאלט איז די דעפיניציע פון א "ריכטיג-רעגולירטע מיליציע" אויסגעקלארט געווארן אין א 5-4 סופרים קארט פסק, אז יעדער אינדיווידועלער מענטש קען זיין פאר זיך אן אייגענע "מיליציע", און יעדער האט די רעכט פון פארמאגן און טראגן געווער. דער טערמין "ריכטיג-רעגולירט" איז דאן פארטייטשט געווארן אז עס זאל ארגאניזירט ווערן לויט די ריכטיגע רולס און רעגולאציעס.

דער לענדמארק סופרים קאורט פסק איז טאקע נאר געווען אויף דער רעכט צו "פארמאגן" געווער, וואס דאס איז נאך פאר דעם געווען ערלויבט אין רוב פון די סטעיטס (חוץ די-סי און שיקאגא), עס האט אבער נישט אריינגענומען דעם צווייטן חלק פון "טראגן" געווער. אבער דאך איז דאס געווען דער פתח וואס האט צוגעברענגט צום צווייטם שטאפל פון דעם ברייען באשלוס איבער "טראגן" געווער.

דער New York State Rifle & Pistol Association, Inc. V. Bruen קעיס איז געפירט געווארן דורך דער New York State Rifle & Pistol Association, אדער ווי גערופן אין קורצן NYSRPA. די NYSRPA האט
AD_4nXfx0I_D7KW7fAoBPFlbjEKY85JIl02IMcaPz5OZRH8i4UlDIWaoVP6yB2EIg0eIN6xvxtNuPvyo7FYpQeFoK6abHWBJxtLq7VVXlisZoCdy6_tvutrCRvsEk15mmDiO1HVzdkSIrt9APgdIpVr-j_2v_v0S
אריינגעגעבן א קלאגע קעגן קעווין ברוען, וועלכער איז דעמאלט געווען דער סופעראטענדענט פאר דער ניו יארק סטעיט פאליציי, אז ער האט זיי נישט אויטאריזירט צו טראגן געווער אונטער דעם סטעיט'ס קאנסילד קערי לייסענס מעג-ארויסגעבן פראפיל געזעץ.

די קלאגע איז אריגינעל געפיילט געווארן אין 2018 דורך ראבערט נאַש און בראַנדאָן קאָטש, צוויי אינדעפענדענט מענטשן וואס זענען צוריקגעוויזן געווארן צו באקומען קאנסילד קערי לייסענס אונטער ניו יארק'ס "רעכט סיבה" פאליסי. די NYSRPA האט זיך ערשט שפעטער איינגעשריבן אין דעם פייל אלס אנקלאגער. ווי געשריבן, האט די קלאגע גע'טענה'ט אז דער "רעכטע סיבה" פארלאנג וואס פארלאנגט אפליקאנטן צו אנווייזן אויף א ספעציפישן געברויך פאר זעלבסט-שוץ כדי צו קענען "טראגן" געווער, איז אומקאנסטיטוציאנעל.
דער קעיס האט זיך שנעל דערקייקלט, ביז עס איז אנגעקומען צום סופרים קאורט. דער פסק איז געווען
NYSRPA טאם קאנג די פירער פון
א שטאנדהאפטיגער נצחון פאר ביקסן, רעכטע אקטיוויסטן און אינדיווידועלע גאן נאכלויפער, און האט געעפנט דעם פתח פון דעם צווייטן אַמענדמענט.
דער ברייען באשלוס האט צוגעברענגט אז כמעט אלע סטעיטס וואס זענען געווען ביז דאן אונטער דעם "מעג-ארויסגעבן" פראפיל זאלן ווערן געטוישט צו א "זאל-ארויסגעבן" פראפיל.

כאטש וואס געוויסע פון די סטעיטס האבן פארט געלייגט פיל רעסטריקשענס אין טרענינג וואס מאכט שווערער צו באקומען א קערי לייסענס, א שטייגער ווי אונזער ליבער ניו יארק, קען אבער דאך היינט יעדער גאר גרינג באקומען זייער קערי לייסענס, און עס ווערט נאר כסדר גרינגער.




און דערפאר ארבעט איך אויף א קלאר שנירל צו פארשטיין געבן דעם גאנצן פראצעדור, פון אנפאג ביז'ן סוף, ווי אזוי מען באקומט א קאנסילד קערי לייסענס אין ניו יארק. סטעי טונד!

