אַ צונאַמי! וועט עי אי איבערנעמען אונזער דזאַבס?

נישט מכח רחמנות, נאר מכח צו האלטן זייער סטאטוס (אין מלך בלא עם), און מער וויכטיג - צו אפהאלטן א שלאכטפעלד..
יא, מיר קענען ווערן פינקט אזוי פארשקלאפט. אויב דאָס זעטיגט די קאנטראל אבסעסיע פון די עליטע...

(מאנכע זאגן אז אויף עפשטיין אינזל האט מען געשאסן מענטשן פאר א ספורט. די פוינט איז נישט אויב ס'איז אמת צו נישט. למעשה זענען דא געפערליכע נפשות אויף דער וועלט, און צו זיי איז רציחה ווי סעקס!)

---

איך זעה נישט וויאזוי מענטשן קענען קעמפן א שלאכט פעלד אנקעגען אן אטאנאמישע ארמיי וועלכע האט דיין דאטא פון די טאג וואס דו האסט געקויפט א סמארט פאון...
 
1771457351944.webp

גוגל געמעניי פראו ווייסט פיין וואס טוט זיך...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
יא, מיר קענען ווערן פינקט אזוי פארשקלאפט. אויב דאָס זעטיגט די קאנטראל אבסעסיע פון די עליטע...

(מאנכע זאגן אז אויף עפשטיין אינזל האט מען געשאסן מענטשן פאר א ספורט. די פוינט איז נישט אויב ס'איז אמת צו נישט. למעשה זענען דא געפערליכע נפשות אויף דעם וועלט, און צו זיי איז רציחה ווי סעקס!)

---

איך זעה נישט וויאזוי מענטשן קענען קעמפן א שלאכט פעלד אנקעגען אן אטאנאמישע ארמיי וועלכע האט דיין דאטא פון די טאג וואס דו האסט געקויפט א סמארט פאון...
עס איז אן ארגומענט! און מאנכע מאכן דאס טאקע בשייכות די סכנה פון AI אין די הענט פון בארבארישע דיקטאטארן אד"ג.
איך פערזענליך האב מער אפטימיזם אין הומען נאטור ווי דאס, עס איז אין טעכנעלאגיע וואו איך בין מסופק..
 
אין א געוויסע זין איז די פראגע פון מינונג-אוו-לייף א שטערקערע פראבלעם אין די קאנטעסט פון א וועלט געפירט דורך ראבאטן. לאמיר זיין שוין אפטימיסטיש און זאגן אז AI גייט זיין א נעט-פאזיטיוו און פארזיכערן ארבייטס-קראפט לאין שיעור, עס גייט מאכן פראדוקציע א דזשאוק און מענטשן וועלן בכלל נישט דארפן ארבייטן און נאכאלץ האבן אלע זייער באדערפענישן (עסן, וואוינונג, און וואס נישט).
איין זאך וואס עס קען נישט געבן איז מינונג - באדייט. א זאך וואס ארבייט האט יא געגעבן שטארק. (מ'קען שפעקולירן צו ארבייט געבט באדייט אדער ווען מ'ארבייט טראכט מען נישט דערפון, אדער גאר אז באדייט איז ס"ה די שלילות פון טראכטן.. ענד אוו די דעי גייט מען זיין אן דעם..)
און ווי דו זאגסט אויבן איז דא די געדאנק אז די גאנצע סאסייעטאל סיסטעם איז יעצט געבויט ארום ארבייט אלס וועליו און סורווייוועל. וויאזוי א וועלט אנדעם קוקט אויס איז נישט בלויז אן עקאנאמישע מיסטעריע נאר א פסיכאלאגישע דעזעסטער פאטענציאל.

מאנכע טענה'ן אז די סיבה פאר וואס מינונג (און רעליגיע אין דעם הינזיכט) איז געפאלן אין די לעצטערע יארן איז אויך נאר ווייל די ביז יעצטיגע טעכנעלאגיע - סאשעל מידיע און בכלל אפיס ארבייט - האט שוין צוגעלייגט אן אומנאטורליכע סורפלאס פון צייט צו די מענטשהייט..

