די אהרונים מיט סקווער געבן אריין עמערזשענסי TRO סטעי פארלאנג קעגן די ניו יארקע עדוקעישן דעפארטמענט
דער אהרוני אהרן וועלץ רעכטס בסוד שיח מיט'ן עקסטרעמיסטישן מתנחלישן כ''ךניק וציוניסטישער טעראריסט דוב הייקינד לינקס.
נאכדעם וואס אבי שיק האט פארלוירן פאריגער חודש אז מ'זאל נישט קענען צושפארן די 6 מוסדות וואס האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו פוירלס פארהאנדעלן מיט'ן קאמישענער צו ווערן עקוויוועלענט צום פובליק סקול עדזשוקעישן איווענטוא'ל און די אהרונים האבן דורכגעשטיפט א נייער נוסח אינעם בוזשעט אז מ'קען זיך אויך פארהערן צו צייגן אז מ'לערנט אלעס... כאילו דאס מיינט צו זאגן אז מ'מוז נישט לערנען גארנישט מיט די קינדער אין די מוסודת, לויט די אהרונים. האבן זיי היינט אריין געגעבן אן עמערזשענסי סטעי א טי.אר.אוי. פארלאנג - אז די קאמישענער זאל צוריקציען פון אירע בריווען צו די עלטערן פון די זעקס מוסדות וואס זי האט דערלקערט אלץ נישט קיין מוסדות החינוך.
די אהרונים רייסן איצט איין פאר רחמי שמים אז מ'זאל זיי געבן דעם סטעי.
דאס קומט נאכדעם וואס זיי האבן זיך געשלאגן מיט פוירל''ס, ווייל דער זאלי נידערמאן איז דארטן א גרויסער שישקע, און דער קאמישינער האט דערקלערט זייער מוסד אין בארא פארק אז עס איז נישט קיין בית חינוך.
ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו די ''פעהטוועיס'', וואס פוירל''ס האט פארהאנדעלט מיט'ן קאמישענערקע. גראדע איז סקווירא בארא פארק חדר אויך מיט אהרן וועלץ, זיי האבן אריינגעגעבן א טי.אר.אוי. קעגן די ניו יארקער עדוקעישן דעפארטמענט, ווייל מ'האט זיי אפגעשטעלט אלע פראגראמען אין מיליאנען ווערט א יאר. ווי סעפשעל עד, און באסעס, מיט לאנטש פראגרעמס.
די הירינג האט זיך גענדיגט 11 אזייגער צופרי און מ'ווארט איצט פאר א פסק; אדער א סטעי קעגן קאמישינער; אדער ארויסווארפן גענצליך די אהרוינים'ס מסירה.
דאס איז באצאלט דורך אהרן וועלץ און די אהרונים פון מאנדרוי מיט נייע סקווירא, נישט דורך פוירלס, זיי האבן אויפגענומען 2 אנדערע לויערס, נישט אבי שיק. אבער יענץ גייט פארקומען ערשט אין א לאנגער צייט ארום, היינט ווילן זיי פשוט אן אורטייל אז די סטאטוס קווא זאל בלייבן, זיי זאלן ווייטער ווערן פארעכנט אלץ א סקול. כאטש דע קאמישענער האט זיי שוין דערקלערט אויס סקול, לאנג בעפאר די נייער נוסח אין די בוזשעט געזעץ.
https://iapps.courts.state.ny.us/nyscef/DocumentList?docketId=5nzqkSmQ2krbb/0rZSYCFQ==&display=all&courtType=Albany County Supreme Court&resultsPageNum=1
א פסק איז ערווארטעט ''עני מאמענט; סטעי טוהנד!''
אדער טראסקעט מען אראפ די אהרונים מיט די סקווירא חברה פון אלע טרעפ...!
אדער געווינען זיי אן ''עמערדזשענסי סטעי''.
בכל אופן זייט מתפלל לויט וויאזוי איר ווילט...!