מיט פיל ליבע און ארויסקוק אויף פאראויס, שמעי’
 
וואו!!! גיימער קויפן גאן'ס רבותי!
פאלאו שמעי'ס פיד! 😍
זיי האבן דיקליינד מיין אפליקשן זיבן יאר צוריק, איך האב גארנישט געטוהן נאכדעם ווייל איך פלאן סיי ווי נישט צו האבן א גאן.
 
זיי האבן דיקליינד מיין אפליקשן זיבן יאר צוריק, איך האב גארנישט געטוהן נאכדעם ווייל איך פלאן סיי ווי נישט צו האבן א גאן.
מאך איבער די אפלקאציע היינט די וועסט ווערן אפראווד... קיפ אין מיינד אז אויב ווילסטו האבן לייסענס וועסטו דארפן קויפן א גאן... מען קען נישט האבן קאנסילד קערי לייסענס אהן קויפן א גאן.
 
מיר ווארטן געשפאנט
 
מאך איבער די אפלקאציע היינט די וועסט ווערן אפראווד... קיפ אין מיינד אז אויב ווילסטו האבן לייסענס וועסטו דארפן קויפן א גאן... מען קען נישט האבן קאנסילד קערי לייסענס אהן קויפן א גאן.
ביטע האלט אונז אפדעטעט צי האסט דיך אייגעהאנדעלט א קרויס גאן אדער א מילער גאן.
 
אין ווייטערדיגער אנטוויקלונג קומען אריין די פרישע נייעס אז דער סופרים קאָורט האט באשלאסן אנצונעמען דעם bianchi v. brown קעיס, אויפ'ן פארבאט פון "אטאקיר וואפן".

bianchi v. brown איז א פרישע אנקלאגע אנטקעגן דעם שטאַט אילענוי אין אנדערע שטאטן וועלכע פארבאטן צו פארמאגן "אטאקיר וואפן". דאס רעכנט אריין רייפעלס וועלכע האבן פיטשערס צו קענען ווערן געניצט צו אטאקירן אין אן אפענסיווע, נישט דירעקט נאר פאר סעלף דיפענס. א שטייגער ווי א "פיסטל גריפ" זיך צו קענען בעסער באוועגן, א "דיטעטשאבעל מאגאזין" וואס מען זאל קענען שנעל טוישן, אן "אדזשאסטאבעל סטעק" עס זאל זיין צוגעפאסט פאר פערזענליכן מאס, און נאך אפאר אזוינע פיטשערס. זעט אינעם בילד.

awb-full.jpg


די אטאקיר וואפן טעמע איז א טעמע אויף וואס מען שלאגט זיך שוין ארום פאר באלד פופציג יאר אין קאנגרעס, מיט פיל אנקלאגעס אויף שטאטישע קאורטס און פיל פארלאנגען פאר א סופרים קאָורט ארטייל.

מיט א שטיק צייט צוריק האט דער סופרים קאָורט צריקגעוויזן די אלע קעיסעס און עס צוריקגעגעבן אין די הענט פון דעם סטעיט אפצומאכן וואס איז יא אדער נישט קאנסטיטוציאנעל. זעט אין דעם ווידעא.
View: https://www.youtube.com/watch?v=F8EzmI1z5IQ


די טענות פון ביידע זייטן זענען מער ווייניגער ווי פאלגנד: די לינקע שטאטן טענה'ן אז די אלע פיטשערס ווערן געניצט אין דעם מיליטער און עס איז נישט געמאכט פאר אינדיווידועלן באניץ ווס. די אנקלאגער וואס זייער טענה איז אז די אלע פיטשערס וואס מען האט צוגעלייגט אלע יארן צום רייפל איז געווען פאר סעפטי אין צו זיך בעסער קענען באשיצן, אין אויך אז די אמאליגע ציווילע רייפעלס וואס איז געווען בשעת מען האט געשריבן די קאנסטיטוציע, זענען געווען די זעלבע ווי די מיליטערישע, און האבן אויך געקענט געניצט ווערן אלס מיליטעריש וואפן.

זעט דא די היסטאריע פון דעם רייפל מיט אלע פיטשערס וואס מען האט צוגעלייגט דורכאויס די יארן.
View: https://www.youtube.com/watch?app=desktop&v=3dIsy3sZI2Y


נאך וואס דער פארלאנג קלארצושטעלן וועלכע וואפן ווערט אריינגערעכנט אין דער קאנסטיטוציאנעלער רעכט פון טראגן געווער איז אפגעווארפן געווארן אין דער פארגאנגענהייט, קומט יעצט די נייעס אז דער סופרים קארט וועט עס ווידער דיסקוטירן און מכריע זיין צווישן די זייטן.