יובל נח הררי אין די אויבנדעמאנטע ביכל האט אן אינטרעסאנטע אבזערוואציע, אז מעגליך גאר די מאדעל פון כולל אינגערלייט - וועלכע טוען שוין פון אייביג-אן 'גארנישט' אבער נעמען דערפון גרויס באדייט - איז די איינציגסטע וועג פאראויס..
 
טענה'ן אז די סיבה פאר וואס מינונג (און רעליגיע אין דעם הינזיכט) איז געפאלן אין די לעצטערע יארן איז אויך נאר ווייל די ביז יעצטיגע טעכנעלאגיע - סאשעל מידיע און בכלל אפיס ארבייט - האט שוין צוגעלייגט אן אומנאטורליכע סורפלאס פון צייט צו די מענטשהייט..
נישט אינגאנצן פארשטאנען דעם חלק.
 
איך האב אביסל אפטימיזם אז די "קאמפיוטער סייענטיסטן" וועלכע בויען און פראגראמירן די פאנדימענטן פון די עי איי, זיי וועלן, אדער טוען שוין יעצט אריינשטעלן א גוטע און פערמינענטע מאראל אינעם קאמפיוטער. (א געהיימע מיסיע)
 
איך האף אז זיי מאכן א בעסערע זשאב ווי ה' אין די מענטשן..
 
נישט אינגאנצן פארשטאנען דעם חלק.
בעיסיקלי אויב ארבייט = מינונג, דאן ווייניגער ארבייט ברענגט אטאמאטיש מיט זיך ווייניגער מינונג.
די ארגומענט איז אז מינונג איז מער אזא סורווייוועל געדאנק, און מיר זענען פראגראמירט צו ארבייטן פיזיש פאר סורווייוועל. וואס געשעט דאן ווען פאר סורווייוועל פעלט מער נישט אויס קיין פיזישע פעלד ארבייט און/אדער מלחמות?! מ'זיצט און קלאצט איבער א סקרין און די גוף טוט נישט איר עוואלוציאנערישע פליכט?! עס פילט ליידיג און באדייטלאז!
די נושא פון רעליגיע אין דעם רעאלם איז א צוגעלייגטע פרט, די טענה אז רעליגיע (די פסיכאלאגישע אספעקט לאו דוקא די טעאלאגישע) איז געבינדן מיט געבן באדייט צו פיזישע ארבייט און צו די 'נאטורליכע סדר' פון די וועלט. ווען איינס טוישט קורס פארט די צווייטע אטאמאטיש מיט למחצה שליש ולרביע.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין א געוויסע זין איז די פראגע פון מינונג-אוו-לייף א שטערקערע פראבלעם אין די קאנטעסט פון א וועלט געפירט דורך ראבאטן.
מאכט סענס אז נייע רעליגיעס און ספירעטואליטיס וועלן ווערן נאך מער פאפולער ווי היינט.

שווער צו גלייבן אז די פעלד ארבייטער אין די גמרא צייטן האבן געשפירט א טראמע פון שלש סעודות. קוים געהאט צייט צו כאפן א שלינג וואסער.

היינט גייט מען ליידיג און מענטשן דערטרינקען זיך און זייער אייגענע נפש. מאטאדן צו דאס בארואיגן וואקסן ארויס ווי שוועמלעך (במלוא מובן המילה)

-היליג
-טעראפי
-אייוואסקע
-סעמינארן
-מעדאטירן
-מאסן עדיקשאנס
-סקראולן טיק טאק און ווערן "נאָמב".
-אַרט און מוזיק ווערט מער און מער פאפולער פאר דו פשוט'ע מענטשן. (נישט בלויז פאר דעם קעניג'ס מעלער..)
-טרעוועלען דו וועלט ווערט מער פאפולער.

כ'האב צוזאמגעגאסן א מיש מאש פון זאכן, וואס באלאנגען און באזונדערע מסכתות. אבער יו געט די פוינט - מען האט ליידיג צייט!

דאס אלעס קען און האט נאך אסאך פלאץ צו וואקסן און "מעטשור" ווערן.

