- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 423
- רעאקציע ראטע
- 1,828
- פונקטן
- 223
עס איז דא די קורצע טערמין. 5-10 יאר און עס איז דא די לאנג טערמין 15-20 יאר.איך בין גראדע נישט אזוי פעסעמיסטיש. ס'זענען זיכער דא א גאנצע קלעס פון דזשאבס וואס זענען פארזיכערט פאר א שטיק צייט. דאקטורים וועלן ווערן איבערגענומען אבער נורסעס נישט, ענדזשענירס יא פלאמבערס און עלעקטרישאנס נישט אזוי שנעל, טיטשערס און טעראפיסטן איז נישט אזוי קלאר (ס'מער מסתבר אז זיי וועלן נוצן AI פאר געהילף אבער ווערן איבערגענומען איז ווייניגער לייקלי) פייער-פייטערס און עמערדזשענסי רעספאנדערס זיכער נישט.
בקיצור די סעקטעס וואס נוצן בלויז קאפ אדער מאנאטאנישע פיזישע ארבייט איז אין סכנה, משא"כ די דזשאבס וואס נוצן קאמפליצירטע פיזישע ארבייט אדער געפיל.
ס'קען זיין אז אלע גייען זיך לערנען צו ווערן קערערס אדער אנדערע אזעלכע דזשאבס, ס'קען זיין אז די וועידזשעס פאר אזעלכע דזשאבס וועט איבערנעמען די מיטל-קלעס וועידזשעס פון יעצט. ס'איז דא אסאך וועגן וויאזוי דאס קען און גייט ווערן ריקאנפיגערט. צום זעלבן צייט ביסטו גערעכט אז א שיינע פערצענט פון ארבייט - און טאקע בעיקר די מיטל-קלעס און אפיס ארבייט גייט ווערן שנעל איינגעשלינגען.
איך מיין אז מער ווי 10 יאר איז ממש נישט פרעדיקטעבל.
הגם זאכן קענען זיך טוישן אפילו שנעלער. (לעצטע צוויי וואכן איז געשען דראמאטישע טוישונגען וועלכע האבן אויפגעשאקלט די עי איי וועלט)