האפנטליך וועט די סופרים קארט מאכן א סוף צום אטאקיר וואפן בען, אין ווי שוין געשריבן אין די "ברייען קעיס", וועט די סופרים קארט נאכגיין דעם פינקטליכן אפטייטש פון דער קאנסטיטוציע אין דער צייט ווען מען האט עס געשריבן, און לויט דעם געבן א פסק.
 
אין איין ווארט: א צורודערטע לאנד!
מאסן שיסערייען יעדן טאג, און מ'איז דן צו די גוד גייס אדער בעד גייס זענען גובר, און איבער די פאר'הייליג'טומקייט פונעם קאנסטיטוציע, און צו מענטעל העלט אדער סינגל פערענטינג איז די פראבלעם, און צו מער בעקראונד טשעקס אדער ווייניגער פיטשורס אויפן רייפל נעמט אפשר אוועק רעכטן רחמנא ליצלן.

COME ON GUYS!

אויב אין די גאנצע ציוויליזירטע וועלט זענען נישט דא קיין מאסן שיסערייען יעדע שני וחמישי און אין די פארהייליגטע שטאטן יא, דאן איז לויט ר' חיים דא נאר איין תירוץ דערפאר, און נוצט אייער אייגענע קאפ אויסצופיגערן וואס דאס איז. פינטל.
 
1. אמעריקע איז געבויעט אויף א קאנסטעטוציע מיט וואס מאכט אינז בלייבן א פרייע לאנד ביז’ן היינטיגן טאג, דאס א זאך וואס אן אנדרע לאנד האט נאכנישט געקענט באוויזן, דאס האט נאר מיט די אלע אמענדמענט’ס וואס מען האט געשטעלט צו באשיצן אינזער פרייהייט.

2. אז די גאן וויילענס איז אזוי הויעך, זיי כאטש "די" דער חכם וואס מאכט זיכער צו זיך באשיצן וואס מער מעגליך.

3. אינז זענען שוין געניג באהאווענט ווען עס קומט צו נאמבערס, נאך פון די קראנע סארטיסטיקס, אין אז די דארפסט א קלארע בילד געב א קוק דא ⬇️
View: https://www.youtube.com/watch?app=desktop&v=u8c2wKISv0o
 
לעצט רעדאגירט:
1. אמעריקע איז געבויעט אויף א קאנסטעטוציע מיט וואס מאכט אינז בלייבן א פרייע לאנד ביז’ן היינטיגן טאג, דאס א זאך וואס אן אנדרע לאנד האט נאכנישט געקענט באוויזן, דאס האט נאר מיט די אלע אמענדמענט’ס וואס מען האט געשטעלט צו באשיצן אינזער פרייהייט.

2. אז די גאן וויילענס איז אזוי הויעך, זיי כאטש "די" דער חכם וואס מאכט זיכער צו זיך באשיצן וואס מער מעגליך.

3. אינז זענען שוין געניג באהאווענט ווען עס קומט צו נאמבערס, נאך פון די קראנע סארטיסטיקס, אין אז די דארפסט א קלארע בילד געב א קוק דא ⬇️
View: https://www.youtube.com/watch?app=desktop&v=u8c2wKISv0o

1. וואס פונקטליך האט 'פרייהייט' אין אמעריקע צוגעפירט וואס אנדערע לענדער האבן נישט? (חוץ פון א טראמפ...)
און במאמר המוסגר, אין מיין מיינונג רעדט די קאנסטיטוציע נישט פון אינדיווידואלע רעכטן בכלל ווען עס קומט צו גאנס, נאר צו א מיליצע פון די שטאטן אנקעגן די פעדעראלע גאווערמענט.

2. no comment

3. ווידער געמישט א קאשע מיט ווערטער (- די ווידעא), מ'קען ווייטער באשולדיגן סועסייד און ארעמקייט וכל חניכייהו, די נומערן בלייבן א פאקט.

אין קורצן: האלטס ענק מיט ענקערע טייערע 'רעכטן' עד כדי מסירת נפש...
 