איך מיין אז רעליגיע איז אויך געוואקסן און געווארן ברייטער. דאס הייסט, מען קען היינט אפפארן און גיין טאנצן אין אומאן, מאכן קומזיצן און סתם זיך אן'שיכור'ן שמחת תורה אן די בעקיטשע...

רעליגיע האט פאטענציאל צו וואקסן אין אלע דיירעקציעס פילו מער ווי היינט. פון גאר עקסטרעמע קולטס ביז קארליבעך סטייל מאוומענטס.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס געשעט דאן ווען פאר סורווייוועל פעלט מער נישט אויס קיין פיזישע פעלד ארבייט און/אדער מלחמות?! מ'זיצט און קלאצט איבער א סקרין און די גוף טוט נישט איר עוואלוציאנערישע פליכט?! עס פילט ליידיג און באדייטלאז!
מעגליך אז טיפע רילעשאנשיפס מיט משפחה און פריינט, וועט ווערן א חלק פונעם טאג טעגליכן לעבן. (נישט סוף טאג אפאר אויסגעיאגטע מינוטן).

דאס הייסט, א גאנצע וואך גייט אויסזעהן ווי שבת. זיצן און פארברענגען, זינגען, שפילן געימס אין די נאכט אריין, לאכן, לשון הרע, מאכן די בעט... שפילן און מיטהאלטן אלערליי ספורטס. הילינג פאר די טראמאטאזירטע.

רויע טאלאנט, וועט ווערן מער יוניק און ווערדפול.

באמת גייט שוין די וועלט מער און מער אין דעם דירעקשן.
 
מיך האט איינער דערשראקן א צייט צוריק אז מיין דזשאב וועט זיכער איבערגענומען ווערן דורך עי-איי, וואס זאל איך זאגן? איך בין נישט עכט באזארגט ווייל מיין דזשאב איז נישט עכט ריפלעיסעבעל, שווער צו ארויסגעבן דא פארוואס... און חוץ פון דעם פארלאז איך מיר אויפן באשעפער.
 
איך האב נישט דורך געליינט די גאנצע שנירל ביז דא, אבער אן אינטערעסאנטע אנעקדאט פאר דער וואס האלט מיט איז, אז מיט א צוויי וואכן צוריק איז עי איי אנגעקומען צו א שטאפל ווי זי אליינס האט באקומען די יכולת און שטארקייט צו אנגעהויבן טרענירן און איינפירן נייע מאדעלס און אפדעיטס פון עי איי פון זיך אליינס אויף א שטאפל וואס קיינער פארדעם האט נישט געקענט פארזעהן!
אויף אזוי ווייט אז מען קען ניטאמאל אויסרעכענען און אויסחשבון'ען ווי זי האלט און ווי שנעל זי וועט ווייטער גיין.....

עי איי איז א פאקט וואס וויט אין די נעקסטע פינעף יאר וועט שוין נישט זיין קיין דיבאטע אדער סקעפטיקער צו זי איז יא אדער נישט שטארק....
זי וועט אינגאנצן איבערנעמען!!

די וועלט קען זיך גרייטן קאמפליטלי אויף א פרישע נייע פירערשאפט
 
מיך האט איינער דערשראקן א צייט צוריק אז מיין דזשאב וועט זיכער איבערגענומען ווערן דורך עי-איי, וואס זאל איך זאגן? איך בין נישט עכט באזארגט ווייל מיין דזשאב איז נישט עכט ריפלעיסעבעל, שווער צו ארויסגעבן דא פארוואס... און חוץ פון דעם פארלאז איך מיר אויפן באשעפער.
עס איז דא א קליינע פראצענט דזאבס וואס קענען מעגליך איבערלעבן. למשל סעלעבערטיס וואס מענטשן גלייכן פערזענליך א.ד.ג.

די פוינט איז, אויב דיין דזאב איז פון די איין פראצענט וואס סערווייווט, ווער גייט דיר באצאלן פאר דיין ארבעט?
 
