- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 861
- רעאקציע ראטע
- 5,620
אז מ'רעדט שוין איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען די וועלטליכע 'פרידאם אוו עקספרעשאן אינדעקס' וועלכע לייגט אמעריקע אונטער דייטשלאנד און ענגלאנד (דייטשלאנד 0.95, ענגלאנד 0.94, אמעריקע 0.93).
די זעלבע איז מיטן 'וועלטליכע פרידאם אינדעקס' וועלכע האט אמעריקע אונטער די צוויי כלפי 'פערסאנאל פרידאם' (לגבי הומען פרידאם איז אמעריקע בעסער ווי דייטשלאנד און לגבי עקאנאמיק פרידאם בעסער ווי ביידע.)
די 'פרידאם אוו פרעסס אינדעקס' האט אמעריקע אין די 55'סטע פלאץ מיט דייטשלאנד אינעם 10'טן און ענגלאנד אויפן 23'טן.
פארשטייט זיך עס איז נישט קאנקלוסיוו, און צו זיין אויפריכטיג דארף מען אדורכטון זייער מעטאדאלאגיע פארן ציען מסקנות. ווי אויך וואלט עס געווען פארפירעריש פון מיין זייט אויסצולאזן צוויי אנדערע רעפארטס וועלכע לייגט יא אמעריקע היבש העכער ווי דייטשלאנד און אביסל העכער פון ענגלאנד.
ס'איז נאר ארויסצוברענגען דעם געדאנק אז עס איז נישט ממש געשניטן אז די ערשטע אמענדמענט אדער גאנס מיינט אטאמאטיש מער פרייהייט, לכאו' טאקע ווייל עס נעמט נישט אין אכט די פרייהייט נישט צו ווערן געשעדיגט אינעם קאלקולאציע..
קאנסטאנטין קיסין ברענגט עס גוט ארויס אין דעם שמועס, ווי ער לייגט אראפ אז עס איז נישט אזוי גלאט צו זיין פרא פרי ספיטש אן נעמען אין אכט די קאנצעקווענצן און די חסרונות דערפון, וואס ער זאגט נאר איז אז אין אייראפע איז דא מער א קולטור פון נעמען ווייניגער ריסק כדי צו פארדינען זיכערקייט און סטאביליטעט, בעת די אמעריקאנער קולטור איז יא צו אריינטאנצן און נעמען מער ריסקס אפי' אויפן פרייז וואס עס קאסט. (ער פערזענליך האט מער ליב די אמעריקאנער גאנג, אבער ער פארשטייט אז עס איז א מעטער אוו פרעפרענץ.)
אט איז דא א ווידעא פון איינער וואס צונעמט דעם נושא אביסל:
View: https://www.youtube.com/watch?v=AzORB1cW25U
און אט איז א צווייטער מסביר די סיטואציע מיט דייטשלאנד:
View: https://www.youtube.com/watch?v=DZJPslkW47g
און די פאלגענדע איז א באלערענדע דעבאטע צווישן צוויי AI מאדעלן איבער די לימיטס פון פרי ספיטש און איבער 'העיט ספיטש':
View: https://www.youtube.com/watch?v=6PtSA8Ecuqs