1. וואס פונקטליך האט 'פרייהייט' אין אמעריקע צוגעפירט וואס אנדערע לענדער האבן נישט? (חוץ פון א טראמפ...)
און במאמר המוסגר, אין מיין מיינונג רעדט די קאנסטיטוציע נישט פון אינדיווידואלע רעכטן בכלל ווען עס קומט צו גאנס, נאר צו א מיליצע פון די שטאטן אנקעגן די פעדעראלע גאווערמענט
אלע לענדער זענען געווארן פרייע לענדער 100 יאר נאך אמעריקע אין נאר דורך נאכמאכן אינזער סיסטעם, אנדרע לענדער ווי סאיז נישט קלאר די מענטשען פרייהייט אזוי ווי אין אמעריקע איז דא פראבלעמען א שטייגער ווי די ברוטאלע מארד פון אלטא פיקסלער הי”ד, אין דיין מאמר המסגר איז אויפגעוויזן געווארן אלטס נישט ריכטיג אין '22 אין די סופרים קארט.
נישט קאמענטירן קען אמאהל אויסקוקען ווי א סארקאשטישער סארט אפענפער, פרזענדלעך קוק איך עס אהן ווי מער אזא שתיקה כהודאה סטייל.
3. ווידער געמישט א קאשע מיט ווערטער (- די ווידעא), מ'קען ווייטער באשולדיגן סועסייד און ארעמקייט וכל חניכייהו, די נומערן בלייבן א פאקט.
ווען די נעמסט נאר די ערשטע פאקט אז די גאן טויטע איז קוים א פינטל פון א פראצענט איז דיין גאנצע הנחה שוין בטל, אין זיי נישט אזא נער אין גלייב אז די 40 טויזענט טויטע איז די בילד ווי זיי טרייען דיך צו מאכן טראכטען אז איינער קומט מיט אן AR-15 אין שיסט אויס א גאנצע קהילה...
אין קורצן: האלטס ענק מיט ענקערע טייערע 'רעכטן' עד כדי מסירת נפש...
יא!! אזוי ווי געשריבן אויבן די דארפסט נישט אז די לעבן פון דיינע קינדער זאלן זיין אין די הענט פון א רעגירונג!!
 
לעצט רעדאגירט:
דו סטראשעסט מיר נישט, ווייל איך האב נישט אזא פראבלעם מיט ביג גאווערמענט.

די סופרים קאורט איז נישט מחליט וואס די אמענדמענט מיינט - אז עס זאל מיר עפעס 'אויפווייזן', עס איז ס"ה מכריע, און איך בין נישט געבינדן צו קיינעמ'ס פשטים.
אלטע פיקסלער איז טאקע א פראבלעם (נניח)! אבער צענדליגע יאר טורמע פאר ווייט-קאלאר קריים דאס איז דאך 'פרייהייט'. וואסזשע דען?

איך האב גארנישט מיט נומבערס ארויף אדער אראפ, וואו נאך (חוץ א"י) איז אין די לעצטע צען יאר געשען א דזשערסי סיטי מעשה? אדער א פיטסבורג מעשה? אדער סיי וועלכע סקול שוטינג דו ווילסט אפיר נעמען?
 
איך האב גארנישט מיט נומבערס ארויף אדער אראפ, וואו נאך (חוץ א"י) איז אין די לעצטע צען יאר געשען א דזשערסי סיטי מעשה? אדער א פיטסבורג מעשה? אדער סיי וועלכע סקול שוטינג דו ווילסט אפיר נעמען?
האסטע...

Screenshot 2024-09-19 122608.png
 
וואס זאגט די עולם דערצו?

View: https://www.youtube.com/watch?v=E_ao2C3YURo


בעיסיקלי, יעדער גאן אונער זאל מוזן האבן אינשורענס אויף זיין גאן פונקט ווי א קאר, און אזוי וועט מען סיי פארדינען לייעביליטי באצאלונגען פאר געשעדיגטע דורך א גאן אינצידענט, און בעיקר וועלן די אינשורענס קאמפאניס שוין טרעפן די וועג צו מאכן די גאנצע געשעפט מער סעיף וויבאלד עס האנדלט זיך פון זייער טאש. און צו א זייטיגע נאטיץ וועט יעדער גאן אונער זיכער מאכן אז זיין גאן איז באשיצט און וועט נעמען מער רעספאנסיביליטי פאר דערויף, וואס סטאטיסטיקלי געשעען רוב מעס שוטינגס דורך לעגאל-געקויפטע גאנס.
(עס איז אין אנדערע ווערטער פייטן קאפיטאליזם/NRA מיט קאפיטאליזם/אינשורענס קאמפאניס, און די פארדינער זענען די פאטענציאלע געשעדיגטע..)
 
Back
Top