מעגליך אז טיפע רילעשאנשיפס מיט משפחה און פריינט, וועט ווערן א חלק פונעם טאג טעגליכן לעבן. (נישט סוף טאג אפאר אויסגעיאגטע מינוטן).

דאס הייסט, א גאנצע וואך גייט אויסזעהן ווי שבת. זיצן און פארברענגען, זינגען, שפילן געימס אין די נאכט אריין, לאכן, לשון הרע, מאכן די בעט... שפילן און מיטהאלטן אלערליי ספורטס. הילינג פאר די טראמאטאזירטע.

רויע טאלאנט, וועט ווערן מער יוניק און ווערדפול.

באמת גייט שוין די וועלט מער און מער אין דעם דירעקשן.
זאגסט דאך אזוי גוט און פאזיטיוו!

כיהודה ועוד לקרא,
Elon musk אויף joe rogan experience podcast האט לעצטנס געזאגט אין איינס פון זיין צענדליגע אינטערוויאס איבער עי איי,
סגייט קומען א צייט וואס עי איי גייט איבערנעמען אלעס און סוועט איבערבלייבן פאר אונז humans נאר "to make decisions"..

א נייע דערהער אין ובחרת בחיים
 
עס איז דא א קליינע פראצענט דזאבס וואס קענען מעגליך איבערלעבן. למשל סעלעבערטיס וואס מענטשן גלייכן פערזענליך א.ד.ג.

די פוינט איז, אויב דיין דזאב איז פון די איין פראצענט וואס סערווייווט, ווער גייט דיר באצאלן פאר דיין ארבעט?
איך בין גראדע נישט אזוי פעסעמיסטיש. ס'זענען זיכער דא א גאנצע קלעס פון דזשאבס וואס זענען פארזיכערט פאר א שטיק צייט. דאקטורים וועלן ווערן איבערגענומען אבער נורסעס נישט, ענדזשענירס יא פלאמבערס און עלעקטרישאנס נישט אזוי שנעל, טיטשערס און טעראפיסטן איז נישט אזוי קלאר (ס'מער מסתבר אז זיי וועלן נוצן AI פאר געהילף אבער ווערן איבערגענומען איז ווייניגער לייקלי) פייער-פייטערס און עמערדזשענסי רעספאנדערס זיכער נישט.
בקיצור די סעקטעס וואס נוצן בלויז קאפ אדער מאנאטאנישע פיזישע ארבייט איז אין סכנה, משא"כ די דזשאבס וואס נוצן קאמפליצירטע פיזישע ארבייט אדער געפיל.
ס'קען זיין אז אלע גייען זיך לערנען צו ווערן קערערס אדער אנדערע אזעלכע דזשאבס, ס'קען זיין אז די וועידזשעס פאר אזעלכע דזשאבס וועט איבערנעמען די מיטל-קלעס וועידזשעס פון יעצט. ס'איז דא אסאך וועגן וויאזוי דאס קען און גייט ווערן ריקאנפיגערט. צום זעלבן צייט ביסטו גערעכט אז א שיינע פערצענט פון ארבייט - און טאקע בעיקר די מיטל-קלעס און אפיס ארבייט גייט ווערן שנעל איינגעשלינגען.
 
עס איז דא א קליינע פראצענט דזאבס וואס קענען מעגליך איבערלעבן. למשל סעלעבערטיס וואס מענטשן גלייכן פערזענליך א.ד.ג.
איך מיין איך גיי מיר ארבעטן אין מצה בעקערי... דאס וועט זיכער נישט ווערן אפעקטירט פון עי איי, זיכער נישט ביי די וואס עסן נישט מאשין מצות...
 
איך מיין איך גיי מיר ארבעטן אין מצה בעקערי... דאס וועט זיכער נישט ווערן אפעקטירט פון עי איי, זיכער נישט ביי די וואס עסן נישט מאשין מצות...
און איך נער האב געלאכט פון מייין כולל חבר, וואס האט זיך דערמאנט זייער שפעט ארויסצוגיין פון דארט, און ווען ס'געווארן ענג די מצב ביי אים אין שטוב האט ער נאר געטראפן א דזשאב אין די מצה בעקערי.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top